זיבנבערגן, האסט אויסגערעכנט א טוץ מיט קשיות, אבער א תירוץ אויף וואס איך האב דיר געפרעגט האסטו מיר נישט געענטפערט!!!
און לחומר הנושא וויל איך נאכאמאל איבערפרעגן, ברענג מיר איין דרשה ווי דער רבי האט פארלאנגט שפיצלעך "ברבים" צווישן תש"ו און תשכ"ח
יעצט עמיר גיין צו דיינע נושאים
איך קען דיר ברענגן א דרשה ווי רבינו שליט"א האט געפייערט קעגן רעדן העבעראיש "ברבים"
איך קען דיר ברענגן א דרשה ווי רבינו שליט"א האט פארלאנגט צו שטיצן כולל שומרי החומות "ברבים"
איך קען דיר ברענגן א דרשה ווי רבינו שליט"א האט פארלאנגט צו זיין אפגעזונדערט פון פרעמדע קרייזן "ברבים"
ממילא וואס דרייסטו מיר יעצט א קאפ, וואס האסטו דא געענטפערט.
און לעומת זה קען איך דיר אויך ברענגן גענוג און נאך שמועסן ווי דער רבי ז"ל האט גערעדט מיט רבנים פון פרעמדן קרייז.
*
ועוד הערה בענין כולל שומרי החומות:
ביי די זאליס איז הימל און ערד און כולל שומרי החומות, הלמאי מען שטיצט נישט כולל שומרי החומות, מען נעמט אראפ זייערע פושקעס, ווי מעג מען אזא זאך טון, דער רבי זל איז דאך געווען נשיא וכו' וכו'.
איך וויל פרעגן די זאליס א אפענע פראגע
וואס גייט פאסירן למשל אז די קרית יואל'ע מוסדות גייען די וואך שב"ק וועלן מאכן א אפיל אין ראדני, וועט מען זיי לאזן
וואס גייט פאסירן למשל אז די קרית יואל'ע כולל גייען די וואך שב"ק וועלן מאכן א אפיל אין ראדני, וועט מען זיי לאזן
וואס גייט פאסירן למשל אז די קרית יואל'ע ישיבה גייען די וואך שב"ק וועלן מאכן א אפיל אין ראדני, וועט מען זיי לאזן
דער ענטפער פארשטייט יעדער אז ניין
פארוואס?
איז דער רבי ז"ל נישט געווען אזוי נשיא פאר די מוסדות אין קרית יואל ווי ער איז געווען ביי כולל שומרי החומות
נו פארוואס איז נישטא קיין פושקע אין ראדני?
פארוואס לאזט מען זיי נישט מאכן קיין אפיל'ס אין ראדני?
אלא מאי
אלע תרוצים וואס דו גייסט יעצט ענטפערן, קאפי עס איבער און נוץ עס פאר כולל שומרי החומות
תוקן על ידי וואלןסח ב- 15/12/2009 04:53:41