בית פורומים אידישע געדאנק

ר'משה פרידמאן(משב"ק) VS ר'אהרן טייטלבוים(הגה"ק)

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2009 20:56 לינק ישיר 

סקאט, עס שטייט טאקע נישט אין שלחן ערוך אבער אין טו"ז יא, קוק נאך אינם סעיף ווי עס שטייט אז א רבי דערף קענען לערנען דארט שרייבט דאס דער טו"ז

איך פלאץ שוין ווייטער פון די נארישע חלה דעקל גאנג דא, קען מען טאקע נישט פירן א שמועס מיט אפאר ערוואקסענע ארוינים אדער זענען נישט פארהאן אזעלכע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 20:59 לינק ישיר 

ווער עס קען ר' אהרן ווייסט אז כאטש ער פארגינט קיינעם גארנישט (אפילו די אייגענע קינדער) וויל ער דאך זיין אלעס...

ער וויל זיין א "פרומער", ער וויל זיין "קאאל", ער וויל זיין ערנסט, ער וויל זיין א "בדחן", ער וויל זיין א גבאי אויך.
דאס איז די חילוק פון ר' אהרן מיט ר' משה, ר' משה איז נאר גבאי, ר' אהרן איז א גבאי אויך....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 21:55 לינק ישיר 

חיי_שעה כתב:

1) ביידע סאטמארע פארטייען האבן געגעבן אינטערוויוס פאר ציוניסטישע\חרדישע צייטונגען מצד מהרז"ל האט ר' משה גבאי געגעבן צוויי מאל און פון די צווייטע זייט האט ר' אהרן געגעבן. (ווער עס האט די דעקלעך פון די משפחה זאל דאס ביטע פאוסטן אדער זיך מעלדן צו מיר אין אישי).
 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 23:22 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

דאס איז א זאך וואס געהערט פאר א גבאי און נישט פאר א רבי,

מהיכי תיתי? וועלכער סיעף אין שו"ע איז דאס?



דארט ווי עס שטייט אז מ'טאר צו די''ת נישט גיין ח''ו
-------------

סיי וויאזוי, טאקע נישט די ערשטע מאל וואס חי שעה פעלטש פאקטען
אבער אין פאקט האט רביה''ק געשמיעסט מיט ציוניסטישע צייטונגען, אין זיי האבען עס נאכדעם אריינגלייגט אלס א אינטערוויא (די זעלבע וועג ווי מהר''א ביי די משפחה)
ער פלעגט ביי זיך אין שטוב אויפנעמן יעדן יודיש קינד אין מקרב געווען אין אפי' געגבן אפאר דאללאר אויב יענער האט זיך גענויטיגט דערין, ניין! רביה''ק איז בכלל נישט געווען קיין פארביסענער אין איז געווען די פארקערטע מהות פין א בני יואל.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 23:31 לינק ישיר 

זייער א גרינגע וועג זיך ארויסצודרייען מיט פארדרייען די שמועס.

עס איז זייער גרינג צו שרייבן "סיי וויאזוי, טאקע נישט די ערשטע מאל וואס חי שעה פעלטש פאקטען". זאג דיןתורה וועלכע פאקט האב איך געפעלטשט יעצט און וועלכע פאקט האב איך געפעלטשט אין פארגאנגענהייט? בכלל ווי קומט דא אריין דעם רבי'נס מהות?

די פארדרייסט דעם שמועס, קודם מיט מיר אטאקירן אין די וועלט אריין און דערנאך זיך נעמען רעדן פונם רבי'נס מהות במקום הגהק'ס אינטערוויו'ס

"משפחה" שרייבט קלאר אז ער האט אויפגענומען דעם שרייבער אויף א אינטערוויו, אויך איז געדריקט דארט אז מהר"א האט געפרעגט דעם שרייבער אויב ער איז שוין געווען באזוכן אין די מוסדות און אין "בית השחיטה"... ווען איך בין געווען דאסלעטמאל ביי דיין רבי האט ער מיר נישט געפרעגט אויב איך בין געווען באזוכן די מוסדות און אויך נישט אויב איך בין געווען באזוכן די בית השחיטה... אויך האט ער מיר נישט אויסגערעכנט זיין סדר היום אזוי ווי ער האט געטון פארן צייטונג שרייבער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 23:31 לינק ישיר 

ס'נישט ריכטיג אז אדמו"ר מהר"א איז דער איינציגסטער רבי וואס האט זיך געלאזט אינטערוויאען, ס'דא נאך צענדליגע אינערוויאס מיט רבנים בדורינו, כ'געדענק איין אינטערוויא וואס כ'האב געליינט אין משפחה, ווי אדמו"ר מ'סקווירא האט איבערגעשמועסט מיטן שרייבער אלע פראבלעמען וואס פלאגן דעם היינטיגן דור.


 ס'געווען א לענגערע אינטערוויא ווי די מיט אדמור מהר"א.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 23:38 לינק ישיר 

יא ריכטיג, אין זעלבן צייטונג טאקע עס איז נאר דא צוויי חילוקים. 1 סקווירא רבי פראבירט נישט איינצורעדן די וועלט אז ער פארטרעט סאטמאר.2 איז די תוכן פון די שמועסן.

אין יענעם אינטערוויו האט דער שרייבער אנגעהויבן דעם שמועס מיט דעם אז ער איז א שרייבער און ער וויל הערן פונם רבי'ן ווי אזוי מען זאל זיך באגיין מיט חינוך וכדו', ער האט אויפגעברענגט די נושא וועגן די היינטיגע נסיונות און דרכים אין חינוך ווי סקווירא רבי האט זייער שטארק זיך מתמרמר געווען אז מען לייגט נישט אריין אין די אינגווארג גענוג אהבת התורה מיט פאזעטיווע מיטלען וכדו', סקווירא רבי האט געגעבן עצות וכדו' און האט זיך נעבעך איינגערעדט אז ער רעדט צו איינער פון די דעה פארמירער אין ארץ ישראל. משא"כ הגהק האט גערעדט פון זיין גדלות און זיין בית השחיטה פון זיין סדר היום. גארנישט אנדערש פון סיי וועלכע סעלעברעטי וואס רעדט פון זיך

נ.ב. ביטע נישט פארקריכן, די מדובר דא איז פון איינער וואס פראבירט איינצורעדן די וועלט אז ער איז א ממלא מקום פון רביה"ק זי"ע. ברענג נישט יעצט א ראי' אז סקווירא רבי, וויזינצע רבי, בעלזא רבי האבן זיך אויך געטראפן מיט יעקב אשר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 23:40 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:

ניין! רביה''ק איז בכלל נישט געווען קיין פארביסענער אין איז געווען די פארקערטע מהות פין בני יואל..



ר' אהרן טייטלבוים, איז דער מהות פון א פארביסענער מענטש, וואס וועט טאן אלעס אויף די וועלט זיך צו שלאגן און פערזענליך מצער צו זיין די מענטשן וואס האלטן נישט פון אים.

ער איז שוין איבער די זעכציג, און במשך זיין גאנץ לעבן איז ער געווען פארנומען מלחמה צו האלטן פאר זיין אני ואפסי, און זיך שלאגן מיט מענטשן, וואס האלטן נישט פונקטליך וואס ער האט חשק מען זאל פון אים האלטן.

עד היום הזה, זענען דאס זיינע מלחמות.

זיין גרעסטע הנאה איז ווען ער קען צופיקסן ווער עס גייט נישט מיט אים הונדערט פראצענט אין שפאן, וואס ער רופט "שונאים" (אפילו אייגענע קינדער און איידעמער)
און זיין גרעסטער צער איז ווען זיינע שונאים לעבן במנוחה.

ער האט זיך נאך אין זיין לעבן נישט אוועקגעגעבן פאר יענעם, נאר אויב עס קען אים ברענגען עפעס בענעפיטן.

אלעס איז "איך מיך און זיך".


די בני יואל אידן, לעבן אויף חסד, מען גיט זיך אוועק איינער פאר'ן צווייטן און מען איז שטענדיג גרייט א טובה צו טאן פאר א איד, אפילו פאר א "פרעמדן".




תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 03/12/2009 23:42:46




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2009 09:18 לינק ישיר 

פארשטייצעך!
פארדרייען די נושא טאר מען נישט
אפי' ס'איז א גוטס קעגן הגהגהרה"ק

די שמועס דא איז
האט עס פשט אז א רבי מאכט גבאות ארבעט אדער נישט
גייט הקדוש צונאזאם מיט גבאות ארבעט אדער נישט
האט א מתמיד עצום צייט פאר גבאות ארבעט אדער נישט

בקיצור ס'איז א שמועס קלאהר צו מאכן דעם ניגון מנהיג הדור וואס מיט דעם ניגון רעדט מען איין די קעלבלעך אז ס'מיינט אז מען מעג אלעס טוען,
ווייל מען איז דאך די מנהיג הדור
כמו הרבי מלובאוויטש געטוען די גרעסטע שטותים און עס געגעבן א נאמען מנהיג הדור מלך הדור מלך המשיח

די שאלה איז וואס מיינט מנהיג הדוד - ער פירט דעם דור

מיינט עס אז ער דארף וואשן די ערד אין ביהמ"ד ווייל ער איז מנהיג
איז וויפל איז יא די גבול

וואשן די ערד נישט
טיילן די בילקעס אויך נישט
אנרופן באשטעלען זאכן פארן ביהמ"ד אויך נישט
הייסן די גוים וואס ארבעטן אין ביהמ"ד, וואס צו טוען דאס אויך נישט

איז מיט וואס איז ער א מנהיג הדור
אפי ביי זיך אין ביהמ"ד פירט ער נישט לכוארה

דאס איז אלעס אויב טייטש מען און מ'נוץ די ווארט מנהיג הדור א תי' אויף אלע נישט פאסיגע זאכן וואס די רבי טוט און מ'געבט עס א נאמען מנהיג הדור

איז לאמיר זיך טאקע געהעריג אויסשמועסן וואס מיינט דאס טאקע מנהיג הדור און וואס מיינט גבאות שמשות וכו'

אבער ביטע נישט פארדרייען

מ'קען ניצן ר"א אדער רז"ל אדער סיי וועמען אלץ משל צו מסביר זיין וואס מ'מיינט צו זאגן
אבער די נושא איז יעצט נישט דא ווער פון די צוויי זענען גרעסער, גלוגער, מתמיד, עם הארץ,
סיי ווייל די אלע זאכן ווייסט מען שוין קלאהר און גוט
און ווייל ס'איז שלא ממין הטענה די שאלה איז נישט וואס ר"א אדער רז"ל איז
די שאלה איז וואס א מנהיג הדור מיינט און וואס גבאות מיינט און וואס שמשות מיינט וכו'

אפי' ווען איינער וועט ברענגען איינעם אלץ משל וואס פארא תשובה אויף יענעם הערות איז דאס אז רז"ל איז אויך ר"א איז אויך וואס די נפק"מ
אבפרעגן א משל פרעגט נישט אפ די הסבר
ס' איז נאר צו פארדרייען די נושא

לדעתי דארף מען אפשפארן דעם אשכול און די מנהל זאל נאר געבען רשות כתיבה פאר ווער ס'האלט אויף די ליין און פאהרט נישט אוועק, כדי צו אנטלויפן פון די קשיא
מען הערט א קשיא
האט מען וואס צו ענפערן איז גוט און אויב נישט העלפט גאר נישט אז מ'פארט אוועק און מען אנטלויפט פון די קשיא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 14:40 לינק ישיר 

לאמיר זיך טאקע האלטן צום קשיא:

וועלכער סעיף אין שו"ע שטייט אז אינטערוויוס איז נאר געאייגנט פאר א גבאי פון א רבי?

אין מיינע אויגן איז יעדער סארט מענטש געאייגנט פאר אינטערוויוס, צו א רבי א גבאי, א ראש הקהל, א שלעפער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 19:03 לינק ישיר 

עס שטייט נישט אין שלחן ערוך אז א אינטערוויו איז געאייגענט פאר א גבאי
אויב אין דיינע אויגן איז א אינטערוויו ווי יענער רימט זיך אליינס אויס געאייגענט פאר א רבי איז זייער פארשטענדליך פארוואס די ביסט א ארויני און די וועסט קיינמאל נישט פארשטיין דעם פראבעלם, דעריבער וואלט איך דיר געצה'ט נישט אריינצוקומען אין דעם אשכול, דא רעדט מען צו מענטשן וואס פארשטייען יא דעם פראבעלם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 19:47 לינק ישיר 

און וואס טוט זיך מיט אן אינטערוויט ווי מ'רימט זיך "נישט" אליינס אויס, איז דאס יא געאייגנט פאר א רבי?

מ'דארף מיר פשוט גוט פארשטיין על מה אנו דנין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 19:51 לינק ישיר 

חיי שעה, איך וויל זאלסט פארשטיין, איך בין א געפערליכע קלאץ, איך פארשטיי גארנישט, ממילא אויב ווילסטו זיך מיט מיר טענהן, מיזטו זיך אראפ לאזן צו מיר ווי כיתה א' יונגל, פארשטייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 19:59 לינק ישיר 

להוי ידוע דער לעצטער תגובה איז נישט מיין נאמען דער סמך איז א CAPITAL O

ס'איז נגד תקנות הפורום דאס צו טאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 20:03 לינק ישיר 

להוי ידוע דער לעצטער תגובה איז נישט מיין נאמען דער סמך איז א CAPITAL O

ס'איז נגד תקנות הפורום דאס צו טאן.

מנהל, ביטע אים חוסם זיין.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ר'משה פרידמאן(משב"ק) VS ר'אהרן טייטלבוים(הגה"ק)
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.