| נשלח ב-7/12/2009 23:23 |
|
| |
יוסל וואלדמאן אין וומס"ג אויף שבת
פארגאנגענעם שב"ק פ' וישלח איז יוסל וואלדמאן געווען אין וויליאמסבורג, פרייטאג צו נאכטס איז ער געווען אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני, און
די ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען מיט גרויס הערצה, א קלייניגקייט דער מסור פון מאנרא....
זיין באזוך האט אויסגערופן בייז בלוט ביי די עטליכע חסידים פון ברך משה וואס דאווענען נאך היינט צוטאגס אין ראדני שול.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 23:28 |
|
| |
ביהמ"ד הגדול אין קר"י האט אויך זוכה געווען צו א גאסט פארגאנגענעם שבת, חיים ראטה האט דארט געדאווענט צוליב א משפחה שמחה.
און ווען איינער איז אים געקומען פרעגן 'ווייסט ווי ס'די ביסקיסע' האט ער צוריק געפרעגט 'וועלכע ביה"כ דיין רבי'נס?'
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 23:32 |
|
| |
| PARRKIST כתב: |  | | זיין באזוך האט אויסגערופן .......... ביי די עטליכע חסידים פון ברך משה וואס דאווענען נאך היינט צוטאגס אין ראדני שול. |
|
זיי האבן זיך געפרייט צי טרעפן מיט א אלטע גיטע פריינט ווער עס געדעקט נאך איז ר' יוסל געווען פין די שטארקע חסידים פין אינזער רבי דער ברך משה
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 00:12 |
|
| |
ר' יוסל האט זיך געטראפן שבת מיט עטליכע גרויסע ארויניש חסידים, האט ער זיי געפרעגט צו זיי ווילען וויסן וואס איז די גרעסטע תאווה וואס ער האט אלע יארן געגליסט?
האט ער זיי געזאגט אז דעם שבת האט ער זוכה געווען צו דעם,
יעדער האט געוואלט וויסען וואס דאס איז האט ער געזאגט אז,
"דאס אז ער האט געהאט דעם זכות אריין צוקומען צום הייליגען רבינ'ס בית המדרש אין ראדני, בשעת ווי ר' אהרן טייטלבוים קען דארט נישט אריין קומען"
ווי האט יענער געזאגט "אנבעליוועבל"! וד"ל
|
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 00:28 |
|
| |
באמת נישט גלויבליך ווי היסטאריע טוישט זיך.......
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 01:41 |
|
| |
יוסל וואלדמאן קען היינט צוטאגס וועלקאמד אין מער שוהלן ווי זיין אלטער פריינט ר אהרן...אפילו אין מאנראו ווי ר אהרן איז דער מרה דעאסרא...
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 08/12/2009 01:42:24
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 01:44 |
|
| |
איך ווייס נישט וויאזוי די אהרונים שעמען זיך נישט צו שרייבן יוסל מסור וכדומה,ווען די צוויי מוסרים דוד עקשטיין מיט יודא יושע וויינשטאק האבן אפגעשפארט א בית המדרש מיט ביליגע מסירות, און זיי זענען די ראשים פון קהל יטב לב (בערנאדא).
זייער ליצנות איז עד אין לשאר.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 20:18 |
|
| |
פארשטייצעך אז זיי זענען אלע דריי מוסרים, פארפאלן מסור בלייבט מסור!
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 20:23 |
|
| |
אין די בריוו אקעגן יוסל וואלדמאן שטייט נישט אז ער האט א דין פין א מסור אין אויף דע צוויי מוסרים שטייט יא פין א בי"ד אז זיי האבן א דין פין א מסור
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 20:55 |
|
| |
אין דעם איסור צו שטיין אין ווארט מיט יאשקע וואלדמאן שראבן די רבנים הגאונים ובתוכם דער שארמאשער אז: אודות יוסף וואלדמאן היות שזה זמן רב אשר שלח ידו במסירות ומלשינות ולחלל שם שמים באופן נורא ובקומה זקופה בעזות ובחציפות נוראה רח''ל אשר לא נשמע כזה מדורי דורות, מיינט דאס קלאר אז יאשקע וואלדמאן איז א מסור וואס אזאנס איז נאכנישט דערהערט גיווארן,
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 21:05 |
|
| |
BTW קען איינער ארויפלייגן די בריוו וואס די רבנים האבן געשריבן אויף יוסף וואלדמאן בשעתו?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 06:14 |
|
| |
דער רבי בענטש אים
תוקן על ידי סאנז ב- 09/12/2009 06:15:36
תוקן על ידי סאנז ב- 09/12/2009 06:15:57
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 16:33 |
|
| |
אין אפשר איז דער יעצטיגער בריף גישריבן ע''י הלחץ זו הדחק?, ער איז דאך מודה אז ער איז גרייט דורעך לחץ צי שראבן וואס מע הייסט היים, נו יעדער ווייסט אז אינזער יאשקעלע דרייט זיך מיט א רעוואלווער, אין זייער מעגליך אז דער בריף איז גישריבן ע''י הלחץ זו הדחק, בכלל פין איינעם וואס דורעך לחץ שראבט ער סיי וואס, קען מען דען מקבל זיין סיי וואס א חוות דעת אדער פסק?, אפשר איז אלעס גישריבן וועגן לחץ, מסתמה קימט נעקסטע וואך א בריף אז רבי דוד עקשטיין איז א צדיק אין אלעס וואס ער האט גישריבן איז נאר גיווען וועגן לחץ, וואט א פול!!! נא וואונדער אז דער רבי זי''ע האט נישט גיוואלט וויסן פין ר' יואליש,
תוקן על ידי גערעכטער1 ב- 09/12/2009 16:47:27
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 16:53 |
|
| |
אלע שייגעץ שטיק וואס ר' אהרן האט אפגעטאן אין די מ' יארן און די נ' יארן אין קרית יואל האט ער זיך פארענטפערט אז "מוישע גאבע" איז שולדיג געווערן, (הגם מען הערט אויף די לעצטע אנדעקטע טעיפס, אז דוד עקשטיין מסור גיט די באפעלן)וואס דאס האט געברענגט דארף מען נישט פארציילן, אז פון די 5 באהאלטענע און 3 אפענע שונאים, זענען אדאנק ר' אהרן'ס מעשים אויסגעוואקסטן טויזנטער טויזנטער סאטמאר'ער אידן וואס האבן מיט אים נישט קיין שייכות.
אין די צייט וואס ער איז געווען דער יורש עצר לבית סאטמאר, איז ער ארויס חרוב ונחרב אין רובי דרובא פלעצער אויף די וועלט. זיין ברודער מהרז"ל האט געכאפט א ריזיגער חלק פון סאטמאר, זיינע שוואגערס ר' חיים יהושע האלבערשטאם מיט ר' דוד מייזליש האבן געמאכט שבת פאר זיך.
אפאר יאר האט ר' אהרן געשפילט אז ער איז שוין "נארמאל געווארן".
בשנת תשס"ט שנתחדשו גזירותיו, ווען ער האט צוריק באנייט זיין אלטן רשעות'דיגן דרך, און ער האט מבזה געווען נפטרים, געטשעפעט אלמנות ויתומים, ערקלערט קריג קעגן צדקת רבי מאיר בעל הנס, והאחרון הכביד אפגעשפארט א בית מקדש מעט, ווי איבער 500 אידן האבן יעדן טאג געדאווענט, געלייגט תפילין, און געזאגט אמן יהא שמיה רבה.
שטעלט זיך די פראגע, ווער איז אלע שולדיג, משה גאבע הייסט אים????
אדער איז דאס א לחץ זו הדחק פון מסור דוד עקשטיין?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 17:49 |
|
| |
וואס פארדרייסטי דעם שמיס, קימט א רב בישראל אין שראבט אז וואס ער האט נעכטין גישריבן איז נאר גיווען ע''י לחץ זי הדחק, וואס מיינט דאס? דאס מיינט אז אלעס וואס ער זאגט אדער שראבט דארפסטי חושש זאן אז דאס איז באמת נישט אזוי אין אז ער שראבט דאס נאר ע''י לחץ, נו קעמען טראסטן אזא מענטש? זיכער אז נישט, זיין חוות דעת אין זיין פסק איז אין לה שום תוקף והיא בטילה ומבוטלת מתחילה ועד סוף, כלשונו הקדוש.
יעצט צי רבי אהרן, סיי דער רבי דער ברך משה זי''ע אין אפילו דער הייליגער דברי יואל זי''ע וואלט זיך גיווינטשן צי האבן אזא לויטערע אויסגיקליבענע חסידות ווי אינזער רבי האט, אלע מתפללים אלע חסידים זענען כולם כאחד בלב אחד, אין דע צייט ווען ביי הגז''ל דרייט זיך כל צרוע וכל זב, איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, ווידער ביי אינז איז אלעס שמן זית זך, קלאר אין לויטער, דער דברי יואל האט זיך ארים גימיטשעט דא מיט די שפיגל ברעכער דא מיט די שווארצע דא מיט די צודרייטע אוהבי חמאס ואראפאט, ווידער פין היילגן ברך משה דארפן מיר נישט רעדן וויפיל ער האט מיט גימאכט מיט די קרעציגע בני המן, וויפיל צער אין עגמת נפש האט ער גיהאט מידי יום ביומו, במילא האבן זיי נישט גיקענט אדורך פירן אלע תיקונים ווי זיי האבן גיוואלט, אבער היינט צי טאג איז דאך ממש א עולם התיקון, אלע עזות פנים'ער זענען זיך צי לאפן , דער איז היינט ביי די זאליס, דער ביי די בני יואל, דער אין טאש, דער אין חרידים דער ביי סאסמאן דער אין די קרעטשמע, דער איז אין קאשוי אין דער איז אין תולדות אהרן, איינער אין ספינקא אין דער צווייטער אין יפו, אין ביי אינז איז ב''ה שלום ושלוה, סאיז פשוט א נחת, דער רבי שליט''א איז מיט ענק נישט פארנימען, ער איז נאר פארנימען מיט להגדיל התורה ולהאדירה, ער איז פארנימען מיט כשרות בהידור אשר לא הי' מימות עולם, ער איז פארנימען מיט תקנות לצימצום הוצאות לטובת כלל ישראל, ממש אלעס וואס דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע האבן גישטרעבט דורכציפירן, פירט ער אדארעך, אין מיר זענען בטוח אז רבותינו הקדושים דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע שטייען אויבן אין שעפן נחת מלא חפניים, אין זענען עם מכיר טובה.
ניין סאיז נישט קיין נפקה מינה וויפל שונאים רבינו הקדוש שליט''א האט, צי ס'זענען גיווען 150 מענטשן צי 500 מענטשן, אז פין אלע שונאים ציזאמען האט איר נישט גיקענט ציזאמען שלעפן קיין צענטל עולם ווי רבינו שליט''א האט למשל ביי די הדלקה פין ל''ג בעומר, (וואס איז גיווען אויפן זעלבן פלאץ) דאס זאגט אסאך, נאך די אלע העץ ארטיקלן פינעם איד, נאך די אלע דרשות של דופי פין די מחרחרי ריב באיצטלא דרבנן, נאך די אלע שקרים וכזבים ניסח הציונים פין די אזוי גיריפענע (פאלטשע) תלמידי רבינו, האלט איר דא אז איר ווערט אוסגישפילט ביי יעדן איינעם, די גאנצע וועלט ווייסט ווער עס איז דער אמת'דיגער ממשיך דרכו אין ממלא מקום פינעם רבין זי''ע, יעדער ווייסט אז אויב איז דא א פירצה אדער עפעס אויף ציטין צי וועם מע דארף זיך ווענדן, דער בית הגדול שבירושלים זענען פארבינדן מיט רבינו שליט''א מידי שבוע בשבוע, כל גדולי הדור זענען משבח ומעריץ אינזער רבי, ער איז היינט צי טאג דער אויסגישפראכנער אין אויסשליסלעכער רבן של ישראל, דארף ער זיך מאכן ציטין פין אפאר קרעציגע עזות פנימער מיט וועם דער טאטע ז''ל האט נאך געהאט ציטין? עס וואלט גיווען א פלא עצומה אויב וואלטן זיי זיך יא צי גישטעלט צי עם, דאס וואלט גימאנט אין גיפרעגט דרשינו!!!, יעדער פארשטייט אז די אלע וואס דער הייליגער ברך משה זי''ע איז זיי נישט גיט גיווען, האבן היינט א אפענע טיר אין איז א מקורב ביים בן השני, יעדער פארשטייט פארוואס, ווייל פין הייליגן ברך משה צים בן השני איז כרחוק מזרח ממערב, סיי אין קדושה, סיי אין ידיעת התורה, סיי אין לימוד התורה, אין סיי אין מידות, יעדער פארשטייט אז איינער וואס האט נאך גישריגן אויף זיין טאטן כומעני קען ביי א אייגן קינד נישט האבן קיין קירבות, אויסער ביים בן השני, דארט קען אזא איינער האבן א אפענע טיר. ועל זה דווה ליבכם, איך פארשטיי אייער ווייטאג אין ציבראכנקייט,
יעצט הייבט אן צי שעלטן, חלה דעקל...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 18:52 |
|
| |
צו חלה דעקל, מעשה דוד עקשטיין וואלען יוכיח
אפשר קענסטו מסביר זיין וויפל מעמבערס האט דיין קהל יטב לב אין קרית יואל?
אפשר קענסטו אויסזאגען פארן ציבור
וויפעל שטימען האט באקומען דיין ראש הקהל דוד עקשטיין שר"י ?
פון דיינע טויזענטער מעמבערס האט דוד נישט באקימען קיין 300 שטומען!!!!
יא ביסט גערעכט!
דאס הייסט טאקע זייער א שיינער קהילה באחדות!
אבער מיט אן ארויני קען מען נישט, און מען טאר נישט טענה'ען
"ודע מה שתשיב" לארוינים
|
|
|
|
|