בית פורומים אידישע געדאנק

יוסל וואלדמאן אין וומס"ג אויף שבת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/12/2009 19:20 לינק ישיר 

אמת מיר האבן נישט ליב גיהאט דעם דוד עקשטיין, ער איז נישט קיין סימפאטישער מענטש אין נישט פין די בעסטע מענטשן, OK ביזט ציפרידן?, אבער דער בחור האט זיך בארעכנט, ער האט גיזען אז דער עולם גלייכט עם נישט, ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין, דערנאך מיט ארוס שמאסן די קרעציגע פין די קרעטשמע, אין ער פארט אוף זייער א גיטן וועג, יעצט רעדט מען שוין עם אוף צינעמען אלץ ראש הקהל אויך אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק, ער וועט מיט ענק מאכן א שטיקל סדר,

איך מיין אז איר קענט נישט דעם דוד עקשטיין, יעדעס מאל ווען איר שראבט אויף עם מסור אדער שר''י ווערט זיין שמייכל גרעסער אין גרעסער, ער שעפט נחת דערפין, איר זענט עם פשוט מהנה,

באחדות מיינט נישט אז מען האט יעדן ליב, באחדות מיינט אז דער רבי שליט''א זאגט א ווארט אין יעדערפאלגט , מען האט נישט גיוועלט פאר דעם דוד עקשטיין ווייל מען האט עם נישט ליב, פין די 6500 וואטס האט ער נישט גיהאט מער ווי 300, אבער ווען דעם רבינס רצון איז גיווען אז ער זאל יא זיין אוף זיין פאזיציע, האבן מיר דאס אלע באחדות אנגינימען פינקט ווי ביים בעל דברי יואל זי''ע מיט ר' יחזקאל שמש ע''ה, אין ביים בעל ברך משה זי''ע מיט רבי יצחק ראזענבערג שליט''א, אזוי דא אויך ביי רבינו הקוה''ט שליט''א מיט רבי דוד עקשטיין שליט''א, וואס מיינסטי? מיר זענען עפעס זאליס? דער רבי וויל א טאוועל אוף דע ישיבה לע''נ זיין טאטן, אין די חסידים פאפן עם אן?.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 19:30 לינק ישיר 

אינטערסאנט דע ארונים מאכט מען העפי מיט טעראר,
 

עצה טובה
אויב ווילט איר ווערן גרויס אין באליבט ביי די ארונים טיט עפעס א רשעות אין אלע חלה דעקליך וועלן דיך ליב האבן,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 19:41 לינק ישיר 

ניין, ער האט באוויזן א קאפ-שטיק, אן קיין שלעק, אן קיין טייערס שנאדן, אן קיין קארט ריפן, אן קיין נאכשרייען, אן קיין פאשקעווילן, שטילערהייט האט ער זיכער גימאכט אז בור כרה ויחפריהו, איר וועט פין אייגענעם ווילן לויפן אין קארט אין כאפן א שמיץ ארוס, אין פאר דעם האבן מיר עם ליב, רבי דוד עלה והצלח!!!

דיין עצה, האבן אסאך אירע פרובירט אין סאיז נישט געלינגען, ווילסט נעמען? איין נאמען וועל איך זאגן ברמיזה, דער ערשטער נאמען הייבט זיך אן מיט יו.. אין דער לעטער נאמעט מיט ווא., אין אויב ווילסטי נאך, בעט מאן קינד בעט, איך איך וויל דיר שראבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 20:50 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
וואס פארדרייסטי דעם שמיס, קימט א רב בישראל אין שראבט אז וואס ער האט נעכטין גישריבן איז נאר גיווען ע''י לחץ זי הדחק, וואס מיינט דאס? דאס מיינט אז אלעס וואס ער זאגט אדער  שראבט דארפסטי חושש זאן אז דאס איז באמת נישט אזוי אין אז ער שראבט דאס נאר ע''י לחץ, נו קעמען טראסטן אזא מענטש? זיכער אז נישט, זיין חוות דעת אין זיין פסק איז אין לה שום תוקף והיא בטילה ומבוטלת מתחילה ועד סוף, כלשונו הקדוש.

יעצט צי רבי אהרן, סיי דער רבי דער ברך משה זי''ע אין אפילו דער הייליגער דברי יואל זי''ע וואלט זיך גיווינטשן צי האבן אזא לויטערע אויסגיקליבענע חסידות ווי אינזער רבי האט, אלע מתפללים אלע חסידים זענען כולם כאחד בלב אחד, אין דע צייט ווען ביי הגז''ל דרייט זיך כל צרוע וכל זב, איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, ווידער ביי אינז איז אלעס שמן זית זך, קלאר אין לויטער, דער דברי יואל האט זיך ארים גימיטשעט דא מיט די שפיגל ברעכער דא מיט די שווארצע דא מיט די צודרייטע אוהבי חמאס ואראפאט, ווידער פין היילגן ברך משה דארפן מיר נישט רעדן וויפיל ער האט מיט גימאכט מיט די קרעציגע בני המן, וויפיל צער אין עגמת נפש האט ער גיהאט מידי יום ביומו, במילא האבן זיי נישט גיקענט אדורך פירן אלע תיקונים ווי זיי האבן גיוואלט, אבער היינט צי טאג איז דאך ממש א עולם התיקון, אלע עזות פנים'ער זענען זיך צי לאפן , דער איז היינט ביי די זאליס, דער ביי די בני יואל, דער אין טאש, דער אין חרידים דער ביי סאסמאן דער אין די קרעטשמע, דער איז אין קאשוי אין דער איז אין תולדות אהרן, איינער אין ספינקא אין דער צווייטער אין יפו, אין ביי אינז איז ב''ה שלום ושלוה, סאיז פשוט א נחת, דער רבי שליט''א איז מיט ענק נישט פארנימען, ער איז נאר פארנימען מיט להגדיל התורה ולהאדירה, ער איז פארנימען מיט כשרות בהידור אשר לא הי' מימות עולם, ער איז פארנימען מיט תקנות לצימצום הוצאות לטובת כלל ישראל, ממש אלעס וואס דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע האבן גישטרעבט דורכציפירן, פירט ער אדארעך, אין מיר זענען בטוח אז רבותינו הקדושים דער הייליגער דברי יואל אין דער הייליגער ברך משה זי''ע שטייען אויבן אין שעפן נחת מלא חפניים, אין זענען עם מכיר טובה.

ניין סאיז נישט קיין נפקה מינה וויפל שונאים רבינו הקדוש שליט''א האט, צי ס'זענען גיווען 150 מענטשן צי 500 מענטשן, אז פין אלע שונאים ציזאמען האט איר נישט גיקענט ציזאמען שלעפן קיין צענטל עולם ווי רבינו שליט''א האט למשל ביי די הדלקה פין ל''ג בעומר, (וואס איז גיווען אויפן זעלבן פלאץ) דאס זאגט אסאך, נאך די אלע העץ ארטיקלן פינעם איד, נאך די אלע דרשות של דופי פין די מחרחרי ריב באיצטלא דרבנן, נאך די אלע שקרים וכזבים ניסח הציונים פין די אזוי גיריפענע (פאלטשע) תלמידי רבינו, האלט איר דא אז איר ווערט אוסגישפילט ביי יעדן איינעם, די גאנצע וועלט ווייסט ווער עס איז דער אמת'דיגער ממשיך דרכו אין ממלא מקום פינעם רבין זי''ע, יעדער ווייסט אז אויב איז דא א פירצה אדער עפעס אויף ציטין צי וועם מע דארף זיך ווענדן, דער בית הגדול שבירושלים זענען פארבינדן מיט רבינו שליט''א מידי שבוע בשבוע, כל גדולי הדור זענען משבח ומעריץ אינזער רבי, ער איז היינט צי טאג דער אויסגישפראכנער אין אויסשליסלעכער רבן של ישראל, דארף ער זיך מאכן ציטין פין אפאר קרעציגע עזות פנימער מיט וועם דער טאטע ז''ל האט נאך געהאט ציטין? עס וואלט גיווען א פלא עצומה אויב וואלטן זיי זיך יא צי גישטעלט צי עם, דאס וואלט גימאנט אין גיפרעגט דרשינו!!!, יעדער פארשטייט אז די אלע וואס דער הייליגער ברך משה זי''ע איז זיי נישט גיט גיווען, האבן היינט א אפענע טיר אין איז א מקורב ביים בן השני, יעדער פארשטייט פארוואס, ווייל פין הייליגן ברך משה צים בן השני איז כרחוק מזרח ממערב, סיי אין קדושה, סיי אין ידיעת התורה, סיי אין לימוד התורה, אין סיי אין מידות, יעדער פארשטייט אז איינער וואס האט נאך גישריגן אויף זיין טאטן כומעני קען ביי א אייגן קינד נישט האבן קיין קירבות, אויסער ביים בן השני, דארט קען אזא איינער האבן א אפענע טיר. ועל זה דווה ליבכם, איך פארשטיי אייער ווייטאג אין ציבראכנקייט,

יעצט הייבט אן צי שעלטן, חלה דעקל...


אפגעזעהן צו וועלכע  צד די נעמסט זיך אן
שוין לאנג נישט געליינט אזא תוכן'דיגע תגובה אין דעם פארום, אינאיינעם מיט די נאכגעפאלגטע תגובות

איך קען טאקע נישט פארשטיין וויאזוי מהרז''ל איז ברבים מכבד יוסל וואלדמאן, ס'איז ביי קיינעם נישט קיין ספק אז ווען זיין טאטע דער ב''מ  זי''ע זאל דאס וויסען וואלט ער נישט געוואלט קענען מהרז''ל.
דאס איז ממש א זעלטענע בעיטה אין אייגענע טאטע'ן אפגעזעהן צו ער איז א גרויסע מסור צו א קליינע מסור, אבער פאר זיין טאטען האט ער געטרונקען בלוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 23:40 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
סיי דער רבי דער ברך משה זי''ע אין אפילו דער הייליגער דברי יואל זי''ע וואלט זיך גיווינטשן צי האבן אזא לויטערע אויסגיקליבענע חסידות ווי אינזער רבי האט, אלע מתפללים אלע חסידים זענען כולם כאחד בלב אחד

חס ושלום צו זאגן אז רביה"ק זי"ע אדער אפילו דער ברך משה זי"ע האבן זיך געזוכט צו האבן אזא סארט בעיבישע נארישע חסידות ווי ר' אהרן האט זיך אהערגעשטעלט.
ווען דער רבי זי"ע וואלט געזוכט די סארט שטותים, און דאס וואלט ביי אים געווען א רצון, וואלט ער מחנך געווען די בחורים אז מען דארף קומען צום טיש פרייטאג צו נאכט, וכדומה.
אבער דאס איז נישט געווען זיין רצון, און ער האט נישט צו דעם געשטרעבט.

דער רבי זי"ע האט געהאט "א לויטערע אויסגיקליבענע חסידות"!
ס'איז געווען לויטער פון דעות כוזבות, דעם רבינ'ס חסידים האבן נישט געהאט קיין שייכות מיט די מלכות המינות, און אויסגעקליבן מיט זייער מסירת נפש פאר יעדע דבר שבקדושה, צו האלטן אידישקייט אין אמעריקא מיט שטאלץ, זיך מוסר נפש זיין צו טאן צדקה וחסד פאר יעדן איד אפילו נישט היימישע (נישט נאר אנ"ש דייקא פאר וועמען ר' אהרן לאזט געבן צדקה.)

דער ברך משה זי"ע וואס האט זיך געדרייט ביים פעטער אין קראלע, און שפעטער אין סאטמאר, האט נאך זוכה געווען צו זען אמת'ע צדיקים, האט אויך נישט אינטרעסירט די סארט פארטייאישקייטן, איך וועל יעצט נישט מאריך זיין מיט צענדליגער באווייזן.

אבער ר' אהרן וואס האט חתונה געהאט קיין וויזניץ, האט זיך דארט אנגעזען מיט די אלע סארט פראפעגאנדע חסידות'ער, ער האט אנגעהויבן מקנא צו זיין דעם שווער מיט די שוואגערס, 
יעדע רשעות אדער משוגעת וואס זיינע שוואגערס פון סקווירא, בעלזא, וויזניץ האבן געמאכט, מוז ער נאכמאכן, אפילו עס איז זיך אמאל סותר איינס מיט'ן צווייטן. און לגבי וואס אין סקווירא למשל, האט מען דעם גרעסטן דרך ארץ פאר אלטע מנהגים, און פריערדיגע רבי'ס, דארט מאכט ער נאך דעם בעלזער וואס האט אויסגעריסן וואס ער האט נאר געקענט פון די פריערדיגע.
און דאס הייסט ביי אים "לויטער און אויסגעקליבן".

אין דע צייט ווען ביי הגרז''ל דרייט זיך כל צרוע וכל זב, 
שקר קיין איין ציוניסט דרייט זיך נישט ביים רבי'ן שליט"א,
די גאנצע קהלה באשטייט פון ערליכע בעלי בתים, וואס לערנען און דאווענען עוסק במשא ומתן און דינען דעם באשעפער.

איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, 
שטותים וואס מען האט איינגערעדט פאר די אהרונים, איך האב הונדערטער חברים, איך קען נישט קיין איינעם וואס לאכט פון רבי'ן שליט"א, מיר האבן דעם רבי'ן ליב אהבת נפש, ער איז אונזער שטאלץ, און פירט אונזער קהלה על דרך התורה והמסורה, אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לזה.
אוודאי טוען מיר אלע שגיונות וואס די אהרונים האבן אויפגעפיקט פון אלע מיני הויפן, אבער דעם רבינס רצון, זענען מיר אלע מקיים.

די אנדערע שטותים פון וואו מענטשן קומען ארגינאל, איז ניטאמאל אינטרעסאנט צו ענטפערן, אויב איז ער אן ערליכער איד, נישט קיין ציוניסט, אויסגעהאלטן אין רבינ'ס השקפה, איז ער אויסגעקליבן און לויטער און ער האט פלאץ ביי אונזער קהלה, ער מעג דאווענען שבת אין סיי וועלכע שול ער וויל. און ער מוז נישט קומען צום טיש.

ווידער ביי אינז איז אלעס שמן זית זך, קלאר אין לויטער, 
דאס פארדינט שוין אן עקסטער ארטיקל

דער דברי יואל האט זיך ארים גימיטשעט דא מיט די שפיגל ברעכער, דא מיט די שווארצע דא מיט די צודרייטע אוהבי חמאס ואראפאט,
דער רבי זי"ע האט זיך ארומגעמוטשעט אויפצושטעלן אידישקייט אין אמעריקע, און זיך שלאגן מיט א פארדארבענע גאס, דאס האט מען געפרעגלט אין די תלמידים יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן פרומע בחורים וואס זענען געגאנגען איבער די מאס, און מען האט זיי געמוזט אביסל צוימען.
דער רבי זי"ע האט זיך ארומגעמוטשעט מיטן מלחמת ה' בעמלק, קעגן די ציונים למיניהם, דאס האט מען געפרעגלט אין די תלמידים יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן קנאי'שע בחורים וואס זענען געגאנגען איבער די מאס, און מען האט זיי געמוזט אביסל צוימען.
להבדיל דער רא"ט מוטשעט זיך ארום אויפצושטעלן חסידים פאר זיך, און פאר זיין פארטיי, זיך שלאגן מיט זיינע שונאים, און אים מחזק זיין טאג און נאכט, דאס פרעגלט ער אין זיין יוגנט יומם ולילה, זענען אויסגעוואקסן שלעגערס, מוסרים, הולכים בערכאות, וואס זענען שוין אפילו געווארן חברי וראשי הקהלה, זיי גייען איבער די מאס, טשעפענען יתומים, טשעפענען רבי מאיר בעל הנס, שפארן אפ בתי מדרשים, און מען פרובירט זיי אפילו נישט צו צוימען.

ווידער פין היילגן ברך משה דארפן מיר נישט רעדן וויפיל ער האט מיט גימאכט מיט די קרעציגע בני המן, וויפיל צער אין עגמת נפש האט ער גיהאט מידי יום ביומו, 
יא, דער רא"ט האט אים אנגעמאכט אסאך צער ביים לעבן, קודם ווען ער האט זיך ארומגעשלאגן אין קרית יואל טאג און נאכט, און דער טאטע האט זיך געמוזט שטענדיג אננעמען פאר אים, אויך אין ישיבה האט ער גע'רודפ'ט בחורים און זיך געפירט נאריש, וואס דארט האט אים דער טאטע געמוזט קומען צו הילף.
שפעטער האט ער זיך גאר שטארק אנגעליטן פון אים, ווען ער האט אים צושטערט זיינע שבתים און ימים טובים, און פונקט ווי ער האט יעצט אפגעשפארט בתי מדרשים האט ער דעמאלט פרובירט מיט אלע כוחות, צו אונטערברענגען זיין טאטענס בית המדרש, און חרוב מאכן זיין טישן. און דער הויכפונקט איז געווען ווען ער האט געצווינגען זיינע קינדער צו גיין בערכאות קעגן דעם אייגענעם זיידן.

במילא האבן זיי נישט גיקענט אדורך פירן אלע תיקונים ווי זיי האבן גיוואלט, 
אזוי?! זיי האבן נישט געקענט?!
דער ברך משה האט געהאלטן אז דער רבי זי"ע האט יא דורכגעפירט אלע תיקונים, ער האט געהאלטן אין איין זאגן "בזכותו אנו חיים", ער האט נישט געזוכט קיין נייע תיקונים, ער האט נאר מיט אלע כוחות אנגעהאלטן אז די "תיקונים" פון רביה"ק זי"ע, זאל מען נישט מקלקל זיין מיט פאבריצירטע קלקולים.
ליידער האט רא"ט געוואלט באקומען א נייעם נאמען, אז ער טוט אויף... האט ער זיך גענומען מוציא לעז זיין אויף קדושי עליון, אז זיי האבן נישט געטאן ריכטיג, זיך פארלאזט אויף שוואכע היתורים, כדי עס זאל קענען הייסן אז ער מאכט "תיקונים" וואס דאס אליין איז ליידער דער גרעסטער קלקול.

אבער היינט צי טאג איז דאך ממש א עולם התיקון... 
אמת קעגן וואס ס'איז געווען אמאל

אלע עזות פנים'ער זענען זיך צי לאפן, דער איז היינט ביי די זאליס, דער ביי די בני יואל, דער אין טאש, דער אין חרידים דער ביי סאסמאן דער אין די קרעטשמע, דער איז אין קאשוי אין דער איז אין תולדות אהרן, איינער אין ספינקא אין דער צווייטער אין יפו,
ביטע צושרייבן דעם טאטאלן נומבער פון די "צולאפענע", אין קרית יואל, וואס צוזאמען מיט די געבליבענע אין וויליאמסבורג, ירושלים, אנטווערפן, וכו' באטרעפן זיין בערך צוויי דריטל סאטמאר.

אין ביי אינז איז ב''ה שלום ושלוה, סאיז פשוט א נחת,
דאס פארדינט שוין אן עקסטער ארטיקל ווי שטארק ענקער שלום ושלוה איז...

דער רבי שליט''א איז מיט ענק נישט פארנימען, ער איז נאר פארנימען מיט להגדיל התורה ולהאדירה, ער איז פארנימען מיט כשרות בהידור אשר לא הי' מימות עולם, ער איז פארנימען מיט תקנות לצימצום הוצאות לטובת כלל ישראל, 
און אויך מיט אפשפארן בתי מדרשים, זיך שלאגן מיט רבי מאיר בעל הנס, מבזה זיין נפטרים, און טשעפענען אלמנות ויתומים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 00:46 לינק ישיר 

איך מוז צולייגן אן הוספה צו מיינע ווערטער אז רא"ט האט אויסגעקליבן רשעות פון סקווירא בעלז און וויזניץ.

דאס מיינט נישט צו זאגן אז יענע פלעצער זענען בלויז רשעות,
נאר אז רא"ט האט ארויסגעקליבן פון יעדן פלאץ די רשעות'דיגע חלקים, און די חלקים טובים האט ער איבערגעלאזט.

אז אין א געוויסע פלאץ האט מען אפגעהאקט די לעקטער פאר שונאים (הגם ס'איז נישט ממש די זעלבע ווייל דארט האט מען פשוט נישט באצאלט דעם ביל), האט ר' אהרן דאס נאכגעמאכט ביז אפאר וואכן מיט אסאך מער רשעות.

פון סקווירא האט ער געקאפיט די פאנטאזיעס וויאזוי א שטעטל דארף זיך באהערשט, הגם איך בין זיכער אז ווען דער סקווערער רבי אלין וואלט געווען אין אזא שטאט ווי קרית יואל, וואלט ער זיך אויפגעפירט אסאך נארמאלער.

ווי אימער ער הערט עפעס א רשעות'ל, איז ער דער ערשטער דאס נאכצומאכן, 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 01:01 לינק ישיר 

וואס איז דער סקווירא רבי שולדיג אז ער איז א שוואגער מיט ר' אהרן?

וואס ווילסטו פון אים?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 03:13 לינק ישיר 

גערעכטער 1 שרייבט:

אמת מיר האבן נישט ליב גיהאט דעם דוד עקשטיין, ער איז נישט קיין סימפאטישער מענטש אין נישט פין די בעסטע מענטשן, OK ביזט ציפרידן?, אבער דער בחור האט זיך בארעכנט, ער האט גיזען אז דער עולם גלייכט עם נישט, ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין, דערנאך מיט ארוס שמאסן די קרעציגע פין די קרעטשמע, אין ער פארט אוף זייער א גיטן וועג, יעצט רעדט מען שוין עם אוף צינעמען אלץ ראש הקהל אויך אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק, ער וועט מיט ענק מאכן א שטיקל סדר,

איך מיין אז איר קענט נישט דעם דוד עקשטיין, יעדעס מאל ווען איר שראבט אויף עם מסור אדער שר''י ווערט זיין שמייכל גרעסער אין גרעסער, ער שעפט נחת דערפין, איר זענט עם פשוט מהנה,

באחדות מיינט נישט אז מען האט יעדן ליב, באחדות מיינט אז דער רבי שליט''א זאגט א ווארט אין יעדערפאלגט , מען האט נישט גיוועלט פאר דעם דוד עקשטיין ווייל מען האט עם נישט ליב, פין די 6500 וואטס האט ער נישט גיהאט מער ווי 300, אבער ווען דעם רבינס רצון איז גיווען אז ער זאל יא זיין אוף זיין פאזיציע, האבן מיר דאס אלע באחדות אנגינימען פינקט ווי ביים בעל דברי יואל זי''ע מיט ר' יחזקאל שמש ע''ה, אין ביים בעל ברך משה זי''ע מיט רבי יצחק ראזענבערג שליט''א, אזוי דא אויך ביי רבינו הקוה''ט שליט''א מיט רבי דוד עקשטיין שליט''א, וואס מיינסטי? מיר זענען עפעס זאליס? דער רבי וויל א טאוועל אוף דע ישיבה לע''נ זיין טאטן, אין די חסידים פאפן עם אן?.

 ====== 

איך גיי נישט ארין אין די פרטים ווער איז מסור און ווער פאלגט יא דעם רבין

איך געדענק ווען דוד עקשטיינס א גרויסע טשעק וואס ער האט געגעבן פארן רעבין (בעל בירך משה ז"ל) האט ער געסטאפט ווייל די רבי האט עהם נישט נאכגעגעבן א כבוד וואס ער האט געוואלט.
אבער אויף דיין שיינע באריכט מוז דיר מודיע זיין אז די לעבסט נעבעך אין א ביטערן ביטערן טעות.

דוד איז מיינער א קרוב, איך קען עהם נאך פון די בחורי'שע יאהרן ווען ער האט געלערנט אין די ישיבה. ער איז בטבע א פארביסענער פערזאהן אפילו פאר זיין אייגענע פאמיליע (טאטע/ ברודער/ קינדער. וכדומה).

ער האט געבויעט די אולם עקשטיין פאר איין איינציגע זאך! ווייל גייט אויס פאר כבוד.

ער האט מיר פערזענליך געזאגט מיט 30 יאהר צוריק, איך האב שוין אפאר דאאלער, איך וועל אינטער קויפן דעם רבי'ן און פרובירן ווערן א איש מכובד אין סטאטמאר ווייל איך האב ליעב כבוד.
אויב די זאך וואלט עהם געברענגט כבוד, וואלט דאס געוועהן א געלונגענע זאך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 03:21 לינק ישיר 

אופס!!! פארשטייצעך, האסט מיך שיר נישט אריין געכאפט אין דיין נעץ!!!, די ביטערער לץ, אני לתומי הייב דיר אן צי ענטפערן מיט א תמימות, אין כאפט זיך פשוט נישט וואס פאר א כיטרער לץ די ביסט, איך שרייב אין ענטפער ביז איך קים אן צי דיין דריטן פאראגראף, ווי די שראבסט:

איינער לאכט פין זלמן לייב דער צווייטער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן, אין דער דריטער וואס איז ארגינעל א וויזניצער א קאשויער אדער א טאשער לאכט פין עם אין פין זיין טאטן אין פינעם פעטער, א מישמאש אין א ערב רב, 
שטותים וואס מען האט איינגערעדט פאר די אהרונים, איך האב הונדערטער חברים, איך קען נישט קיין איינעם וואס לאכט פון רבי'ן שליט"א, מיר האבן דעם רבי'ן ליב אהבת נפש, ער איז אונזער שטאלץ, און פירט אונזער קהלה על דרך התורה והמסורה, אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו לזה.
אוודאי טוען מיר אלע שגיונות וואס די אהרונים האבן אויפגעפיקט פון אלע מיני הויפן, אבער דעם רבינס רצון, זענען מיר אלע מקיים.

די ביטערער לץ, איך קען צי מיר נישט קימען, כא כא כא,,, וואט א דזשאק!!! איר האט ליב ענקער רבי אהבת נפש.... יעס שאר!!!!,
 הער שוין אויף מיט דיינע פינסטערע ליצנות, סי פאסט נישט חוזק צי מאכן פין הייליגן ברך משה'ס א זין, אפילו ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צי זיין, אבער חוזק מאכן טאר מען נישט, ער קען נאך תשיבה טין, אין סוף כל סוף איז ער אינזער הייליגן רבי'נס א ברידער, סא, סטאפ מיט דיין ליצנית,

אביסל מוסר ביזטי גרייט צי הערן? ווי איז דיין כבוד האכסני', דער אשכול איז גיעפענט גיווארן לכבוד יאשקע אפיקורס, אין פין עם מאכסטי זיך נישט וויסענדיג?, שעם אן יו!!!, מיר שראבן דארט א לאנגס אין א ברייטס פין די הערצה וואס דער מסור דמתא האט ביי אינזער רבי'נס קליינער ברידער אין די איגנארירסט דאס קאמפליטלי? סאיז נעם סעיפ!!! נישט שיין!!!

אבער לכבוד דיין הוספה וועל איך יא מוסיף זיין מיינע גידאנקען, די האסט אזוי ליב צי רעדן פין רשעות, קען מען מיינען אז מען וואוינט אין נאצי דזשערמאני, אדער אז מען דאווענט  אין ראדני ווי מען שלאגט אין מען באכעט יעדן אהרוני, הער זיך גיט איין, סאיז נישטא אין כדור העולם אזא ליבעראלער חסידות ווי אין קרית יואל, זייט אינזער רבי האט בחכמתא ובגובורתא זיך אפ גילאזט פין דעם שד בצירת אדם משה גבאי, איז אין קרית יואל שלום ושלוה, יעדן לאזט מען טין וואס ער וויל, קיין איין טייער האט מען נישט צישניטן זייט תשנ''ט, קיין איין פענסטער האט מען נישט ציבראכן זייט תשנ''ט, קיין איין שטיין האט מען נישט גיווארפן זייט תשנ''ט, יא די שונאי סאטמאר ניצן אוס דעם פאקט אז מיר שלאגן נישט אין ציען פין מאל צי מאל איבער דאס שטריקל דאן איז מען זיי שנעל מסדר אויף א שיינעם שטילן וועג אין פיניש, אבער פין טעראריזאם מאן דכר שמי', איר קענט דאס אנריפן פחד, איר קענט דאס אנריפן וויאזוי איר ווילט, אבער יעדער ווייסט אז זייט תשנ''ט קיקט מען נישט אויף אייער זייט, מען איגנארירט אייך קאמפליטלי, דער גז''ל קימט אוף שבתים אין קיינער קימערט זיך נישט, יא, איר וואלט זייער גיוואלט עפעס א געשלעג, איר וואלט גיוואלט עס זאל זיך איבער דרייען דאס שטעטל, אבער קיינער מאכט זיך פין ענק נישט וויסענדיג, בחינם זענט איר ארויף גיקימען אויף די שטיגן פין אינזער בית המדרש הגדול זיך שלאגן? זיכער אז נישט! איר האט מיט גיוואלד געוואלט עפעס א געשלעג, אבער סאיז אייך נישט געלינגען, נאו משה גבאי נאו פייט!!! 

יעדער נארמאלער מענטש ווייסט, (אין איך בין דעי וואך געזעצן אויף א חתונה אין קרית יואל ביי איין טיש מיט מיין ברודערס א שוואגער א גרויסער בני יואל, אין ער האט אויך אזוי גיזאגט) אז אויב וואלטן די בני יואל נישט גיגאנגען אין קארט וואלטן זיי היינט צי טאג נאך אפן גיווען, זיי זענען קיינעם נישט גישטאנען אין וועג, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט, סאסמאן שטייט אן א פערמיט אין קיינער שטערט זיי נישט, דארט אין קרית יואל איז מקויים גיווארן דער פסוק וגר זאב עם כבש, יא, מיר וועלן זיך אנהייבן צי קריגן ווער סאיז דער זאב אין ווער דער כבש, אבער דאס וועלן מיר אלע מודה זיין אז ווען סישטייען אינזערע נשים צדקניות ווארטן פאר די קינדער באס קענען שטיין ציזאמען מאמעס פין תלמידי מוסדותינו הקדושים מיט מאמעס פין ויואל משה אין בני יואל אין שמועסן ווי נארמאלע שכנים, ניין קיין רשעות איז היינט צי טאג אין קרית יואל נישטא, אין ווער עס פירט זיך אוף ווי א נארמאלער מענטש פארשטייט אין זעט דאס,
 
זאג נאר, האלסטי טאקע אז אויב וואלט אזא זאך פאסירט אין וויזניץ, סקווער, בעלז, קלויזבורג, באבוב, אדער תולדות אהרן וואלט מען גיקענט ארויס גיין אין די גאס מיט דעי ספרי תורה שוי אין שרייען אזוי אקעגן א רבי מיט טויזענטער חסידים, קענסט דאך נישט לייקענען אז דער רבי שליט''א האט נאך בכלל עפעס גיטרייע חסידים אין קרית יואל, נא, ווי איז טעראריזום?, קיינער האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פין ענק, יעדער האט נאר גיגעבן אזא ביטערער רחמנות שמייכל אוף ענק, אין געפרעגט ווי עס איז איז דא א משוגעים הויז וואס קען אראן נעמען אזויפיל פאציענטן אויף איינמאל, אבער קיין איין שטיין איז נישט גיפלויגן, מען האט גילאזט דעם צידרייטן מיידלעך שטערן רעדן זיין מנוולות אן א סטאפ, שאיע יאנקל שטויבער מיט מאיר יודלען האט מען גילאזט בוכענען אין שעלטן אן א שטער, אין אפילע דעם אפגעפיקלטן חזקאל גאלד וואס האט אין מאנסי איינגיזעצט א אומשולדיגן יונגערמאן על לא עוול בכפו ווי אלע גדולי הרבנים האבן שארף מוחה גיווען אקעגן עם, עם האט מען אויך גילאזט רעדן זיין דברי נאצה אן א שטער, ענקער גישריי איז נישט מעלה אין נישט מוריד, יעדער ווייסט למי החותמת ולמי הפסולים, אז מען גייט אין ערכאות בריט מען זיך אפ. 







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 04:36 לינק ישיר 

איך האב נישט יעצט צייט אויף אריכות.

איך ערוואט נישט פון דיר זאלסט פארשטיין די אהבה וואס מיר האבן צו רבינו שליט"א, דו קענסט ווייטער זינגען דעם ניגון, אז די זאליס האלטן נישט פון זייער רבי'ן, און אז משה גבאי איז שולדיג אז רא"ט איז א חיה, קווינס האט נישט קיין בחורים, און דער רבי קען נישט קיין אלף בית, און די אהרונים ווילן "עכט" גיין צו דין תורה...

און לאמיר עס מאכן קלאר, משה "גבאי" איז געווען א קריגס מיניסטער, און ר' אהרן איז דער "רב" און דער "ראש ישיבה" וואס דארף האבן דעם "דעת תורה" אויף יעדע זאך.
משה גבאי איז בטבע א גוטער מענטש, ער איז א חכם, וחלופיהן....
ר' יוסף וואלדמאן איז נישט אונזער ראש הקהל, און האט ער טוט שוין נישט די זאכן פון מבזה זיין דעם ברך משה זי"ע
אבער דער מסור דוד עקשטיין איז יא ענקער ראש הקהל. און יודא יושע וויינשטאק מסור איז אויך אויף ענקער פעיראל.
ענקער קהלה איז אנגעפילט מיט ווילדע מענטשן און שלעגערס, און נישט קיין וואונדער, אז "רוב" קהל האט געוואוט אפצושפארן א בית המדרש.

האסט געפרעגט א גוטע קשיא, אויב וואלט געקענט צוקומען אין בעלז סקווירא וכו' אז טויזנטער מענטשן זאלן ארויסגיין אויף די גאסן שרייען געוואלד קעגן דעם רבי'ן.

דער ענטפער איז ניין, קודם כל זענען יענע רבי'ס אסאך קלוגער פון רא"ט, און זיי ווייסן פון "גבולים", זיי ווייסן ווי ווייט מען קען גיין, און ווי מען דארף זיך אפשטעלן, זיי וואלטן זיך נישט אויפגעפירט מיט אזויפיל רשעות אז מען זאל זיין געצווינגען צו טאן אזעלכע זאכן.

און ס'איז נישט קיין בא'טעמ'ט עס צו שטיין אויף די קאלטע שנייאיגע גאסן שרייען און וויינען, נאר אז מען האט די בני יואל אידן אזוי דערביטערט דאס לעבן האבן זיי נישט קיין ברירה.

געב איבער פאר ר' אהרן דעם סקווירא'ן שטעטל, וועסטו זען ביז דריי יאר וועט ער האבן א דריטל פון וואס ס'היינט און ס'וועט ווערן א "לויטערע אויסגעקליבענע חסידות"...









דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 05:15 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:

יעדער נארמאלער מענטש ווייסט, (אין איך בין דעי וואך געזעצן אויף א חתונה אין קרית יואל ביי איין טיש מיט מיין ברודערס א שוואגער א גרויסער בני יואל, אין ער האט אויך אזוי גיזאגט) אז אויב וואלטן די בני יואל נישט גיגאנגען אין קארט וואלטן זיי היינט צי טאג נאך אפן גיווען, זיי זענען קיינעם נישט גישטאנען אין וועג, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט,


איך ווייס נישט צי וועם די האסט גערעדט אבער לייען אדארך די קארט פעפערס וועסטו זען אז בית יואל האבן נישט געוואלט גיין אין קארט נאר ענקער קהילה האבן געצווינגען צי גיין אין קארט מיטן אפהאקן די סוער תשס"ד מאך דיך נישט פאר אזא שעפעלע ענק האבן אנגעהויבן די פייט אין מיר האבן עס אנגענימען מיר וואלטן ממילא נישט אפען געווען דעמאלטץ ווען ענק האבן אפגעשפארט די וואסער תשס"ד אין א גרינעם מיטוואך קיינער האט ענק גארנישט געטיען דעמאלטץ נאר סטם פאר רשעות האבן ענק דעמאלטץ אפגעשפארט די סוער

איך וויל נאר פרעגן איז דעס די סיבה פארוואס מהאט געמאכט דע ניבל המת דעם זימער וועגן ענק זענען פיינע מענטשן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 06:42 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
אמת מיר האבן נישט ליב גיהאט דעם דוד עקשטיין, ער איז נישט קיין סימפאטישער מענטש אין נישט פין די בעסטע מענטשן, OK ביזט ציפרידן?, אבער דער בחור האט זיך בארעכנט, ער האט גיזען אז דער עולם גלייכט עם נישט, ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין, דערנאך מיט ארוס שמאסן די קרעציגע פין די קרעטשמע, אין ער פארט אוף זייער א גיטן וועג, יעצט רעדט מען שוין עם אוף צינעמען אלץ ראש הקהל אויך אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק, ער וועט מיט ענק מאכן א שטיקל סדר,

איך מיין אז איר קענט נישט דעם דוד עקשטיין, יעדעס מאל ווען איר שראבט אויף עם מסור אדער שר''י ווערט זיין שמייכל גרעסער אין גרעסער, ער שעפט נחת דערפין, איר זענט עם פשוט מהנה,

איך גלייב דיר בנאמנות אז יעדעס מאל ווען מען זאגט אויף דוד עקשטיין מסור, ווער זיין שמייכל גרעסער און גרעסער, און אויך ווען ער קען יענעם גוט אויספייניגן ווערט זיין שמייכל גרעסער און גרעסער, אויב קען ער גוט מצער זיין אידן, הייסט עס ביי די אהרונים "דערליווערט פארן ציבור".

אזא איינעם האבן די אהרונים פאר ראש הקהל, און ווען דער רשע האט אויסגעפייניגט די אייגענע מענטשן, און מען האט אים ארויסגעטראסקעט, איז געקומען רא"ט און געזאגט ניין, דוקא אים דארף איך!

נאר וואס דען, אזויפיל האט מען גע'פועל'ט אז זיין רשעות'דיגע טבע זאל אויסנוצן אויף די "שונאים", און דערווייל זאל ער די אהרונים לאזן אביסל במנוחה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 16:32 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
 ער האט נאך גארנישט דעליווערט פארן ציבור, האט ער זיך גיטוישט, ער האט אנגיהויבן מיט דעם פראכטפולן אולם עקשטיין,


אז די ווילסט וויסען פיקטליך וואס ער האט געטיען פאר אולם עקשטיין זיי אזוי גיט אין ריפט אן דעם בוי מייסטער וואס האט אויפגעבויט דעם זאל ר' בן ציון קליין פין ק"י (א שוואגער מיט מסור וויינשטאק) אין פרעג עם אליין אויב מסור עקשטיין האט עם שוין באצאלט פאר'ן זאל דע מסור איז עם שילדיג די גרעסערע העלפט נאר דער מסור שרייט איך בין טייט איך האב נישט קיין געלט אין דער חלה דעקעל קליין האט מורא פין דעם מסור אז ער זאל זיך נישט נוקם זיין אין עם

תוקן על ידי ווער_איז ב- 10/12/2009 16:50:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 16:46 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
זייט אינזער רבי האט בחכמתא ובגובורתא זיך אפ גילאזט פין דעם שד בצירת אדם משה גבאי, איז אין קרית יואל שלום ושלוה

דער הייליגער עצי חיים זי"ע האט געהאט אמאל א עגמת נפש מיט א צווייטן רבי'ן וואס ער האט געהאלטן אז יענער טוט כנגד ההלכה, און האט זיך שטארק געבייזערט, רופט זיך אן א חסיד פון יענעם רבין "ס'איז נישט דער רבי, דער גבאי האט אים צוגערעדט".

האט אים דער עצי חיים געענטפערט, "איך בין א גרעסערער חסיד פון דיין רבי, ווי דו אליין, איך האלט אז א "מלאך" האט אים צוגערעדט (דער יצר הרע) צו טאן די עבירות, נו קעגן א מלאך האט ער זיך נישט געקענט קעגנשטעלן, דו האלטס אז דער גבאי א פשוט'ער בשר ודם האט אים צוגערעדט"...

די זעלבע איז דא, די זאליס שרייען אז דער יצר הרע האט אים צוגערעדט

די אהרונים שרייען אז ס'איז געווען משה גבאי, אדער היינט דוד עקשטיין מסור (נאך א שמייכל)




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 16:53 לינק ישיר 

ער זאגט אז זייט ער האט זיך אפגעלאזט פון משה גבאי איז שטול

ער איז חולק על רבו, זיין רבי האט געזאגט פאר 20 יאר צוריק ווען מען האט געשאלגן מענטשן אויף די גאסן געבראכן פענסטערס געשטאכן רעדער ארויסגעווארפן אן די בגדים פון די מקוה אויף די שניי וכו'

דעמאלס האט זיין רבי געזאגט פאר זיין היינטיגן חבר תאלי גראס - דאס אין קרית יואל איז שטול

אנבעליוועבעל - דאס איז ער אליין געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > יוסל וואלדמאן אין וומס"ג אויף שבת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.