מאדנע ווי ר' יוסל מיט יבלח"ט ר' עזריאל זעצן זיך אראפ ביי די זייט כאילו זיי זענען די מחותנים, קען זיין וויבאלד דער רבי איז שוין זייער שוואך געוועזן האט ער געברויכט זייער אנוועזנהייט שטענדיג.
ביים לחיים זעהט מען אביסל אינטערעסאנט זאך ווי דער רבי וואונטשט מיטן לינקן האנט אויכעט און דערנאך ווישט ער ארום איין האנט אין צווייטן. מה הפשר?
נשלח ב-8/12/2009 22:26
על_הגאולה כתב:
ראזשינקעס
מען הערט אויסרופען וויזשניצער רבי פון מאנסי $150.00
צום סוף ווען דער רבי גייט ארויס הערט מען איינעם שרייען: די רשע הער אויף צו שטיפען
די וואס דען וואס די רוצחים, טירנויער, וואלדמאן, אקערמאן, געבלמאן וכו' וכו' האבן דעמאלטס געטאן?
זיי האבן געשלאגן און גע'רצח'ט, געפאטשט און געשטויסן און געשינדן די הויט פון יעדן וואס האט נישט געפאלגט זייערע עס.עס. באפעלן.
אזוי האט אמאל אויסגעקוקט סאטמאר - ווען רוצחים און שלעגער האבן משתלט געווען געריסן און געפלינדערט, געפראסקעט און גע'רצח'ט זקנים עם נערים, חסידים ואנשי מעשה בריש גלי, טאג איין טאג אויס.
און אויף דעם טאנצען מיר ברוך שפטרנו פון די אנשי דלא מעלי, וועלכע מיר האבן געשאנקען פאר די בני יואל און פאר דעם נועם המדות שטריקאץ.
נשלח ב-8/12/2009 22:33
נאך איז אינטרעסאנט אנצוצייכענען
אויף די רעכטע זייט פון רבינו בעל דברי יואל זעהט מען קלאטשען כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א)
רבינו בעל ברך משה זי"ע זיצט אויף דער לינקער זייט נאך זרילע
נשלח ב-16/12/2009 06:45
רבי יונה אבי געשאסן. דער וואס האט אפגעכאפט דעם ווידיאו איז געשטאנען ווייט פון רבי"ן קעגן איבער, דער וואס שרייט דו רשע איז כלל נישט געווען פון די וועם דו רופסט אן מיט דיין שמוציג פיסקל רוצחים רשעים שלעגערס, עס איז בלויז א עטיטוד פון יענעם שרייער.
אז דו ווילסט באשמיצן גאנץ סאטמאר צוליב איין איינצעלנעם נעם דיין פירער וואס האט ליידער באגראבן סאטמאר, ב"ה כי השבית לנו גואל און כ'ק רבינו שליט"א בויעט עס צוריק אויף בחסדי השם.
עכ"פ ב"ה מיר האבן א רבין וואס האט זיך כסדר געדרייט ביים גרויסן פעטער ווען ער האט נאר געהאט א זכי' און יסכר פי דוברי שקר פונען געלן בדחן ודומה לו = נישט ווי זיין יונגערן ברודער זלמעניו וואס איז אין די צייט געזעצן אין די ב"פ רעסטוראנטן און געפרעסן וואורשטלעך און זיך באסמאקעוועט מיט דר.דזשיגאנס טעיפס און חוזק געמאכט פון יעדן וואס איז נאר אמאל געגאנען צום פעטער און איבערפארציילט מיט התרגשות פאר די מתפללים אין סיגעטע ביהמ"ד
נשלח ב-17/12/2009 04:27
כ'דארף נישט קיין ראי' פין דעם בילד פרעג נאר די אידן וואס האבען געהאט די זכי' צו זיצן ביים רבין'ס סוגיא, ווי ער האט ארויסגעוויזען אזא אפענע הנאה אין קורת רח אז בן בנו של אחיו וואקסט אזא גדול הדור.