האט איר גענומען א H1N1 וויירוס פלו-איינשפריץ?
א באריכט צייגט אז מינאריטעטן איבערן לאנד האבן גאר שוואך אויפגענומען דעם פארלאנג פון די רעגירונג אז מ'זאל נעמען דעם H1N1 וויירוס (סוויין פלו בלע"ז) איינשפריץ.
יש אומרים אז ס'איז צוליב א שטארקער מאנגל אין צוטרוי צווישן די מינאריטעטן און די רעגירונג, אנדערע טענה'ן פארקערט, אז די רעגירונג האט נישט געהעריג פארשפרייט דעם מעסעדזש צווישן די מינאריטעטן.
אלס אידישע קינדער זענען מיר אלעמאל אין די מינאריטעט, כי אתם המעט מכל העמים. איז מעגליך דאס די סיבה פארוואס מ'הערט כמעט נישט ביי אונזער עולם רעדן וועגן דעם איינשפריץ?
|
|