ב"ה, בראדוועי טרייענגל ריזאונינג באשטעטיגט!
הודו לה' כי טוב: בראדוועי טרייענגל ריזאונינג באשטעטיגט דורך צוויי קריטישע קאונסיל קאמיטעען
עס קומט איצט די בשורה אז די בראדוועי טרייעל ריזאונינג איז היינט צופרי שטארק באשטעטיגט געווארן דורך די סיטי קאונסיל'ס, סוב-קאמיטע פאר פלענינג, און די לענד -יוז קאמיטע.
די קעגנער האבן פארלייגט כוחות צו ברענגן די קאמיטעען עס אראפצושטימען, און מיר האבן נעכטן געשיקט 'מינוטס' פון א הירינג, וואו זיי האבן געשאסן פעך און שוועבל דערויף, נוצנדיג יעדע טענה וואס איז נאר שייך, און אפירברענגנדיג זייער אסאך מענטשן אויפצוטרעטן דערקעגן. איבערהויפט האט זיך ארויסגעשטעלט עס צו באקעמפן קאונסיל-פרוי דיענע ריינע, וועלכע איז היינט אויך אויפגעטרעטן מיט א לאנגע רעדע דערקעגן. די קעגנער האבן געלייגט האפענונגען אז זיי וועלן באווייזן צו שטערן דעם פלאן דורך די קאמיטעען.
היינט צופרי האט זיך ב"ה ארויסגעשטעלט אז די קאונסיללייט האבן איינגעזען די זינלאזיקייט אין די העצערייען קעגן דעם געוואלדיגן פלאן צו ברענגן ארום צוויי טויזנט נייע דירות אין די געגנט, וואס כמעט טויזנט דערפון וועלן זיין ביליגע רענטאל דירות, א גרויסן טייל פון דריי-פיר בעדרומס.
אין די פלענינג סוב -קאמיטע איז דער פלאן באשטעטיגט געווארן אין א 3-0 אפשטימונג, און אין די גרעסערע לענד -יוז קאמיטע איז עס באשטעטיגט געווארן אין א 12-6 אפשטימונג. אין די קומענדיגע צוויי טעג דארף עס אויפקומען פאר אן אפשטימונג בעפאר די פולע סיטי קאונסיל, און נאך אזא שטארקע באשטעטיגונג אין די קאמיטעען איז ערווארטעט אז עס זאל שטארק דורכגיין די גאנצע קאונסיל און באקומען דעם מעיאר'ס אונטערשריפט.
דאס איז א געוואלדיגע בשורה פאר'ן וויליאמסבורגער ציבור, אז אין די קומענדיגע יארן וועלן בעז"ה צוקומען הונדערטער ביליגע דירות אויפן מארקעט, און בכלל וועט פארלייכטעט ווערן די דירות מאנגל.
מען דארף דאנקן השי"ת אז עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני חסדיך ה"א, און ווייטער בעטן אל תטשינו, ווייל די קעגנער ווילן נאך פרובירן צו שטערן די פלענער אין געריכט. מיר האפן ווייטער צו קענען מעלדן נאר גוטע בשורות.
 |
|
|