דער איד-זיין אייביגקייט
http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=3&t=9819&rb_v=viewtopic
ער איז א פאלק פון גלות, ער איז אין גלות געבוירן, ער האט זיך אין גלות געהאדעוועט, אויף פרעמדע באדן איז ער אויפגעצויגן, דעם טעם פון גלות איז געוועהן זיין ערשטע צו שפירן אלס פאלק, דאס מאכט איהם פאר א גלות פאלק, א פאלק וואס איז נישט געבונדן מיט א לאנד, און נישט געבונדן צו זעלבסשטענדיגקייט, ער איז נאר געבונדן צו זיינע פליכטן אלס פאלק, און דאס האלט איהם פון נישט צוזאמען צופאלן, ווען עס איז איהם ביי פרעה אין מצרים זייער ענג געווארן, איז ער פון דארט ארויס מיט גרויס פאראדע, אבער,אן קיין מיליטערישן כח, און אן קיין מענטשליכע מעגליכקייט, מיט א מין הימלישע געווער אין אזווינע הימלישע זעלנער, די גאנצע בריאה האט פאר איהם מלחמה געהאלטן די ערד, די ים, די הימל, און אפילו די חיות און בהמות, די זון אין איר גאנצע פמלי' האבן פאר איהר מיט פרעה געקעמפט, און אזוי איז ער איז פון דארט ארויס, און אריין אין מדבר, ווייטער נישט א לאנד, ווייטער נישט קיין אייגנטום, ער איז דארט אן די מינימאלסטע לעבןס געברויכן אריין, ער איז בלויז מיט זיין רוקזאק און שטעקן, און איין פאהר וועש און דאס געהינדל און געזונדל, ער איז נאך צו א לאנד נישט בארעכטיגט, ער איז נאך צו עפעס אייגנס נישט זוכה, ער דארף זיך עס נאך פארדינען, ער מוז אין מדבר זיך קודם וואלגערן, ער מוז דעם טעם פון גלות נאך אביסל שפירן, ער מוז פון די וועלט און איהרע געברויכן נאך באפרייט ווערן, ער מוז אויף א לחם מן השמים זיין אנגעוויזן, אויף אביסל וואסער מחלמיש צור זיין אנגעהאנגן, ער דארף זיך נאך אסאך צוגרייטן, ער באקומט דארט זיין תורה מיט די פאלק געזעצן דערינען, מיט דעם פאן דער דגל התורה אין דעם הימנע מיט די חצוצרות התרועה ווערט ער היימיש, און ער מאכט מיט זיי זיין לאנד גרייט,
די מרגלים באזוכן דאס לאנד מיט איהרע נאטורן, זיי פארציילן אבער פארן פאלק אז מען קען איהר נישט ערווארבן, מען קען איהר נישט באקומען מיליטעריש, און שרעקן אן דעם פאלק אז מען גייט אין וואנט אריין, זאגט ג-ט : איך זעה אז איהר זענט נאך אלס נישט גרייט, איהר זענט נאך אלס נישט גענוג אויסגעשארפט, עס פעהלט אייך נאך די יסודות פון אייער לאנד קאנסטיטוציע, איהר באגרייפט נאכניש אז אין טבע, אין וועלט, אין עולם כמנהגו נוהג, קענט איהר מיט א לאנד טאקע קיין קיום נישט האבן, זענט איהר צו א לאנד טאקע נישט בארעכטיגט, אלזא, מוזט איהר פערציג יאהר אין מדבר ארומקריכן, פערציג יאהר מיט מיר אין מדבר שפאצירן, פערציג יאהר זאל דער ענן מיטן מן זיין אייער ברויט אין הויזן, ערשט דערנאך וועט איהר זיין צוגעגרייט, ערשט דערנאך וועל איך אייך קענען געטרויען מיט א לאנד א אייגנס,
און אזוי פארמירט ער א נאציאן וואס איז אנדערש ווי אלע פון די וועלט, ער שאפט א לאנד וואס טיילט נישט די זעלבע לאנד ארדענונג ווי אנדערע וועלט לענדער, וואס שערט נישט קאממאן וועלטליכע געזעצן, זיין געזעץ איז די תורה, זיינע געזעץ געבער זענען די שופטים אין סנהדרין, זיין הויפט געריכט איז אצל המזבח אין לשכת הגזית, זיין מיליטער איז דער צבא השם, נישט קיין פערד אין קאלגאסים, נישט קיין שווערד מיט קאנאנען, נאר א מי לשם אלי גרופע, וואס א ירא ורך לבב, די וואס שרעקן זיך פון חטאים שבידם קענען אין די מיליטער זיך נישט אנגעהערן זיי קענען אין די מיליטערישע קאזארמעס נישט פארברענגן, שלא ימס לבב אחיו כלבבו, ער איז נישט גענוג מושטירט צו דעם מלחמה, און ער איז נישט פעהיג אין איהר צו דינען, ער געווינט א מלחמה מיט חצוצרות התרועה שבידו, ער רופט צו זיין ג-ט און ער ענטפערט איהם, די גרעסטע און מאכטפולסטע מיליטערן און העלדן צושטויסט ער, ער ווארפט אן א פחד אויף די יושבי ארץ, ער צוטומלט זיינע קעגנער מיט זיין בלויזיגען אנקום, עס ציטערן פון זיין שטורעם די עליטסטע מיליטער, ער צוברעכט מויערן מיט א שופר בלאז מיט הקפות, ער צוקנאקט פעסטינגן מיט קיין איין טויטן, ביי יעדע פייערשטילשטאנד כאפט ער א לערן אין זיין תורה, אן דעם קען ער ווייטער די מלחמה נישט פירן, און אזוי פיהרט ער דאס לאנד ווייטער אויף די אויסערגעווענליכע באדינונגען, און אייגנארטיגען שטייגער, און דער ארץ זבת חלב ודבש געט ארויס די פירות, די ארץ אשר אבניה ברזל ומהררי' תחצוב נחשת ווערט באשיינפערליך פארווירקלכט, דער עיני השם תמיד דערקענט זיך טאקע מראשית השנה עד אחריתה,
לאמיר געבן א קוק אבער וואס פאסירט ווען ער פארגעסט זיין לאנדספיהרונג, ער פארגעסט זיין אנדערשקייט, ער פארגעסט זיין זכות קיום, דאן איז די גאנצע זאך אויס, פון די גאנצע שטארקע מיליטער ווערט עפעס א שוואכע צוריקגעבליבענע כח, פון אלע שאלן אין בלאזן דערשרעקט זיך שוין קיינער נישט, די גאנצע פחד וואס ער פלעגט אויף יעדן אנווארפן ווערט אויסגעוועפט, אלע פעסטע חומות פאלן פארן פיינט, די פיינט קומט אריין כמעט אן קיין געהעריגן ווידערשטאנד, ער גייט גלייך צו צום הייליגן הויז, ער צושטערט און צוווארפט, די מלוכח פאלט, די גענערעלער אנטלויפן די זעלנער יאגן נאך, די שונא הרגעט וועם ער טרעפט, קיינער שטייט נישט אין וועג פארן פיינט צו שלאגן אין פלינדערן, בלוט גיסט ער ווי וואסער, מענטשן הרגעט ער ווי רינדער, אין די איבעגעבליבענע פארטרייבט ער וואס ווייטער פון דאס לאנד, זיי לויפן אלע אונטער די שווערסטע אומשטענדן, זיי לויפן ווי די אויגן טראגט זיי, זיי צושפרייטן זיך אויף אלע פיהר ווינקלען פון די וועלט, זיי צוזייען זיך אין אלע פעלדער און וועלדער,
און עס בלייבט פון זיי נאר דאס פאלק, דער גלות פאלק דער יוד מיט זיין שטעקן, דער יוד מיט זיין רוקזאק האט זיך געפינט זיך אויף זיין וועג, ער שפרייזט אדורך לענדער און שטעט, פעלקער און אומות פון אלע רעליגיעס, אויף וואסער אין ימען קומט ער אן, ער לויפט פון איין שיידוועג צום אנדערן, און ער לויפט שוין ווייטער, ער קען אויף איין פלאץ נישט צולאנג זיין, ער קען אויף צו לאנג נישט אין איין לאנד פארבלייבן, ער איז אין גלות אין פולן זין פון ווארט, ער איז יעצט א בירגער פון די וועלט, אנגעוויזן אויף זייערע חסדים, ער איז נישט א פאלק צווישן די פעלקער ער איז יעצט א פאלק וואס איז אין אלע פעלקער, ער קומט צו יעדן אן, ער באזוכט ביי יעדן, און מען שיקט איהם ווייטער, ער איז פארפיינטעט ער איז פארפאלגט, ער איז פאריאגט, און ער איז פארפלאגט, ער איז יעצט פון א עם מדושני ענג געבליבן א עם שרידי חרב, וואס איז די שנאה, פארוואס האט מען איהם פיינט, פארוואס לאזט מען איהם אויף געסטעריי נישט זיין, פארוואס האט מען אויף איהם נישט רחמנות, פארוואס וויל איהם קיינער נישט האלטן ? דאכטזיך אז דאס איז די יודנספראגע, די צוויי טויזענט יעריגע פראגע, דאס איז די פראגע וואס זעהט נישט אויס צו האבן א געהעריגע תשובה,
אוודאי האבן די אומות, די פעלקער, אלעמאהל א סיבה אין א תירוץ פארוואס דעם יוד מיטן וואנדער שטעקן פיינט צו האבן, אוודאי האבן זיי אלעמאהל א כעס אויף דעם יוד אויסצוגיסן, ער איז אלעמאהל אין זייערע פראבלעמען שולדיג, איהם האבן זיי זייערע צרות אייביג צו פארדאנקן, דער נעבעכדיגער וואנדער יוד, דער שמוציגע יוד, דער דערנידערטער ער איז גאהר אין אלעס שולדיג, אמאהל איז עס אויף עפעס באגרינדעט און אמאל דאס אויך נישט, אמאהל איז עס ווייל אין זיין תלמוד אין און זיינע אנדערע ביכער שרייבט ער קעגן דעם גוי, ער פארשעמט דארט דער גוי, אמאהל איז עס ווייל דער איד איז צו קלוג, און אמאהל ווייל ער איז צו פרייליך,און אמאל ווייל דער פויער איז צו נאריש און ער קויפט אפ די העצערישע פרעדיגעס פון זיין גלח, אמאהל איז עס וועגן ער נוצט קריסטליך בלוט אין זיינע מצות, און אמאהל איז עס גאהר ווייל ער פיהרט די גאנצע וועלטס עקאנאמיע און דרייט מיט די וועלטס געלט, איז וואס ? שפאניע איז געוועהן די רייכסטע ווען אברבנאל איז געוועהן זיין פינאנץ מיניסטער אין זיין לאנד איז געוועהן דער יודס היים, קומט איהם וועגן דעם פארטריבן צו ווערן, ?
אמאהל איז עס א תוצאה פונעם טונקעלען מיטלאלטערישן טונקעלקייט, ווען דער יוד איז פארפיינטעד און זיין בלוט איז הפקר, אמאל איז עס שוין לאנג נאך די רענעסאנס, שוין לאנג נאך די ענלייטינג, ווען די וועלט איז שוין קלוג, און פארגעשריטן, ער איז שוין אויפגעקלערט ער ערהוילט זיך שוין פון זיין טונקעלע עבר, און מען קען שוין נישט סתם אזוי מיטן יוד שלאגן כפרות, מען קען שוין מיטן יוד די מעשה נישט אן קיין באגרינדעטע אויסרייד מאכן, אט דאן ערפונד די פארגעשריטענסטע לאנד מיט זייער סייענטיפישע בילדונג און ערפונדונגען די ראסן טעאריע, און דער יוד ווערט אלס דער שמוציגסטע ראסע געסטעמפלט, ער פארפעסטעט די וועלט מיט זיין וואינען אין איהר, און מען מוז פון דעם ערשיינונג וואס שנעלער פטור ווערן, און ער ווערט דורך די קלוגסטע פאלק די אדללייט פון די פארגעשריטענע סאסייעטי פאראורטיילט צום טויט,
די געבילדעטסטע מענטשן פון פאלק ווערן פארוואנדעלט אין חיות טורפות, מיט א מענטשליכע געשטאלט, מיט א דמות אדם פירן זיי אויס די מערדערישסטע רציחות, די סאדיסטישסטע מיתות משונות, די גאנצע מאדערנע טעכניק ווערט אין א געווער קעגן דעם יוד פארוואנדעלט, אלעס ווערט צוגעשטעלט צום קריג קעגן דעם יודעלע, די געלונגענסטע מלחמה סטראטעגיסטן ווערן צו דעם מלחמה איינגעשפאנט, מען פירט דאך א קריג יעצט איינמאהל פאר אלעמאהל דעם יוד צו פארטיליגן, און יעצט שוין אויף אייביג, נייע מושגים ווערן באשאפן פאר דעם צוועק, גאז קאמערן בי ציקלאן גאז, אוישוויץ, קאנצעטרטציע לאגערן, אלעס ארבעט פאר דעם גרויסען מארד מאשין וואס וועט אויסקוילענען וואס מער און ווי שנעלער,
קען מען דאס פארשטיין, לאזט זיך דאס באגרייפן, קען אויפן זינען דאס ארויפגעברענגט ווערן, וויזוי קען מען דאס מסביר זיין , וויזוי קען מען דאס טאקע פארשטיין? אבער לאמיר פאר א מינוט זיך אפשטעלן אוןפרעגן א פארקערטע פראגע, וויזוי איז דאס טאקע אז מיר זענען נאך אלס דא, וויזוי האבן מיר טאקע די נשמה נאכניש אויסגעהויכט, וויזוי זענען מיר טאקע דעם לאנגן וועג אריבער און מיר האבן זיך נאך אלס נישט אפגעשטעלט פון גיין, וויזוי איז טאקע אזוי שווער אונז פטור צו ווערן ? קען מען טאקע מיט אונז זיך נישט א עצה געבן, ? מיר דוכט זיך אז דאס איז די יודןפראגע וואס דארף געלעזט ווערן, נישט וויזוי מיר קענען אנטלויפן, נאר וויזוי זענען מיר נאך אלס דא, ? די תירוץ אויף דעם איז אז מיר זענען טאקע דער אייביגער פאלק, מיר זענען די עם עולם, מיר זענען די נצחיות פון די וועלט, און די קלעפ אין די שלעק איז די וועג צוריק אהיים פון גלות, אבער עס איז אין די זעלבע צייט אויך דער רוף צו גלות, און דאס רופט דעם יוד אויפצוכאפן וואס דער גלות רעדט צו איהם, עס איז דער שליח דער טעלעגראם פאר אונזער קיום און פאר אונזער באלדיגער צוריקקער, דער איינציגע לעזונג צו די יודן פראגע איז אויפצוהערן פרעגן, די פראגע איז נישט קיין פראגע עס איז ליבערשט א תירוץ, דאס הייסט אזוי: ווען דער יוד פארגעסט אין גלות צו וואס ער איז געקומען, דארף מען איהם עס דערמאנען, מען דערמאנט איהם אז דער איינציגער וועג צוריק אהיים איז נאר דורךן נישט פארגעסן אונטערוועגנס וויזוי זיך צו פירן, די גלות איז א וועג צוריק אהיים, אבער עס קיין אנטלויף פלאן פון דעם נישט דא, אנטלויפן פון די צרות, און פונעם פיין, איז אנטלויפן פון זיך, און פון זיך קען מען נישט אנטלויפן, אהיים צו לויפן צו א ליידיגער הויז איז דאך שוין בעסער צו בלייבן אינדערויסן אין עס זוכן אנצופילן, אז מיר פאגעסן אז מיר מוזן נאך די גאנצע וועלט אנפילן מיט דעם מלאה הארץ דעה את השם, אז מיר פארגעסן אז די גאנצע וועלט דארפן מיר נאך בייגן דעם ויטו שכם אחד, דארף מען דאס אונז דערמאנען, און דורך שלאגן דעם שליח פארן ברענגן די שליחות אדער דורך צורייסן דעם שטר חוב, און מיינען אז מען האט איהר באצאהלט, האט דאך דער גלות קיין תכלית נישט געהאט, האבן מיר דאך אין גלות גאהרנישט אויפגעטוהן, און אז די וועלט איז נאכנישט גרייט צום וגר זאב עם כבש וווייל מיר האבן דאס נישט אנגעגרייט, דאן זענען מיר על כרחך נאך א שה אחד בין שבעים זאבים, און אז מיר האבן די וועלט נאכניש מתקן געוועהן האבן מיר דאך נישט נאך ווי אהיים צוגיין, דער איינציגער תירוץ אויף די אידן פראגע איז נאר אויפהערן פרעגן, די איינציגע לעזונג צו דער יודן שאלה איז איהר צו פארענטפערן נישט שטערקער צו מאכן, ער האט א תכלית אין זיין גלות פונקט ווי אינדערהיים, אז ער האט נישט געקענט טוהן די ארבעט פון זיין שטוב זיין היים לאנד מוז ער עס טוהן אין די פרעמד, ער מוז ארומגיין בעטלען, ער מוז אין אלע עקן וועלט אנקומען אין די שליחות אזוי אויספירן , ווען ער האט זיך געזוכט אנדערע תירוצים, ווען ער האט געזוכט דעם אויג זיך צו פארבלענדן אין מיט אייגענע אקציעס פרובירן העלפן זיך אליין איז ער נאר ווייטער פון זיין ציהל געלאפן, ער איז נאר טיפער אין גלות אריין, ער איז נאר נאך מער פארוואגלט געווארן ,
אוודאי טאר ער די האלאקאוסט נישט פארגעסן, אוודאי טאהר ער די גאז קאמערן אין די לאגערן נישט פון זיין געוויסן נישט אפטוהן , אבער דער טעלעגראם וואס זי האט אונז געשיקט, טאהר ער נאך וועגן דדעם נישט פארגדרייען , די בריוועלע וואס איז פאר אונז אויף אזא שרעקליכע וועג אנגעקומען טארן מיר נשט פארלירן, מיר דארפן איהר איבערליינען און איבערחזרן, ווייל אז יא קוקן מיר אויס ווי דער ראדיא וואס האט געמאלדן עפעס נשיט גוטס, און אלס אויסוועג האט מען צובראכן די ראדיא מאשין אזוי אז זי זאל מער דאס נישט קענען מעלדן, אדער ווי דער וואס האט די פאסטטרעגער אנגעמקלט פארן ברענגן די חובות בריוועלעך, אדער געשלאגן דעם שטעקן מיט וואס מען האט איהם געשלאגן, דאס איז דאך א בעיטה אינעם גלות, און א שטויס אין די גאנצע מכוון , דאס לייגט דאך די צויי טויזענד יאהר גלות אין א פראגגע צייכן, הייסט עס אז דו כאפסט נאך אלץ נישט וואס דיין פליכט איז , אויב אזוי האב איך טאקע גארנישט אויפגעטוהן, הייסט עס אז דו ביזט נאך אלס פארשלאפן, איז וויזוי קען איך דיר אויפוועקן ,,….. אז יעקב אבינו האט פון דעם שמא יגרום החטא מורא געהאט האט ער זייער גוט געוואוסט אז עס איז דא פון וואס, ווייל דאן וועט איהם גארניש העלפען,אז ער הטא זיך געפארכט פון דעם שמא נתלכלכתי בחטא האט ער גאנץ גוט געוואוסט ווי זיך צו ווענדן, ער האט די אנטלויף פלאן אנגעגרייט און פאל פון א מלחמה קאנפארטאציע, און נישט די שווערדן אין מעסערלעך האט ער מיט זיינע זוהן געשארפט, ווייל אז די והיה כאשר תריד איז די מציאות, דאן איז דער ועל חרבך תחי' דער פאקט, אז עס איז חלילה אין הקול קול יעקב, דאן איז דער חס ושלום והידים ידי עשיו, איז דער ופרקת עולו מעל צואריך א לעבעדיגע, ער האט זיך צוגעגרייט לדורן לתפלה ולמלחמה, ער לערנט אונז וואס מלחמה מיינט, תכסיסי מלחמה קען ער נישט און נישט דאס פארזיכערט זיין קיום, דרכי מלחמה ווייסט ער נישט ווייל נישט דורך דעם באזיגט ער זיין פיינט, איין און איינציגע וועג האט ער צו געוואונען איין איינציגע וועג האט ער צו קעמפן, איין וועג האט ער צום טריאומף, הקול קול יעקב, דאן איז יעבדוך עמים , דאן איז ישתחוו לך בני אומיך, ער קען נישט דעם שונא אנגרייפן נאר מיט זיינע חיצי גבור שנינים, ער קען נישט דעם שונא באזיגן נאר מיטן מלחמתה של תורה, ער קען נישט דעם שונא מיט זיין שטארקייט באקעמפן ווייל ער איז שוואכער פון איהם, און קען דען א שעפס באזיגן דעם וואלף ? ער קען נישט דעם זיג מארש מארשירן נאר מיט די וועגן פון תורה, ער האט נישט מלחמה געזעצן, נאר מלחמה אנווייזונגען, אז עס איז נאך דער והיה כאשר תריד ופרקת עולו מעל צואריך דאן מוזטו דיך נאך פאר איהם זיך טיף פארנויגן, ביז דו וועסט זוכה זיין צום אבא אל אדוני שעירה, צו דעם ועלו מושיעים בהר ציון,והיתה לשם המלוכה,
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 04/12/2009 01:39:24
 |
|
|