ויהי ממחרת,
די וויינעדיגע שטימע וואס האט נעכטען באמבאסטיש פארגעזינגען די שירי דוד המלך און די קרית יואל'ער גאסען, איז שוין ב''ה פארשטילט,
חזקאל גאלד'ס פראקאלעמאציע אז רבינו שליט''א איז אזוי קוק ימ''ש עפ''ל, איז שוין פראטאקאלירט געווארען, און די ארכיווען פון דעם אראבישען שערי חסד אונסעטוטציע,
מאיר יודל טעטנבוים דער שרף פון טשאטה'עס מאסיווע ליגיונת און פאנטאזיעס, האט שוין קונה שביתה געווען און די ווייטאגליכע הערצער פון די יושבי הסעפטיק ז''ל,
די קללות און ר''ת פון דעם עסקן נמרץ נגד כל דבר שבקדושה מיילעך שטערן שר''י האט שוין חל געווען אויף אלע שווארצע ריחות,
דער שטעפיווקער רבי השני, און שוין סטאציענירט געווארען און א גייסטישען אנשטאלט,
די שטילקייט און רואיקייט האט ציריק באהערש די גאסען פונעם הייליגען שטעטעל קרית יואל יע''א, תלי''ת
און ר' דוד עקשטיין הי''ו איז ביטער אנגעווייטאגט, פארוואס?
ער האט א טענה אז מען האט ארויסגעטראגען די ספרי תורה, פארוואס???? ווער וויל דען נישט מקיים זיין די הייליגע צוואה פון די מחברתו הטהורה פון רבינו הקוה''ט זי''ע,?
ר' דוד עקשטיין הי''ו שרייט חי וקים, אז ער לאזט דעם ביהמ''ד אפען, ער שטעלט בלויז אריין נייע גבאים, און שטעלט אפ די קאקעש קעק פארטי'ס ער טיט דאס בלויז לע''נ די הייליגע רעביצען,
געוואלד!!! ווער עס קען פוילען ביי די וואלדמאנ'ס מיט די סעפטיקער זיצער אז מען זאל מקיין זיין והשיב את הגזילה! און די מצוה פון לקיים דברי המת, און ציריק געבן די געוועזע קרעשמע פאר קהל, איז מחייב עס צו טאן, ווייל מען דארף מקיים זיין די צוואה פון די הייליגע רעבעצין ז''ל, אז און איר הויז זאל זיין א מקום תורה ותפילה,
דעם בית מדרש איז פארמאכט געווארען דירוך אחים וואלדמאן, קהל האט נישט געהאט קיין שום חלק און אזא מעשה נבלה וואו צו מאכען א בית מדרש,
אדרבה אויב די צוואה פון די הייליגע רעבצין איז אזוי הייליג ביי די געוועזענע יושבי הסעפטיק, לאמיר זען אז זיי זאלען געבן די שליסליך פון די דירה פאר קהל, און קהל וועט זיך זארגען מקיים צו זיין די צוואה פון די רעבעצין און אויף שטעלן דארטן צוויי נייע פליש'עס איינס אוהל אלטא פיגא און די צווייטע אוהל חי' רוזא, לע''נ די טאכטער פון רבינו הקוה''ט זי''ע
כלנו למען כבוד הרעבעצין ז''ל !!!