הונגעריג !!!
http://www.yiddishworld.com/forum/index.php?f=3&t=7767&st=0&sk=t&sd=a&sid=4aa337c10ca01a4ef076dc9677da9425&rb_v=viewtopic&start=360
העלא אלע קרעטשמעריסטן שיחיו
מיך קוועטשט די בויך.. ניין נישט פון איבערוואג, ניין נישט פון איבריגע דאגות, ניין ניין נאר פון ווילדע הונגער! איך הונגער שוין באלד א קיילעכיגע שטונדע בלי הפסק...
כ'מאך א ווערטל, אז מנשה איז הונגעריג, מיינט דאס אז ער האט נאכנישט פאר רעכט איינגעפאסט איבער א בייגל.. נישט א האל וויט בייגל נאר א בייגל פון שטונדען.. צומאל פארשפילט מען די צייט, און ממש ס'נישטא קיין איבערבייס צו באקומען פאר די אויגן.
און דא רייסט ארויס א ווילדע קריטיק פון מיינע הונגעריגע געדערים, אין פארעם פון א רעכטן פראגע. היתכן..
היתכן ווי קאן דאס זיין, אז ווען איך בין זאט, איך האב אפנים זיך געלאזט איינבייסן היינט א גוטע פרישטיג, יא זיך געוואשן און געגעסן ירקות און נעטשרול פעט.. און די איבריגע דרעסינג און נושא כלים, און מקיים געווען א עכטן ושבעת מן התורה, ווידער ביי מיטאג האב איך דווקא געפונען גוטע געקעכטצן, און אויכעט נישט געדזשאלעוועט קיין פארציאנען, און פארציגט און געריסן שתי מנות.
נאכטמאל איז דווקא יא געווען צו די גוימען ביי מיר אין שטוב, פונקט היינט, האבן זיבן 'נאנטע חברים' מיך צולאדענען צו זייערע שמחות, זרח און ברוך מאכן היינט וואכנאכט, שמעלקא און דעלקע מאכן בר מצוה און בערל און קערל מאכן דווקא היינט, יא דווקא היינט איך מאך נישט קיין טעות, היינט מאכן זיי ביידע חתונה, ווי אפגעשמועסט.
אלע האבן זיך גענומען צו מיינע ביינער, און האבן אפגעמאכט, היינט יום שלישי שנכפל בו כי טוב איז די צייט ווען יעדער מאכט וואכנאכט בר מצוה פדיון הבן סעודת מצוה. דווקא היינט דארף סיי בוני עולם סיי ערכים סיי עפעס א נצרך פון שטעטל און סיי מתן בסתר פון ארץ ישראל, מאכן זיי אלע מסיבות און דינערס און אפילען אין אלע שוהלען..
שוין נישט געקענט לאזן עפעס פאר מארגען.. ניין היינט דווקא מיז דער רבי מאכן דעם צענטראלע שבע ברכות פאר אלע, און דער רב א מגבית מיט רייסערישע טועמיה פאר הרב הגאון פון מצרים און און חעלעם.. קומט מארגן, ס'נישטא קיין לעק וואסער ווי צו באנעצען מנשה'לעס בלוט דארשטיגע ליפן...
מיטוואך צומארגנס, קיינער מאכט נישט קיין ברית, קיינער איז נישט געבוירן קיינער איז נישט געשטארבן, יעדער ארבעט, און קיינעם פעלט גארנישט מער, נישטא קיין מגבית נישטא קיין וואכנאכט, נישטא קיין חתונה נישטא קיין ניחום אבלים אפילו..
איך האב שוין פאר בייזעריג זיך איינגעביסן די צונג, ממש איך פרעס מיך דא אן מיט די אייגענע אבר מן החי.. אלע נעכטיגע שיריים איז פארציקט און דאס מארגענדיגע איז נאכנישט געקאכט. און איך קאך ווי א שטיין קעסל.. עפעס לחם לאכול, עפעס צו קייען.. ניין!
שוין, האב איך דען א ברירה, מוז איך ארויס פון מיין גדר ארויס פון דרך, און זיך אריינזעצן אין איינע פון די גע'כשר'טע עסן געזיצעכצער.. און פארלאנגען א פארציאן כמנהג הליסטים.. [כ'הייס שוין ממילא לוסטיג...] און קייען און שפייען אויף אלץ און אלעמען.
און אזוי אויפגערעגטערהייט, איז אלעס שטותים און יעדער משוגע, די וועלט אזוי טייער און גארנישט ווערד..
אה, יעצט ווען כ'האב שוין אויסגעליידיגט די טייסטער פון די אפגעשפארטע מזומן פאר בעסערע צייטן, קום איך צוריק אהיים אנידערגעשלאגן, וויל אנגעגעסן, און אויפגעבלאזן..
האסט שוין געגעסן היינט עפעס...? ווער איז דאס.. איך שמערל, איך מאך מארגן חתונה קום אריבער.. וועסט משמח זיין יא?
ער רעדט נאך, אבער נישט צו מיר, כ'האב מיטן דאבל טשין צוריקגעשפיגן דעם טרייבל אויפן האלטער, מארגן נעכטן חתונה און טאנצן, משמח זיין זאל איך.. וואס?
זייט מיר מצליח.. ווי ביסטו ווען איך דארף דיך..
[איך בין נישט געגאנגען שלאפן ממש הונגעריג, כ'האב געטראפן א עפל א פלעשל קאלט וואסער, דער נותן מזן לכל חי האט מנשה'לע נישט געלאזט כראפעצען אויף א לערע מאגן.. אבער שמערל בערל ברוך און תרח גייטס מיר אלע שפאצירן פון דא.. בא ביי
 |
|
|