יעדע סאטמארע חסיד שפירט א געוואלדיג תענוג רוחני ווען מען זאגט אפאר קאפיטלעך תהילים ביים ציון פון רביה"ק זי"ע און דערנאך לייגט מען אריין אפאר דאלער אין די פושקעס. ליידער ליידער קענט איר שוין זיך מער נישט נאכגעבן דעם רוחניות'דיגע תאווה ווייל איר גייט תיכף ארויף אויף יו טוב אלס א גנב שגץ פארברעכער!
כידוע פירן זיך צענדליגע תלמידים פון רביה"ק זי"ע אנצוקומן צום ציון אין די פארטאגסט שעות ווען די צולאזטער מאנראוי קאלעדש בויעס שלאפן שוין, איינער פון די איז הרה"ח ר' ישראל מאיר וואלדמאן הי"ו, ער לייגט אריין געלט אין די פוסקעס אפילו ער ווייסט אז דער סבלן מעשר'ט אראפ פון די געלט. ער טוט זיינס און לייגט אריין געלט אין פושקע אין רבי'ן אוהל.
היינט האבן די רשעים זיך אראפגעלאזט צו א גאר נידריגע שטאפל, במקום זיך לכה"פ פרייען פון די געלט וואס בני יואל לייגט אריין דארט איז זייער תאווה פון באשמוצן אסאך שטערקער און האבן ארויסגעגעבן א פילם ווי מען זעט ר' ישראל מאיר וואלדמאן לייגט אריין געלט און די פושקע און נישט מער נישט ווייניגער זיי האבבן אויף דעם קליף ארויפגעלייגט די ווערטער "ישראל מאיר וואלדמאן רייסט פושקעס"! זיי האבן אויף 2 פלעצער געפיצט דעם קליפ עס זאל אויסזען בעסער, מען קען זען ווי פלוצלינג איז ער צוריק געטאנצן צו א פלאץ ווי ער איז שוין געווען פריער און מען זעט קלאר אז גארנישט האט זיך געטוישט אויף די פושקע
רבותי! איר ווילט געבן צדקה פארן רבי'נס א מוסד אדער פאר רמבעה"נ? טוט דאס נישט אין רבי'ן אוהל!
ליידער ליידער
<*