בית פורומים אידישע געדאנק

קארעספדאנט שלאגט פאר: המהדרין מן המהדרין!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2009 02:16 לינק ישיר 
קארעספדאנט שלאגט פאר: המהדרין מן המהדרין!

כאפענדיג אזא טיפער בליק איבערן פארום, און נאכן באטראכטן די שרייבער און זייערע תגובות האט זיך ארויסגעשטעלט א זאך וואס איך האב געוואלט פארשלאגען צו דעם נאך עפעס.
איך האלט אז עס איז פשוט נישט אויסגעהאלטן, אונזער געערטער "המהדרין" מנהל האט געלאזט וויסן אז מען זאל שוין אויפהערן מיט עפענען פרישע אשכולת וועלכע רעדט פונעם זעלבן נושא און ער ווארענט מיטן ארגסטן.

אויבנאויף קוקט עס אויס צו זיין זייער פארשטענדליך ווייל עס מאכט זייער נערוועז ווען מען פילט אן דעם פארום מיט פרישע אשכולת וועלכע זאגען נישט עפעס ספעציעלע פרישע נייעס, אבער באלד ווען איינער האט געפרעגט צו אפילו אויב מען האט עפעס א פרישע פוינט טאר מען אויך נישט עפענען, האט דער מנהל ווידערמאל שטרענג געלאזט וויסן אז ניין, און דאס וועט די זעלבע אינפארסירט ווערן.

איך וואלט געוואלט זאגען א קלייניגקייט, אז עס צייגט אויף זייער נישט באזעסענקייט, איר וואלט געזאלט צייגען פיל מער שטארקקייט אין אזעלעכע שוווערע און ווייטאגליכע צייטן ווען מאנכע טראגען נישט דורך די הצלחות פון  דוד עקשטיין אינעם מערכה צוריקצונעמען ביהמ"ד בית יואל וואס ער האלט אז עס געהערט צו קהל יטב לב ק"י.

גענוג מאל האט מען שוין געעפענט פרישע אשכולת און עס איז געווען שטארק נערווירנט אבער קיינער האט זיך נישט געלאזט הערן אז עס איז א פראבלעם און עס דארף זיך זאפארט אויפהערן.

דער אמת איז איך פארשטיי די אלע וועלכע טראגען עס נישט דורך, כ'מיין צו זאגען, כ'האב מיר פרובירט אריינצולייגען אינעם מצב, און יא! ס'איז זייער פארשטענדליך:

אז א יעדעס מאל ווען מען קומט אריין אינעם פארום באגעגענט מען זיך מיט פרישע אשכולת וועלכע טראגען פארצווייפלטע און פארקלעמטע קעפליך ווי:

 

ברעיקינג: מוסרים קאנטעמפט מאושען גרענטעד

 

למעשה וואס גייט זיין מיט בית יואל אוהל פיגא?

 

אברהם ווידער געב א פערמיט!!! אבער שוין!!

 

עס ציפט, און עס רייסט שטיקער, דעריבער וואלט איך געקלערט אז אויב בלייבט עס טאקע אזו אז ווען איינער וועט עפענען עטליכע אשכולת איבער איין נושא, נישט נאר ווען עס איז די רעדע פון א הילכיגען פראסק פאר א געוויסע צד, נאר אפילו עס זאל זיך רעדן פון סיי וועלכע חסידות און עס בוועט זיך עפענען צו פיל אשכולת דאן זאל דער תקנה אויך דאן אדורכגעפירט ווערן מיט די זעלבע שטרענגקייט.

איך בין טאקע נישט בעלעבאס, איך בין א אומשילדיגער שרייבער'ל דא אינעם פארום, אבער אזוי ווי עס איז שטארק באקאנט ביי אלעמען אז דער נייער פארום "אידישער געדאנק" גייט ב"ה אויף א נייע ליניע, מער א פרעסטיזשפולער ליניע וואלט כדי געווען אז דער מנהל זאל אקצעפטירן וואס איך האב פארגעשלאגען, און מען זאל טאקע נישט קענען אפילו באמערקן אז נאר ביי איין צד אדער קהילה ווי ווערט די תקנה אינפארסירט.

מיט דאנק!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קארעספדאנט שלאגט פאר: המהדרין מן המהדרין!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext