בית פורומים אידישע געדאנק

ווער האט אפגעשפארט בתי מדרשים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/12/2009 19:53 לינק ישיר 

קעסט ניצן דיינע אנדערע ניקס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 20:01 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
איך בעט די מנהלים צו ביטע חותם זיין דער וואס פעלשט מיין ניק, דער לעצטער תגובה איז נישט מיינערס.


איינער האט מיר געשיקט אין אישי איך זאל פרעגן דעם סקאטמאלען פארוואס ער פארלאגט פין די מנהל אז ער זאל אויס שפארן וואס איז מיט ריפן צי דין תורה ריפ עם צי דין תורה פארן גאנבענען דיין הייליגע נאמען אויב די האסט א פראבלעם נא איך צאל דיר די 20 טאלער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 20:05 לינק ישיר 

גערעכט, צוויי יודן האבן א סוכסוך גייט מען צו דין תורה, שריי נישט איך האב געגאנבעט פון דיר פאר א בית דין וועט אזוי פסקענען, וועלעכער בית דין ווילסטו גיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 20:08 לינק ישיר 

ביי דע ווע פארוואס האט דער מסור געדארפט גיין מסור'ן פאר'ן ריפן צי דין תורה אזוי ווי בי"ד האט עם געווארנט ער האט א פראבלעם פין 20 טאלער איך באצאל עם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 20:13 לינק ישיר 

כלהנערים,

איך וואלט דיר נארמאל נישט געענפערט ווייל איך זעה פשוט נישט די גרויסע חכמה פון די תגובה, פשוט אלס א פערזענליכע טובה וועל איך מאכן אן אויסנאם,

ס'א דבר פשוט מאוד אז דער גאנצער ענין פון שמוע בין אחיכם איז נאר ביי דיני ממנות ווען איינער איז תובע עפעס נכסים פון איינעם, אבער דיני שמים וואס קיינער איז נישט תובע קיין שום ממשותדיגער זאך, נאר מ'קריגט זיך צו אסור מותר, טמא טהור, קומט נישט אריין דער זאך פון אויסהערן א צד, ר' אהרן האט נישט פארוואס צו שיקן אן הזמנה פאר קיינעם, אפשר זאל ער שיקן א הזמנה צו די"ת איינער וואס איז מחלל שבת. בשלמא ווען זיי טענה'ן אז ס'קומט זיך זיי למשל די גרויסע שול ווייל ר' אהרן איז נישט מרא דאתרא, דאן וואלט עס געווען א ממנות שאלה.

ופשוט הוא ואכמ"ל

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/12/2009 20:15:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 20:17 לינק ישיר 

א ניק אויף היידפארק איז נישט ווערד קיין $20, א שול אין מאנרא דאכצעך איז יא ווערד $20

תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 08/12/2009 20:17:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 20:21 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:


ס'א דבר פשוט מאוד אז דער גאנצער ענין פון שמוע בין אחיכם איז נאר ביי דיני ממנות ווען איינער איז תובע עפעס נכסים פון איינעם, אבער דיני שמים וואס קיינער איז נישט תובע קיין שום ממשותדיגער זאך, נאר מ'קריגט זיך צו אסור מותר, טמא טהור, קומט נישט אריין דער זאך פון אויסהערן א צד, ר' אהרן האט נישט פארוואס צו שיקן אן הזמנה פאר קיינעם, אפשר זאל ער שיקן א הזמנה צו די"ת איינער וואס איז מחלל שבת. בשלמא ווען זיי טענה'ן אז ס'קומט זיך זיי למשל די גרויסע שול ווייל ר' אהרן איז נישט מרא דאתרא, דאן וואלט עס געווען א ממנות שאלה.

ופשוט הוא ואכמ"ל


איך האב פאר דיר נייעס אז דער געוועזענער אזויגעריפענער קרית יואלער רב האט מיט זיין טיטל מרא דאתרא שאדן געמאכט אסאך געלט פאר אידן וואס ער האט נאכקיינמאל נישט באצאלט סאיז שוין איינמאל א דיני ממנות שאלה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 21:31 לינק ישיר 

צו מ'קען תובע זיין א מרא דאתרא צו נישט וועט שוין בי"ד זאגן... און וואס האט ער מורא צו געבן 20 דאללער פאר אן הזמנה? ווי קען ר' געציל שרייבן פסקים חרמות וקונמות מבטל זיין קדושין, פארן הערן דעם צד השני, טויזענטער מענטשן האבן זונטאג אויסגעשריגן; אונז דארף מיר דיר נישט האבן! גיי דיר פון ווי דו ביסט געקומען! דעי אלע מענטשן האלטן אז ער איז אין חרם פון 150 ראשונים! אין זיי האבן א תביעה אז ער זאל זיך אפטראגן פון קרית יואל! ווי.. קען.. ער.. מבטל זיין זייער חופה וקדושין? צו דע מענטשן זענען גערעכט אדער צו דעס הייסט א תביעה צו נישט וועט בי"ד פסק'נען און פארדעם מאכט מען נאכנישט קיין הונדערטער משפחות פאר ממזרים!!!

אגב דעס וואס דו פסק'נסט אז שמוע בין אחיכם גייט נאר אן ביי דיני ממונות, ביסטו א בר פלוגתא מיט דיין אייגענעם רבי !  ווען מ'האט ארויסגעווארפן יוס'ל וואלדמאן'ס קינדער פון די מוסדות, האט יוסל וואלדמאן גערופן דעם מרא דאתרא פרעגן ווי איז די לשמוע בין אחיכם, האט אים ר' אהרן געענטפערט שיק מיר א הזמנה! ער האט אים נישט געענפערט איך בין דא דער מרא דאתרא! אדער דאס ארויסווארפן דיינע קינדער איז נישט קיין דיני ממונות! ער האט אים געזאגט; דו האסט א תביעה שיק מיר א הזמנה...
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 21:43 לינק ישיר 

סתם נארישקייטן, ווען מען האט אויפגענומען ר' זלמן לייב פאר רב אין וויליאמסבורג האט בערל פרידמאן געשיקט א הזמנה לדין, דאמאלס האט ר' אברהם לייטנער ז"ל געזאגט ביי א דרשה אז ווען דער סכסוך וואלט געווען ממונות וואלט מען נאך געקענט דן זיין אויב מען דארף גיין צו דין תורה לויט די תנאים פון די תובעים אדער נישט

אבער דער לבן בקש לעקור את הכל ער וויל עוקר זיין די תורה, עס איז נישט קיין ממונות שאלה בכלל

יעצט זאגט סקאט דער זעלבער טענה אויף ר' אהרן'ס רבנות איז נישט קיין דיני ממונות,

סאיז קלאר אז ר' אהרן'ס רבנות איז ארויפגעצווינגן נגד רוב תושבי העיר בעת מען האט אים אויפגענומען,

סאיז אויך קלאר אז ווען ר' אלטר משה האט אים גערופן צו דין תורה האט ער גאמאכט לאנדעסמאן'ס בית דין פאר א בית דין חצוף ווייל זיי גייען קעגן א מרא דאתרא, אבער שטעלן צו דין תורה מאן דכר שמיה,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 21:46 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:

קהל בית יואל האט דערווייל נאכנישט אפגעשפארט קיין בתי מדרשים, זיי מסביר וואס דו מיינסט צו זאגן די וואס האבן אפגעשפארט בתי מדרשים שרייען יעצט נאך זייער דורכפאל,
 
פארוואס ווען מהר"א'ס כולל אין קרית יואל האט תש"ס ארויסגעווארפן 50 יונגעלייט פארן חטא אז מ'דאווענט שבת אין ויואל משה דעס ווערט נישט אנגערופן צוגעשפארט כוללים אבער ארויסווארפן קאווע טרינקערס מיט באנק קוועטשערס דעס הייסט צוגעשפארט כוללים..??


     

(לאמיך לייגען די צד מהרז''ל אין די זייט פאר א מיניט) ווער האט ציגעשפארט ביהמ''ד בית יואל אין וומ''ס?
די געדענקסט וויאזוי מ'האט עס ציגעשפארט?
געדענקסט וויאזוי מ'האט ארויסגעווארפן די ספרים אין די גאס?
געדענקסט אויך ווי ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן האט געשריבען דאמאלטס אויף זיי?
געדענקסט אויך אויב זיי האבען דעמאלטס געהאלטען ביים קומען צו דין תורה? (קהל האט נישט פארלאנגט די אומ-שכל'דיגע תנאי דווקא צו אייגענע דיינים מ'האט זיי געגבן א אפשען פין זבל''א)???

וועגן ק''י כולל, כ'האב געפרעגט איינעם פין ק''י וואס האט געלערנט אין כולל בשעת'ן גרינדינג פין מרזל''ס כולל, ער געדענקט נישט אזא זאך,
אין לו יהא אז יא, אבער מ'רעדט דא נישט פין ארויסווארפען יונגעלייט
(וואס צד מהרז''ל האט נאך עני טיים געטוהן, לדוגמא: אין ירושלים פאר די יונגעלייט וואס זענען געפארען קיין אנטווערפן צו די שבת התוועדות בראשות מהר''א תשס''א בערך, וואס האט דאן געפירט צו גרינדונג פין די היינט בארימטע כולל ויואל משה אין ירושלים מיט כמעט 70  אויסגערופענע יונגעלייט)
מ'רעדט דא פין אפשפארען בתי מדרשים, די כולל פין קיעפ סט' איז געווען פין די שענסטע כוללים דעמאלטס, יונגעלייט בני תורה וואס האבען ערנסט געהאלטן ביים לערנען, צווישען זיי איבער א מנין דיינים אין מורא הוראה, אין אז די ווילסט אפווישען דעם פלעק, רוף זיי נישט באנק קוועטשער'ס אין קאווע טרינקערס אדער ליצים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 21:56 לינק ישיר 

פארשטייצעך כתב:
לערן דיך אויס א כלל
ר' אהרן וויל זייער שטארק "דין תורה", אבער נאר נאכן פארלירן אין געריכט!

אויפן בית המדרש הגדול אין קרית יואל,
וויל ער נישט גיין צו דין תורה, אויף די מוסדות תורה ויראה אין קרית יואל וויל ער נישט גיין צו דין תורה,
עס איז מסכים צו גיין צו דין תורה נאר אויב ער האט שוין פארלוירן אין געריכט.



צד  מהר''א האט געשיקט 3 הזמנות אסאך פאר זיי זענען אריין אין געריכט
אין נאך פאר מ'האט אפי' געקענט זעהן וויאזוי די פסק בייגט זיך האבען זיי נאך אלס געשריגען אז זיי זענען נאך אלס גרייט לפנים משורת הדין, אין אפי' נאך די פסק פין ראזענוואסער ווען צד מהר''א האט כמעט געהאט א אויבערהאנט האבען זיי נאך אלס געזאגט אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די''ת (איינער האט מיר דן געזאגט אז דאס איז נישט ציליב ערליכקייט פין צד מהר''א נאר ווייל ביי דין תורה געווינען זיי אסאך שטערקער) אין אפי' יעצט ווען זיי די אויבערהאנט אויף די ביה''ח זענען זיי נאך אלס גרייט צו גיין צו די''ת.

אויף די ק''י, זאגט צד מהר''א אז זיי זענען קלאר גרייט צו גיין צו די''ת מיט צד מהר''י איבער די בעלות, נאר צד מהר''י האט דערווייל נישט געשיקט קיין הזמנה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 22:35 לינק ישיר 

וויפיל הזמנות האט צד מהרא געשיקט פאר די רבנית הצדקית פארן רופן איר אין גויאישן געריכט?????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 22:45 לינק ישיר 

כלהנערים כתב:
צו מ'קען תובע זיין א מרא דאתרא צו נישט וועט שוין בי"ד זאגן...

האב איך אמאל געזאגט אז מ'קען נישט תובע זיין א מרא דאתרא

 און וואס האט ער מורא צו געבן 20 דאללער פאר אן הזמנה?

רבוש"ע! אפי' פאר 10 טויזנט דאלאר, קען ער גארנישט תובע זיין, איינער וואס איז מסדר קידושין אן זיין רשות, דאס איז אזאך בין אדם למקום.

ווי קען ר' געציל שרייבן פסקים חרמות וקונמות מבטל זיין קדושין, פארן הערן דעם צד השני,

ווי געשמועסט, אזאך וואס איז נישט א דיני ממנות סיכסוך בין אדם לחברו, און די פאקטן זענען ידוע לכל, קען יעדער דיין פסק'ן וואס ער וויל.

טויזענטער מענטשן האבן זונטאג אויסגעשריגן; אונז דארף מיר דיר נישט האבן! גיי דיר פון ווי דו ביסט געקומען! דעי אלע מענטשן האלטן אז ער איז אין חרם פון 150 ראשונים! אין זיי האבן א תביעה אז ער זאל זיך אפטראגן פון קרית יואל! ווי.. קען.. ער.. מבטל זיין זייער חופה וקדושין? צו דע מענטשן זענען גערעכט אדער צו דעס הייסט א תביעה צו נישט וועט בי"ד פסק'נען און פארדעם מאכט מען נאכנישט קיין הונדערטער משפחות פאר ממזרים!!!

א בי"ד לדיני ממנות איז נישט געאייגנט פאר די סארט בין אדם למקום שאלות, דאס באלאנגט פאר א דיין. און מעולם לא שמענו אז א דיין דארף זיך דורכרעדן מיט א צווייטן פאר ער פסקנ'ט א שאלה.

אגב דעס וואס דו פסק'נסט אז שמוע בין אחיכם גייט נאר אן ביי דיני ממונות, ביסטו א בר פלוגתא מיט דיין אייגענעם רבי !  ווען מ'האט ארויסגעווארפן יוס'ל וואלדמאן'ס קינדער פון די מוסדות, האט יוסל וואלדמאן גערופן דעם מרא דאתרא פרעגן ווי איז די לשמוע בין אחיכם, האט אים ר' אהרן געענטפערט שיק מיר א הזמנה! ער האט אים נישט געענפערט איך בין דא דער מרא דאתרא! אדער דאס ארויסווארפן דיינע קינדער איז נישט קיין דיני ממונות! ער האט אים געזאגט; דו האסט א תביעה שיק מיר א הזמנה...

אויב די זעסט נישט און דעם א דיני ממנות קען איך אייך נישט העלפן, אפשר איז ער טאקע נישט תובע קיין קעש, אבער איינער וואס איז תובע פון דיר אז דו מוזט אריינעמען זיין קינד און דיין מוסדות איז א דבר פשוט אז דאס איז א דיני ממנות סיכסוך.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 22:53 לינק ישיר 

סאיז פינקט אזוי בין אדם למקום ווי טאנצן הקפות אין ראדני, האט נישט יצחק ראזענבערג געזאגט זייער קלאר ביים גרויסן אלעף שמאס אז יעדער פארשטייט זייער קלאר,

אונזער תביעה איז אויפן רבנות פון וויליאמסבורג

פארוואס איז סידור קידושין אין קרית יואל מער בין אדם למקום ווי רבנות אין וויליאמסבורג

אויסער דעם איז דען געווען ווייניג דין תורות איבער סידור קדושין'ס פון שטעטליך?

די לייגסט אראפ א מציאות אז ר' אהרן איז מרא דאתרא און ממילא איז דער ענין פון סידור קידושין אן אבן העזר שאלה, לא דובים ולא יער, ער איז נישט קיין מרא דאתרא בכלל, און עס איז נישטא קיין גרעסערע מחאה ווי דעם אז 25 יאר וואס אידן שרייען ער איז א גבר אלים וואס האט זיך אויף אונז משתלט געווען און מיר ווילן אים נישט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 23:01 לינק ישיר 

ביי א דין תורה קען מען מאכן פשרות, ביי קאורט איז נישט דא קיין פשרות, קאורט זאגט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, די ארונים זענען אנהייב געווען אזוי זיכער מיט זיך אז אין קאורט גייען זיי געוואונען האבן זיי פאר יעדע פרייז געוואלט זען דע סכסוך אנקומען אין קאורט, פארשטייט זיך אז מ'האט אנגעשטעלט א פנים אז מ'וויל דין תורה נאר די מסרבים ווילן נישט, ס'איז זייער א פארשטענדליכע זאך.... אבער נישט פאר דיינים... און פארדעם האבן זיי נאך עד היום נישט קיין היתר בכתב, דעס אז מ'האט געשיקט 3 הזמנות איז טאקע די פארט פון די געים ווי פארשטענדליך, אבער נישט זיך טועה זיין, 3 הזמנות איז נישט קיין אויטאמאטישע היתר בי"ד, פון הזמנות אליינס קען איך נאך נישט וויסן ווער ס'שלעפט ארום................ 

נאכן פארלירן קאורט, סיי ראדני, סיי בית יואל, ווילן זיי פרובירן זייער מזל מיט דין תורה... אבער זיי קענען נעבעך נישט גיין צו דין תורה ווייל קיין שום בי"ד גיט נישט קיין הזמנה אפליקאציע פאר א סכסוך וואס קומט פון קאורט שלא ברשות בי"ד, אבער יעצט ווילן זיי שוין באמת דין תורה, אבער ס'איז א חוזק אין א ליצנות פון די תורה זייער יעצטיגע ווילן צו דין תורה... זיי זענען נעבעך געבינדען, קאורט איז אווער, קיין הזמנה קענען זיי שוין נישט שיקן, די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון איז לייגן א טעיפריקאדער מיט צוויי ספיקערס אויפן פאורטש און נפתלי משה ווייס קען שרייען אז לפנים משורת הדין.......... און די ברירה ליגט אין ענקערע הענט צו שיקן א הזמנה....... ווי גרויס די ליצנות איז וועט די ליצנות זיין סאך גרעסער ווען מ'זאל זיי ענטפערן יא מ'גייט ענק שיקן א הזמנה..... קיין שום הלכה איז זיי מחייב צו שיקן א הזמנה, און קיין שום הלכה איז נישט מחייב צו גיין ליפנים משורת הדין מיט מוסרים  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווער האט אפגעשפארט בתי מדרשים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.