מעמד עגמת נפש
בתי כנסיות לאחר שחרבו עדיין הן בקדושתן וכשם שנוהגין בהם כבוד בישובן כך נוהגים בהם בחורבנן חוץ מכיבוד וריבוץ שאין מכבדים ולא מרביצין אותן עלו בהן עשבין תולשין אותן ומניחין אותן במקומן משום עגמת נפש כדי שיראו העם ותעיר רוחם וישתדלו לבנותם.
עס איז ליידער א גרויס ווייטאג אז מען דארף צוקוקן וויאזוי איינער וואס רופט זיך א רעבא פון אידישע קינדער שפארט אפ בתי כנסיות ובתי מדרשות.
מען דארף באוויינען דעם הייליגן מקום תורה ותפלה, וואס עטליכע דרייסיג יאר האבן דארט אידן מתפלל געווען, און געהאט שיעורי תורה.
עס איז באמת אן עת לבכות, אוי לנו שכך עלתה בימינו.
מען זעט אז די אלע ערליכע אידן וואס האבן פאראויסגעזען בשעת מען האט ארויפגעצווינגען ר' אהרן אלס מרה דאתרא, וואס א חורבן ער וועט זיין פאר די שטאט, זעט מען ווי ווייט זייערע אויגן האבן געזען, און די אלע וואס האבן אים געשטיצט זעט מען ווי ווייט זיי האבן זיך ליידער טועה געווען.
מיט צובראכענע הערצער וועלן מיר מארגן באגלייטן די הייליגע ספרי תורה, וואס וועלן ווערן ארויסבראגלייט פונעם באשעפערס הויז וואס ווערט ליידער פארשלאסן דורך דעם ר' אהרן טייטלבוים.
הרואה בחורבנן אומר ברוך דיין האמת: