בית פורומים אידישע געדאנק

ר'משה פרידמאן(משב"ק) VS ר'אהרן טייטלבוים(הגה"ק)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2009 18:24 לינק ישיר 
ר'משה פרידמאן(משב"ק) VS ר'אהרן טייטלבוים(הגה"ק)

דאס וואס מיר האבן געוויסט אלע יארן אז געוויסע זאכן איז גוט פאר א "בעלבאס" איז נישט גוט פאר א "בן תורה" דאס וואס עס איז גוט פאר א "בן תורה" איז נישט גוט פאר א "בנן של קדושים" (טאנצט נישט ארויף אויף מיר, עס איז דא אסאך דגמאות, ווי למשל דרייווען א קאר, גראדע דאס איז שוין יא אריין צווישן די רבי'שע אייניקלעך אבער עס איז דא נאך דגמאות) דאס וואס עס איז גוט פאר א "בנן של קדושים" איז נישט גוט פאר א "רבי". בקיצור צווישן א רבי און א בעלבאס איז דא א שיינע פאר דרגות.

מען פארציילט אויפן צאנז'ער רב אז ער האט אמאל ווען ער האט גערעדט צו א פשוטער איד האט ער זיך אויסגעדריקט אויף יענעם "צדיקל", דער פשוטער איד איז תיכף אויפגעשפרינגען און רופט זיך אן צום צאנזער רב, "איך האב א טאכטער און דער רב האט א זין, אויב דער רב רופט מיר צדיק קענען מיר זיך משדך זיין", צאנזער רב האט אים תיכף גענטפערט "די זאלסט זיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי דיר און איך וועל זיך משדך זיין מיט אזעלכע צדיקים ווי איך"...

איך ווי דא מלקט זיין קצת מהוד רום גדולותו פון ר' משה פרידעמאן משב"ק. פארוואס באטיטל איך אים מיט "הוד רום גדולותו"? ווייל ווי באקאנט איז דאך הגה"ק  דער רשכעבעהאג וכו', און ווען מיר קוקן זיך צו צו די נאנט זען מיר אז די צוויי צדיקים ר' משה מיט ר' אהרן פירן זיך אויף די זעלבע נישט לויט די כללים וואס מיר האבן פריער דערמאנט.

איך גיי נישט אויסרעכענען אלע ענדליכקייטן, (מנהל ביטע העלף האלטן סדר), נאר די זאכן אויף וואס עס איז דא "הוכחות ברורות" ווי למשל פיקטשער'ס.

איך הייב אן און איך בעט דעם עולם זאל העלפן.


1) ביידע סאטמארע פארטייען האבן געגעבן אינטערוויוס פאר ציוניסטישע\חרדישע צייטונגען מצד מהרז"ל האט ר' משה גבאי געגעבן צוויי מאל און פון די צווייטע זייט האט ר' אהרן געגעבן. (ווער עס האט די דעקלעך פון די משפחה זאל דאס ביטע פאוסטן אדער זיך מעלדן צו מיר אין אישי).

2) דער מעיאר פון בני ברק "יעקב אשר" געפינט זיך אין ניו יארק און ווערט אויפגענומען דורך ביידע צדדים אים סאטמאר, מצד מהרז"ל דורך ר' משה גבאי און פון די צווייטע צד דורך ר' אהרן.








עוד חזון למועד



תוקן על ידי חיי_שעה ב- 03/12/2009 18:25:16




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 18:44 לינק ישיר 

איינער האט מיר פאראכטן אין אישי אז ר' אהרן הגה"ק האט אויך געגעבן צוויי אינטערוויוס (נישט איינס)



איינס פון די אינטערוויוס (עס איז דא נאך איך האב נישט די פיקטשערס, אויך האב איך נאך נישט מצליח גוווען צו פארשאפן די פיקטשער פון ר' משה גבאי אינטערוויו)
חברה די אשכול קען זיין אסאך פאן אבער ביטע ניצט שכל נישט פאטשקען אין די וועלט אריין, שרייבן אז ר' אהרן און ר' משה ביידע מאכן קולות אויף די אויבן אן ביי שמחות און ביידע טיילן פעטש ברבים (עיין ערך משה וואלף קליין ועוד) איז נישט אינטערסאט אפילו עס איז אמת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 18:56 לינק ישיר 

אוודאי!
ביי אונז קען עס די רבי! ביי ענק דארף עס טון די גבאי! ווייל עטץ האטץ א רבי א מן הארץ.

מה החידוש? ביסט יעצט געבוירען געווארען?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 19:07 לינק ישיר 

ווען מען לייגט אריין אין ענקערע קעפלעך אז ענקער רבי איז א תלמוד חכם און יענעמ'ס א עם הארץ טראגט דאס א חלה דעקל פנים. האב שכל ווען צו שרייבן אז דיין רבי קען וועגן ער איז א תלמוד חכם... דיין איצטיגע תגובה איז א דוגמא פון וואס איך האב געמיינט ווען איך האב געבעטן אז מען זאל זיך הלאטן מיט שכל און דיין תגובה מאכט אזא שמועס זייער קינדיש... ליין איבער דיין תגובה

געדענק כתב:
אוודאי!
ביי אונז קען עס די רבי! ביי ענק דארף עס טון די גבאי! ווייל עטץ האטץ א רבי א מן הארץ.

מה החידוש? ביסט יעצט געבוירען געווארען?


און יעצט ענטפער מיר פארוואס "נאר" א תלמוד חכם קען פלוידערן מיט א מעיאר אדער געבן א אינטערוויו פאר א צייטונג, אדרבה איך האב אלעמאל געוויסט און איך ווייס נאך היינט אז א תלמוד חכם האט נישט קיין צייט צו געבן אינטערוויו'ס פאר צייטונגען משא"כ א גבאי...

נ.ב. נישט לאנג צוריק איז געווען דא אויף הייד פארק א פיקטשער פון יעקב אשר דער מעיאר פון בני ברק ביי ר' אהרן הגה"ק'שעס דייניג רום, ווער עס קען זאל דאס ביטע ארויפלייגן אדער זיך ווענדען צו מיר אין אישי.

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 03/12/2009 19:07:30




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 19:10 לינק ישיר 

ביי צד מהר''א איז מהר''א 'דער מנהיג העדה' - ווי אין ביי אלע קהילות דער רבי פין די עדה איז דער מנהיג העדה,

ביי צד מהרי''י, אז משה גבאי דער מנהיג העדה

דאס איז טרוקענע פאקטען, וואס די אליינס ווייסט אויך

תוקן על ידי דיןתורה ב- 03/12/2009 19:03:02




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 19:12 לינק ישיר 

וועסט טאקע זיין אז ביידע צדדים מאכען חודש'ליך פראגרעס
צד מהר''א: שחיטה וכדומה
צד מהרי''י: היידפארק וכדומה

דאס איז ציליב זייער מנהיגים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 19:17 לינק ישיר 

פארוואס דארף יעדע אשכול אינטערגיין דורך קינדישע חלה דעקל ראיונות?

די מדובר דא איז לגבאי די זאכן מיט וואס ר' אהרן הגה"ק פירט זיך אויף ווי א גבאי, דער "מנהיג" גיבט "נישט" קיין אינטערוויו'ס ביי קיין שום חסידות אין די גאנצע וולעט חוץ ביי ענק דאס מאכט דעם רבי'ן פאר א פאלנער גבאי... ביטע זיך הלאטן צום ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 19:26 לינק ישיר 

רביה''ק האט אויך געגבן 'אזעלכע' אינטערוויס, סוי מהר''א גייט אין זיינע וועגן...
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 19:30 לינק ישיר 




דאס געוואלדיגע גדלות בתורה ובקיעות דערקענט זיך אויפן פנים פון בני ברקער מעיאר, ווען ער פארהערט דעם גרויסן מעכטיגען תלמוד חכם... געווענטליך ביי א תלמוד חכם אויפן טיש איז דא לכה"פ 1 גמרא... און דא קיין איינס נישט, זעט אויס אז דער וואס האט צוגעגרייט דעם טיש האט דאס געמאכט אין איילעניש...


די קאך אין דעם פלפול ווערט שארפער...





 

שוין! אויך דער תלמוד חכם יעקב אשר קען שוין נישט מיטהלאטן


 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 19:34 לינק ישיר 

דיןתורה עפ"ל פארן מוציא לעז זיין אויף אונזער הייליגע רבי זי"ע, חוץ אויב די מיינסט א צווייטען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 19:35 לינק ישיר 

נאר איין שאלה האב איך צו דיר, פארוואס כאפסטו נישט אריין בהבלעה אחת אויך אז ער פלעגט אויפנעמען די מעיאר'ן פון ארץ ישראל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 19:45 לינק ישיר 

טעות גדול מאוד!, קיין שום "סאטמארער פארטיי" האט נישט געגעבן קיין אונטערוויו, "אינדעווידולע פארשוינען" האבן געגעבן אינטערוויוס איבער זייער פערזענליכער אין אייגענארטיגער ביאגראפיע און מיינונגען,

ווען א מאגאזין שטעלט ארויף אויפן ערשטן בלאט א גרויסער בילד פון א געוויסער מענטש, איז עס ווייל זיי האלטן אז ליינער וועלן האבן אן אינטערעסע צו הערן וואס דער ספעציפישער מענטש האט צו זאגן, סתם צו שרייבן איבערן עצם פארטיי איז האלב נישט אזוי אינטערסאנט ווי דער מענטש וואס זיי אינטערוויען, דו"ק ותשכח

די מציאות איז ר' אהרן איז באוויסט אין דער וועלט אלס אן אונטערסאנטער כאראקטער, צו לטוב צו לרע, א בילד פון דעם מענטש אויף א מאגאזין ברענגט א נייגער פאר די ליינער, דער זעלבער איז מיט משה גבאי, און ס'האט גארנישט מיט זה לעומת זה

ווידער ר' זלמן לייב, קען זיין ער איז א וואוילער מענטש, איך קען איהם נישט, אבער ער איז נישט JUICY, ער איז נישט עפעס באקאנט פאר אן אויסערארדענליגער כאראקטער, ער איז נישט קיין קאנדידאט וואס מענטשן זאלן זיי ציען נייגער, נישט קיין שום עוולה

בימי ר' יואל זצ"ל, איז דער איינציגער און די מערסטע אינטערסאנטער מענטש איז געווען ר' יואל זצ"ל ער איז געווען א גאר אויסערגעווענליכער מענטש, וועגן דעם האט מען איהם אויך שטארק געזיכט צו אינטערוויוען

חיי_שעה, איך וויל דיר בעטן א פערזענליכער טובה פאר דו איילסט זיך מיר צו ענטפערן זאלסטו נעמען א מינוט צו מדייק זיין אין מיינע ווערטער און איר וועט איינזעהן אז איך בין 100% גערעכט און די האסט דא געמאכט א גרויסן טעות מיט דיין גאנצער פשעטיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 20:17 לינק ישיר 

סקאטמאלען, ערלעדיגט איך וועל גוט פארשטיין וואס די זאגסט און נאר נאכדעם ענטפערן, דעריבער וויל איך דיר איבערפרעגן כדאי צו מאכן זיכער אז איך פארשטיי גוט וואס די זאגסט...

די זאגסט אז ר' אהרן האט "נישט" געגעבן א אינטערוויו נאר די משפחה מאגאזין האט ארויפגעלייגט א פיקטשער פון אים אויפן דעקל צו שלעפן קונים...

איך האב גוט פארשטאנען?

(בנוגע וואס די שרייבסט וועגן "ר' יואל" קודם כל איז א חוצפה אז איינער וואס פארופט זיך א סאטמארער זאל שרייבן "ר' יואל" צווייטענס קען זיין אז מען האט אים געזיכט צו אינטערוויוען פארט האט ער נישט "געטראפן" די צייט צו קענען געבן א אינטערוויו)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 20:36 לינק ישיר 

חיי_שעה כתב:
סקאטמאלען, ערלעדיגט איך וועל גוט פארשטיין וואס די זאגסט און נאר נאכדעם ענטפערן, דעריבער וויל איך דיר איבערפרעגן כדאי צו מאכן זיכער אז איך פארשטיי גוט וואס די זאגסט...

די זאגסט אז ר' אהרן האט "נישט" געגעבן א אינטערוויו נאר די משפחה מאגאזין האט ארויפגעלייגט א פיקטשער פון אים אויפן דעקל צו שלעפן קונים...

איך פרוביר גאר שטארק צו מ'קען אפשר דאס פארשטיין פון מיינע דיבורים אבער אן ערפאלג, ביסט דיסלעקסיע צו וואס?


איך האב גוט פארשטאנען?

(בנוגע וואס די שרייבסט וועגן "ר' יואל" קודם כל איז א חוצפה אז איינער וואס פארופט זיך א סאטמארער זאל שרייבן "ר' יואל" צווייטענס קען זיין אז מען האט אים געזיכט צו אינטערוויוען פארט האט ער נישט "געטראפן" די צייט צו קענען געבן א אינטערוויו)

נו וואס איז דען אן עוולה אז ר' אהרן האט מער צייט ווי רבינו יואל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 20:40 לינק ישיר 

בקיצור איך פארשטיי, איך פלאן נישט מיטצוטאנצן דיין געים פון דרייען און דרייען און נישט אנקומען צום פינטל, איך האב דיר געפרעדט זייער א קלארע קשיא און די געסט זייער א פאדרייטע תשובה.

ר' אהרן הגה"ק האט צוויי מאל געגעבן א אינטערוויו! אין ביידע האט דער צייטונג שרייבער געשמועסט מיט ר' אהרן הגהק פערזענליך, און אויף ביידע האט די משפחה געשריבן אז זיי האבן באקומען א עקסלאסיוו אינטערוויו

דאס איז א זאך וואס געהערט פאר א גבאי און נישט פאר א רבי, דאס מאכט פרעגן די קשיא "מה ראה הגהק להתנהג כגבאי"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 20:49 לינק ישיר 

חיי_שעה כתב:

דאס איז א זאך וואס געהערט פאר א גבאי און נישט פאר א רבי,

מהיכי תיתי? וועלכער סיעף אין שו"ע איז דאס?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר'משה פרידמאן(משב"ק) VS ר'אהרן טייטלבוים(הגה"ק)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext