בית פורומים אידישע געדאנק

געשלעג אין קר"י ביהמ"ד שבת, צוויי רבי'ס מיט טליתים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2009 02:25 לינק ישיר 
געשלעג אין קר"י ביהמ"ד שבת, צוויי רבי'ס מיט טליתים

א שווערע מלחמה האט אויסגעבראכן פרייטיג צונאכטס אין בית המדרש דקהל יטב לב ד'סאטמאר (עקשטיין גרופע) ווען צוויי אזויגערופענע רבי'ס מעוטף בטלית גדול האבן אינמיטן מנחה זיך צושלאגן מיט די הענט,

הרב ר' יעקב שמשון טייטלבוים אדמו"ר משפיטיווקע וואס האט די וואך אפגעשריבן א שארפע תשובה קעגן די מסירות פון קהל יטב לב קעגן קהל בית יואל ומנהיגיה, האט דעם ערב שבת קודש זיך באהאלטן אונטער דעם פרוכת פון ארון הקודש, מעוטף בטליתו כמנהגו, און ווען ר' אהרן האט געדאווענט מנחה פאר'ן עמוד און האט אנגעהויבן שטילע שמונה עשרה, האט דער שפיטיועקער רבי אנגעהויבן מיט זיין דרשות מחאה קעגן ר' אהרן ושלוחיו, ער האט זייער שארף אראפגעריסן ר' אהרן אז ער איז א מסור ומלשין א הולך בערכאות אן עוכר ישראל וואס מאכט חרוב יודישקייט,

ר' אהרן האט זיך זייער פארלוירען און האט אנגעהויבן וויינען אזויווי הושענה רבה און אזויווי די לויה פון זיין טאטען, ער האט געמאכט משונה'דיגע קולות אז די חברה ארום האבן נישט געוויסט ווער עס האט דא געכאפט דעם אטאקע, ר' אהרן האט אינמיטטן שמונה עשרה אנגעהויבן מאכן קולות מיט געמיינע לשונות, אזויווי עפרא לפומיה און זיך גענומען צו זיין אלטע מלאכה ער האט אנגעהויבן שלאגן דעם שפיטיווקער רבי,

פישער האט זיך דערמאנט אז מיט 9 יאר צוריק כ"א כסליו האט ר' אהרן זיך צופראסקעט מיט ר' משה וואלף קליין ברבים און ער האט געהאט גרויסע בזיונות דערפון - איז ער שנעל צוגעלאפן און אים אנגעכפאט די ידי עשיו, און ער האט געלאזט די שלעגערס געבען מכות רצח, דעס בית המדרש האט זיך איבערגעדרייט ווייל דער שפיטיווקער האט זיך נישט דערשראקן פון עד כדי הכאה ער האט ווייטער מוחה געוון אויף דעם נבלה פון מסירה ומלשינות אויף אידן וואס דאווענען אין א שול, און די תביעה בערכאות צו פארשפארן א שול,

פאלגט נאך די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פון די מחלוקה פון די צוויי גרויסע רבי'ס,





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2009 05:05 לינק ישיר 

די שלעגעריי פון די צוויי רעבעס מיט ווייסע בגדים איינגעהילט אין טליתים איז זייער פאסיג צו דעם ווארט וואס עס שטייט אין דגל מחנה אפרים פרשת בראשית, ווי ער טייטשט אויס די פסוקים פון דור הפלגה, וזל"ק


ויהי בנסעם מקדם וימצאו בקעה, ונשרפה לשריפה, ונעשה לנו שם, הנה התורה מרמזת בכאן על כת שקרנים ומתדמים לשלומי אמוני ישראל ולבסוף אין להם קיום והם כלים מאליהם כי שקרא לא קאי (שבת ק"ד.) והוא מרומז בפסוק כי בתחלה ויהי כל הארץ שפה אחת היינו דבוקים בשכינה גימטריא שפה ודברים אחדים היינו מחמת שהיו דבוקים בה' היה ביניהם אחדות גדול ולא היו מדברים אחד בפה ואחד בלב רק הפה והלב היה אחד אבל ויהי בנסעם מקדם היינו מקדמונו של עולם כמאמר רז"ל (בראשית רבה ל"ח, ז') וימצאו בקעה וגו' היינו שתעו ונפלו בבור עמוק וחושך ועוד להם שמראים עצמם כצדיקים והוא שאמרו ונלבנה לבנים היינו נלבוש בגדים לבנים כדמיון הצדיקים הטהורים ונשרפה לשריפה להכות כף אל כף בהתלהבות והכל הוא כדי לעשות לנו שם כפשוטו ונבנה לנו עיר לכבוש עיירות תחת ידם, וסופם ותהי להם הלבינה לאבן היינו בגדי לבנים שהיו לובשים היה להם לאבן נגף ולמכשול והחמר ר"ת חכם מופלא ורב רבנן (זוהר ג', רע"ה.) שהיו מחזיקים ומראים בעצמם היה לחומר כפשוטו לטבוע וליפול בתוכו, ויפץ ה' אותם משם כי שם בלל היינו בעונותינו הרבים נתעורר על ידם קטטה ומריבה ושנאת חנם ונבלל שפתם שאין אחד יודע מה שהשני מדבר והבן: עכל"ק

דער אזויגערופענער רבי וואס האט געמאכט היסטארי מיט פארשפארן א מקום קדוש מיט מסירות ומלשינות, וואס האט געמאכט היסטארי מיט איבערקערן א מקום קדוש צוויי מאל אין הייליגט טאג שמיני עצרת, בעת ער זיצט בבגדים לבנים ומראים עצמם כצדיקים ונתעורר על ידם קטטה ומריבה ושנאת חנם, דער אזויגערופענער רבי וואס האט געמאכט היסטארי מיט רופן אן אייגענעם טאטען זיך אינטערזיכן אין געריכט אויב ער איז ביים פולן דעת, דער אזויגערופענער רבי וואס האט אריינגעגעבן אין געריכט רעקארדס פון טאטענס מעדעצינען כדי מבזה זיין לעולמי עד בכל העולם כלו, דער אזויגערופענער רבי מראה עצמו כצדיקים ווען ער מאכט זיך וויינען הושענה רבה כדרך הצדיקים בעת ער פלאנט אן אינוואזיע מיט די שחורים אויף א מקום קדוש, דער אזויגערופענער רבי וואס איז מקיים דעם להכות כף אל כף בהתלהבות פאטשט מיט די הענט ווי א גייסטיש צורידערטער און טאנצט ביי חתונה'ס מיט בגדי לבנים ווי א חולה מסוכן נעבעך

והכל הוא כדי לעשות לנו שם כפשוטו ונבנה לנו עיר לכבוש עיירות תחת ידם, זיך פאטאגראפירן ווי מער ונעשה לנו שם אין אלע צייטונגען, לכבוש עיירות תחת ידם, וועט ער טאקע האבן אזא סוף ווי דער דור הפלגה האט געהאט






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 05:45 לינק ישיר 

עקיבא וויינשטאק האט אים אויסגעזאגט דעם סוד, אויב וויל ער אייננעמן צוריק דאס ביהמ"ד זאל ער ברענגן שחורים טאנצן אויפן ארון קודש בדוק ומנוסה. דער שפיקטיווער זעט אויס האט געמאכט א פשרה, ער איז געגאנגן טאנצן אן די שחורים 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 08:41 לינק ישיר 

  באמבע!  ר' אהרן נעמט נקמה אין שפיטיווקער 

פארזעצונג פון די גרויסע מחלוקה צווישן שפיטיווקע און הקדוש מטענטע

היינט נאכט האט ר' אהרן נקמה גענומען אין שפיטיווקער רבי, ער האט האט ביי די מלוה מלכה פון זיינע מוסדות געמאלדן אז ער נעמט אויף א ועד החינוך פאר די אינגלעך,

דער יושב ראש וועד החינוך איז עקיבא וויינשטאק,

דער וואס האט געפירט די מערכה מיט שפיטיווקער די וואך מיט שרייבן בריוון אויב דוד עקשטיין איז יא א מסור אדער נישט,
דער וואס האט געטאנצט אין ראדני אנעם קאפל מיט עמרם כהן און מיט די שחורים,
דער וואס האט אפגעוואנדען די תשובות להלכה בבירור איבער דעם איסור פון אריזאנע ווייץ פאר פסח,

דאס איז פשט עין תחת עין, ר' אהרן האט באצאלט פאר'ן שפיטיווקער און טאקע מעניש געווען אויפן פלאץ,

איך גלייב אז מער וועט דער שפיטיווקער זיך נישט וואגן צו האלטן דרשות אין גרויסן בית המדרש אויפן ארון הקודש, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 17:54 לינק ישיר 

ווארטס נאר באלד שטייט אויף דער חכם סקאט מאלאן און זיין חבר דין תורא, און זיי וועלן פרעגן פארוואס קענען די צוויי רעבעס נישט גיין צו דין תורה, פארוואס מוז דער שפיטיווקער האלטן א דרשה אויפן ארון קודש, ער קען נישט גיין צו דין תורה?

איך פרעג אויך די זעלבע פארוואס האט ר' אהרן געדארפט שרייען אויף דעם שפיטיווקער און באפעלן אז מען זאל אים שחט'ן שחיטה מונחת, ר' אהרן קען אים רופן צו דין תורה סוף כל סוף זענען זיי ביידע רביס און ביידע הייסן טייטלבוים פארוואס מוז ר' אהרן נוצן אייביג דעם עשיו'ס געווער על חרבך תחיה, זאל ער פרובירן אמאל בדין תורה,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2009 20:43 לינק ישיר 

וואס דין תורה ווען דין תורה?

א נערווען קראנקער משיגענער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 20:55 לינק ישיר 

ארגינעלער זיי מסביר ווער איז דער קראנקער משיגענער?
עס האבן זיך ארומגעשלאגן צוויי רעבעס, ווער איז פון זיי איז דער נערווען ליידענדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 23:07 לינק ישיר 

ביידע רעבי'ס הייסן טייטעלבוים,
ביידע זענען אייניקלעך פון הייליגן ייטב לב ז"ל
ביידע גייען מיט בגדי לבנים (ווייסע בעקיטשעס)
ביידע האבן א טלית מיט א מידל זילבערנע עטרה
ביידע האבן א טלית פרייטיג צונאכטס




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2009 23:43 לינק ישיר 

גראדע מיר זעהט אויס אז דער וואס האט זיך ערקלערט אלס סבלן איז סאך מער צושפילט מיט די נערווען ווי דער שפיטיווקער,
דע שפיטיווקער האט סאך מער סבלנות און האט א כח המעצר, ער איז געווען אינטערן פרוכת באלד צוויי שעה און נישט ארויסגערעדט א הויעך ווארט, ר' אהרן וואלט זיך קיינמאל נישט געקענט איינהאלטן זיין סבלנות אזוי לאנג,

אפאר ווערטער וואס דער שפיטיווקער האט געזאגט האט זיך ר' אהרן צעווילדעוועט ווי ער האט נישט גענומען די פילן ,

עס דערמאנט דעם עולם ווען ער האט זיך צעווילדעוועט ביי זיין טאטענס לויה ווען משה גבאי האט נישט געלאזט זיין זון מענדעלע רעדן אין קרית יואלער בית המדרש און ר' אהרן האט זיך גענומען שרייען קולי קולות און ווייזן מיט די פינגער משה איז נישט באלעבאס, מען האט אים געדארפט אנכאפן מיט די הענט ער זאל נישט טיילן מכות, ער האט אין די ישיבה אויך ליב געהאט צו פארסקען בחורים און ער האט נאך געהאט א זשאוק דערויף יעצט וועסטו זעהן קראקע,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 00:56 לינק ישיר 

דאס הייסט א כח המעצר? דאס הייסט 'נערווען קראנק' ל"ע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 01:02 לינק ישיר 

און דרייסיג יאר סובל זיין פון דעם קאפע הויז א קרעטשמע וואס האט געשאסן פעך און שוועבל אויף כל הקודש לנו דאס איז נישט קיין סבלנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 10:49 לינק ישיר 

שימעלע אויב האט ענקער רבי טאקע געקרענקט דעם קרעטשמע די 25 יאר וואס ער איז דארט, האב איך א שטארקע הנאה, אבער עס איז בכלל נישט קיין סבלנות, ס'איז פשוט טפשות, ווייל חומד ומתאוה את שאינו שלו איז פון די זאכן וואס איז מוציאין את האדם מן העולם,

איך וואלט מיך קיינמאל נישט געגעלייבט אז ר' אהרן שטערט אז אפאר ווערעמיגע זיצן אין קאפע הויז אפילו אויב זיי גנב'נען אמאל א האנטוך פון מקוה, בשעת ווען ער דרייט אן דעם כל העולם כלו, פון אריזאנע ביז טעקסעס, פאטאגראפירט זיך יעדן מאנטיג און דאנערשטיג מיטן ווייסן כאלאטעל אין מיט די טשיקעלעך, מאכט שריפות ל"ג בעומר און טאנצט הוית ביי מצוה טאנץ, מוחה איבער אלעס פון די  וועלט פון די הריגות אין חברון ישיבה ביז אפשטעלן מוזיק לערנען ביי די קינדער, אבער פינקט דעם קליינעם ווערעמיגע קרעציגע מטורפים באנדע דאס באדערט אים.
עס ווייזט אויף א שטארקער חולה נפש,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2009 21:48 לינק ישיר 

מ'שמועסט איצט אז שפילמאן'ס עמברוידערי פראדאצירט מער נישט קיין חלה דעקל'עך, און קיין פרוכת'ן.....





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 22:02 לינק ישיר 

איך הער אז נעכטען אזוי ווי זיינע חברה האבן געזען אז סווערט א מעטיגע פארטעסט האבן זיי עם געטראגן אין שעכט הויז איך מיין אז ווען זיי טראגן דעם קראנקען אין די דערנעבעדיגע בילדיג אן די מזוזות וואלטן זיי מער אויפגעטיען א שאד א שאד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 05:58 לינק ישיר 

טיפשות האט אויך א גבול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 16:33 לינק ישיר 

פון דיין רבי'ן קוקט אויס א טפשות האט נישט קיין גבול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געשלעג אין קר"י ביהמ"ד שבת, צוויי רבי'ס מיט טליתים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext