גערעכטער, פאר נייגעריגקייט וויל איך דיר פרעגן, האלסטו עכט אז דער ביהמ"ד גייט בלייבן פארשפארט?!
קודם האב איך הנאה ס'שיינע זאך פון דיר ביסט מודה אז דעי אלע טעראר מסירות קאנטעמפט אוו קאורט אלעס איז נאר פאר אביסעלע "חיי שעה"....
צווייטנס, אונז האף מיר אז מ'וועט עס בקרוב צוריק עפענען אזוי ווי מ'עפענט צוריק אסאך בתי מדרשים וואס די שונאי ישראל האבן חרוב געמאכט, און דעס אז מ'גייט עס צוריק עפענען, פארמינערט גארנישט דעם שאנדפולע אקט פון צושפארן א ביהמ"ד!!
תוקן על ידי כלהנערים ב- 07/12/2009 00:02:19
נשלח ב-7/12/2009 00:00
גערעכטער האסט צוגעטראפן אדער האסטע אליינס מיטגעהאלטן דעם מעמד ווייל עטליכע בעלי דרשנים האבן דעס ערווענט אז היינט איז ביי ענק א גרויסער יו"ט.
נשלח ב-7/12/2009 00:55
נארישער כל הנערים, בין איך דען א זאלי עם ארץ אז די בני יואל פרעדיגער זאלן מיך דארפן דערמאנען אז עקירת עבודה זרה איז א מצוה? די גמרא זאגט דאך אז מע דארף מאכן א ברכה על עקירת עבודה זרה, אין אז דאס איז א גרויסער יום טוב ווי חנוכה אין פורים אין אז מע דארף זאגן על הניסים, איך זיך עפעס א הוראת שעה מע זאל זאגן הלל אזוי ווי חנוכה, אפשר ערלעדיגסטי עפעס א הוראת שעה פין דיינע דיינימליך?
נשלח ב-7/12/2009 05:53
דארפסטעך נישט פארענטפערן...
נשלח ב-7/12/2009 09:05
איך האב פריער פארגעהאלטן אן אהרוני, וואס איז פשט אויף דעם שרעקליכן חילול הקודש פון פארשפארן א בית המדרש, און צו ער פארשטייט נישט אז דאס ברענגט שרעקליכע בזיונות פאר זיין רבי'ן.
האט ער מיר געענטפערט, אז דער ציל פונעם מסור דוד עקשטיין, איז צו ווערן פאפולער ביי די אהרונים, און געווינען די נקעסטע וואלן, און ווען דוד האט א ציל איז ער גרייט אפילו צו באגראבן דעם רבין.
פארשטייט דיך אז ס'איז בכלל נישט ריכטיג צו ווארפן די גאנצע שולד נאר אויף דוד עקשטיין, ספעציעל אז דוד עקשטיין האט פארלוירן די וואלן, און די סיבה פארוואס ר' אהרן האט אים צוריק אריינגעשטעלט איז געווען טאקע כדי זיך צו שלאגן, און צו פייניגן מענטשן, סיי אהרונים, און סיי די ערליכע סאטמארע אידן.
נשלח ב-7/12/2009 16:04
יא היינט זעט מען אז די שטעל פארטרעטערס (אהרונים בלע"ז) פין די נאציס האבן ליידער דערווייל אויסגעפירט אזוי ווי די נאציס אין ליידער פארמאכט א מקום קדוש זיי קענען לאכן אזוי ווי זייער אמת'ער רבי אין וועמענס דרכים זיי גייען היטלער ימ"ש האט געלאכט
נשלח ב-7/12/2009 16:51
תוקן על ידי ווער_איז ב- 07/12/2009 16:52:52
נשלח ב-7/12/2009 23:24
מיין מיינונג איז אז דעס אז די סטעט פאליס האבן זיך נעכטען אזוי שיין ציגעשטעלט אפי' דע רשעים אין עמלקים די ממלא מקום פאר די מעכטיגע נאצי פארטיי אין דייטשלאנד די VILLAGE פירשאפט (אברהם ווידער - משה גאלדשטיין - שמואל אהרן לאנדא - אלי' רייזמאן - יעקב ישראל פריינד) האבן נישט געוואלט געבען א פערמיט איז אויך געווען צי פארדאנקן דע בריוו'ן וואס מהאט געשיקט פאר די VILLAGE בעטן א פערמיט פאר א פאר וואכן צירוק אין געשיקט דעמאלטץ א קאפי דערפין פאר די סטעט פאליס
לאמיר הערן א דעיט ווען ר' אהרן וועט ענדליך האבען א בית הכיסא..אדער קענען אריין קימען פין די מזרח וואנט מיט די שיינע נאסע פיאות.., א וואך? א חודש? 3 חדשים? א יאר? 2 יאר? 5 יאר? לאמיר הערן!!! דאס איז זיכער אז היינט קען ער נישט..,ר' זלמן לייב וואלדמאן האט אויסגיפירט!!!! איר טרייסט זיך מיט חלשות,
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/12/2009 18:08:29
בעזהשי''ת א טאג נאך די פסק בית דין - ווען די בני יואל וועלן זיך שטעלן צו די''ת!
נשלח ב-8/12/2009 21:21
דין תורה ביזט פארנארט האלסט באמת אז בני יואל ציטערט פון דיין ניק און גייען שוין מארגען אפנעמען דעם צוואנציגער פון סקאט און זיך שטעלן צו דין תורה?
זיי האבן עס שוין הונדערטער מאל געקענט טוען, ביזדערווייל דאווענען זיי אין חרדים, און צו די"ת האלטן זיי נישט ביים גיין.
נשלח ב-8/12/2009 21:32
ביז דערווייל האבן זיי נאכנישט באקומען קיין הזמנה צו דין תורה
און אויב סקאט האט צוואנציג דאלאר פאר הזמנה קען ער געבן פאר ר' אהרן אז ער זאל שיקן הזמנה, אויב ער וויל האבן דעס הויז
נשלח ב-8/12/2009 22:11
דאס אז די הרבנית הצדיקת סאשא טייטעלבוים תליט''א גייט לאחר מאה ועשרים שנה ליגן לעבן די רעבעצין ז''ל אין אוהל, דאס ווייסן מיר דאך אלע, אבער גאנץ בקרוב וועט זי נאך אי''ה ליגן בחיים חיותה לאורך ימים ושנים טובות אין די רעבעצינס בעט... , די בני יואל שיקן שוין שלוחים, אין פאר אפאר טאלער האט זלמן לייב וואלדמאן די גאנצע בני יואל פארטיי אין דערערד.