|
|
| נשלח ב-8/12/2009 23:25 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | צד מהר''א האט געשיקט 3 הזמנות אסאך פאר זיי זענען אריין אין געריכט |
|
אבער דאס אז דער בית דין וואס האט געשיקט די דריי הזמנות האט קלאר געזאגט אז ענק טארן נישט תובע זיין בערכאות, און ענק האבן זיך אנגעפיפן, דאס פארציילסטו נישט.
אויפן טעיפ פון דוד עקשטיין מסור הערט מען ווי ער זאגט פאר אלימלך דייטש, אז ער וויל צווינגען די רביצינס מענטשן מען זאל אים רופן אין קאורט.
אבער דער מסור וויל דין תורה.
אויך דעם ברך משה ווען ר' אהרן האט גערופן אין פעמילי קאורט, האט ער געמיינט אז ס'איז א דין תורה.
די ליצנות פון בלאט איז זייער גוט פאר די זשאוק, און פאר די אהרונים, אבער טויזנטער קרית יואל'ער אידן, וואס קענען זייער גוט דעם מסור דוד עקשטיין, מיט דעם רבין זיינעם פון די נאענט, האבן נישט אפגעקויפט די ליצנות'ער, און זיך געלאזט אויף די גאסן שרייען געוואלד.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 23:50 |
|
| |
| פישמאן כתב: |  | | וויפיל הזמנות האט צד מהרא געשיקט פאר די רבנית הצדקית פארן רופן איר אין גויאישן געריכט????? |
|
קוק אינעם בריוו פין קהל פאר פינקטליכע דעטלאן (כ'האב עס נישט ביי די האנט) דארט וועסטו אויך זעהן א קאפיע פין די בריוו
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 23:54 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | צו מ'קען תובע זיין א מרא דאתרא צו נישט וועט שוין בי"ד זאגן...
אויב די זעסט נישט און דעם א דיני ממנות קען איך אייך נישט העלפן, אפשר איז ער טאקע נישט תובע קיין קעש, אבער איינער וואס איז תובע פון דיר אז דו מוזט אריינעמען זיין קינד און דיין מוסדות איז א דבר פשוט אז דאס איז א דיני ממנות סיכסוך.
|
|
דעס אז דו קענסט מיר נישט העלפן, פארשטיי איך.. אבער, ארויסווארפן קינדער איז א ממנות סיכסוך דעס פארשטיי איך נאכנישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-8/12/2009 23:56 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | צד מהר''א האט געשיקט 3 הזמנות אסאך פאר זיי זענען אריין אין געריכט
אבער דאס אז דער בית דין וואס האט געשיקט די דריי הזמנות האט קלאר געזאגט אז ענק טארן נישט תובע זיין בערכאות, און ענק האבן זיך אנגעפיפן, דאס פארציילסטו נישט.
אויך דעם ברך משה ווען ר' אהרן האט גערופן אין פעמילי קאורט, האט ער געמיינט אז ס'איז א דין תורה.
|
|
בית דין האט אינז קלאר געגעבן א היתר צו גיין אין קארט נאכדעם וואס ענק האבען מסרב געווען, ווי זיי שרייבען קלאר בכתב
בני לבני זענען נאך רבנים געווארען אריינגעמישט אין די פרשה, אין שפעטער ווען דער בי''ד האט געזאגט אז זיי האבען נישט מתיר געווען אויף אזוי ווייט, האט קהל קלאר געזאגט אז זיי האבען נאך אלס א היתר אין אין ביידע צדדים האבען מסכים געווען דורך הרב שווייד אין הג''ר ישראל דוד הארפענעס אז אויב ווינער רב באשטעטיגט אז ער האט געזעהן דעם היתר דאן וועלן זיי נישט זינגען אין נזקקין, אין למעשה רייסען די זאלי'ס נאך היינט אראפ וויענער רב פאר'ן האבען די חוצפה פין זאגען אז ער האט געזעהן די היתר....
אגב, כ'האב הנאה צו זעהן ווי די כאפסט אן די פעמילי קארט, ווייל דארט האבען די שני בני רבינו ז''ל געשיקט א הזמנה (דעמאלטס זענען די ערשטע אין צווייטע הזמנה געקומען אויף איינמאל...) אבער ווען קהל האט קלארגעשטעלט אז זיי זענען גרייט צו קומען צו די''ת זענען די 2 'מזמינים' נישט געווען צו געפינען....
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 00:01 |
|
| |
פישמאן א נתבע קען נישט איינטיילן פאר א תובע וואס זיין תביעה זאל זיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 00:13 |
|
| |
| כלהנערים כתב: |  | ביי א דין תורה קען מען מאכן פשרות, ביי קאורט איז נישט דא קיין פשרות, קאורט זאגט ווער ס'איז גערעכט און ווער נישט, די ארונים זענען אנהייב געווען אזוי זיכער מיט זיך אז אין קאורט גייען זיי געוואונען האבן זיי פאר יעדע פרייז געוואלט זען דע סכסוך אנקומען אין קאורט, פארשטייט זיך אז מ'האט אנגעשטעלט א פנים אז מ'וויל דין תורה נאר די מסרבים ווילן נישט, ס'איז זייער א פארשטענדליכע זאך.... אבער נישט פאר דיינים... און פארדעם האבן זיי נאך עד היום נישט קיין היתר בכתב, דעס אז מ'האט געשיקט 3 הזמנות איז טאקע די פארט פון די געים ווי פארשטענדליך, אבער נישט זיך טועה זיין, 3 הזמנות איז נישט קיין אויטאמאטישע היתר בי"ד, פון הזמנות אליינס קען איך נאך נישט וויסן ווער ס'שלעפט ארום................
נאכן פארלירן קאורט, סיי ראדני, סיי בית יואל, ווילן זיי פרובירן זייער מזל מיט דין תורה... אבער זיי קענען נעבעך נישט גיין צו דין תורה ווייל קיין שום בי"ד גיט נישט קיין הזמנה אפליקאציע פאר א סכסוך וואס קומט פון קאורט שלא ברשות בי"ד, אבער יעצט ווילן זיי שוין באמת דין תורה, אבער ס'איז א חוזק אין א ליצנות פון די תורה זייער יעצטיגע ווילן צו דין תורה... זיי זענען נעבעך געבינדען, קאורט איז אווער, קיין הזמנה קענען זיי שוין נישט שיקן, די איינציגסטע זאך וואס זיי קענען טון איז לייגן א טעיפריקאדער מיט צוויי ספיקערס אויפן פאורטש און נפתלי משה ווייס קען שרייען אז לפנים משורת הדין.......... און די ברירה ליגט אין ענקערע הענט צו שיקן א הזמנה....... ווי גרויס די ליצנות איז וועט די ליצנות זיין סאך גרעסער ווען מ'זאל זיי ענטפערן יא מ'גייט ענק שיקן א הזמנה..... קיין שום הלכה איז זיי מחייב צו שיקן א הזמנה, און קיין שום הלכה איז נישט מחייב צו גיין ליפנים משורת הדין מיט מוסרים |
|
צד מהר''א איז אריין אין געריכט מיט א 'היתר בכתב' נאכדעם וואס דער נתבע האט מסרב געווען, אין ווינער רב שליט''א האט עס באשטעטיגט, אויך האבען עס באשטעטיגט אלע רבנים וואס האבען געארבעט אויף צד מהרז''ל צו קומען צו די''ת ווי הג''ר ישראל דוד הארפענעס, וכו'
קהל, איז פין די ערשטע מיניט געווען גרייט אין נאך אלס גרייט (אפי' ביי פלעצער ווי זיי האבען די אויבערהאנט ווי ביי די הויז, ביה''ח) צו גיין צו סיי וועלכע בי''ד וואס האט נישט קיין נגיעה, אדער צו זבל''א. אין דאס איז קלאר לפנים משורת הדין, ווייל סיי ביי די ביה''ח אין סיי ביי די הויז האבען די תובעים געקלאגט אין קיין שום הזמנה אדער געהעריגע היתר בי''ד.
קיין שום הלכה איז טאקע נישט מחייב צו שיקען קיין הזמנה, אבער דאס איז קלאר אז רופן אין קארט איז הרמת יד בתורת משה, אין דאס איז קען נאר זיין מותר ווען דער נתבע איז א מסרב לדין.
אין ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, קהל איז גרייט אז די בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין טאקע דאס, אויב דא איז בכלל שייך אין נזקקין...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 00:14 |
|
| |
די אשכול איז אוועק פין די נושא
למעשה ווער האט בעבר אפגעשפארט בתי מדרשים?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 00:19 |
|
| |
איינער שרייבט מיר אין אישית אז מ'קען לכאורה צולייגען
דער גרויסע העריסען פלעיס ת''ת געביידע וואס צד מהרז''ל האט ג'מסר'ט אין איז געווארען אפגעגשפארט (א זאך וואס איז למעשה ארויסגעקומען א טובה פאר צד מהר''א, ווייל ווען די העריסאן פלעיס בנין איז ווען אפען יעצט, וואלטן זיי צום סוף נישט גענועמן די ווייט בילדינג, ס'איז פשוט געווען ההכרח לא יגונה, אין דאס האט קאנווסיט הרה''ח ר' ישעי וואלף אראפצולייגען די 5 מיליאן דאללאר)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 01:05 |
|
| |
דאס איז א אויסגטארכטער שקר פון ארונים, צד מהרז"ל האט דערמיט קיין שייכות נישט געהאט, סאיז אזוי אמת ווי אלע ענקערע גרעפצעס
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 01:21 |
|
| |
שלעק נוץ אביסל איידעלערע אויסדרוקן, א דאנק.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 01:25 |
|
| |
| שלעק כתב: |  | | דאס איז א אויסגטארכטער שקר פון ארונים, צד מהרז"ל האט דערמיט קיין שייכות נישט געהאט, סאיז אזוי אמת ווי אלע ענקערע גרעפצעס |
|
ביזט גערעכט ס'האט געהאט מיט ''פאפא'' (איר געדענקט נאך די זיסע געבעקס, ביי איינס פין די מסירות?)
אין אפשפארען די ביהמ''ד ויואל משה אויף די ערשטע שטאק אין קינגס טערעס האט געהאט מיט בעלזא אין אפשפארען די ביהמ''ד איחוד התלמידים אויף די ערשטע שטאק אין קליימער האט געהאט מיט קאשוי אא''וו
אפשאפארען ביהמ''ד בית יואל האט געהאט מיט.... אין כ'הער אז מ'האט לעצטנס אפגעשפארט ביהמ''ד בית יואל אין בנין עסטערייכער ציליב וואס די מתפללים דארט זענען א מערהייט פין...... מן הסתם איז עס וועגן...
אא''וו
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 01:31 |
|
| |
שעפעלע, באקען מעשיות זאלסטו פאר דיין באבען, האסט עווידענטס? אדער נישט, וואס דו טראכסט ווערט נישט קיין מציאות
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 06:35 |
|
| |
Rabbi Joseph Waldman with the NYS Police
* width="500" height="405">
<*
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 21:38 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  |
צד מהר''א איז אריין אין געריכט מיט א 'היתר בכתב' נאכדעם וואס דער נתבע האט מסרב געווען, אין ווינער רב שליט''א האט עס באשטעטיגט, אויך האבען עס באשטעטיגט אלע רבנים וואס האבען געארבעט אויף צד מהרז''ל צו קומען צו די''ת ווי הג''ר ישראל דוד הארפענעס, וכו'
קהל, איז פין די ערשטע מיניט געווען גרייט אין נאך אלס גרייט (אפי' ביי פלעצער ווי זיי האבען די אויבערהאנט ווי ביי די הויז, ביה''ח) צו גיין צו סיי וועלכע בי''ד וואס האט נישט קיין נגיעה, אדער צו זבל''א.
אין דאס איז קלאר לפנים משורת הדין, ווייל סיי ביי די ביה''ח אין סיי ביי די הויז האבען די תובעים געקלאגט אין קיין שום הזמנה אדער געהעריגע היתר בי''ד.
קיין שום הלכה איז טאקע נישט מחייב צו שיקען קיין הזמנה, אבער דאס איז קלאר אז רופן אין קארט איז הרמת יד בתורת משה, אין דאס איז קען נאר זיין מותר ווען דער נתבע איז א מסרב לדין.
אין ווי שוין עטליכע מאל געזאגט, קהל איז גרייט אז די בי''ד זאל די ערשטע זאך דן זיין טאקע דאס, אויב דא איז בכלל שייך אין נזקקין...
|
|
איך ווייס נישט פארוואס דו האסט אויסגעלאזט אויך אז גאלאנטע'ר רב האט עס באשטעטיגט, אויך ר' יודל גרובער באשטעטיגט דאס אין א בריוו, אפי' ר' יחזקאל ראטה האט אויך קלאר געזאגט אז צד מהר"יי זענען די מסרבים, אויך האט שוין ר' געציל כמה פעמים געזאגט קלאר אז ס'איז דא א היתר בכתב, און ווער רעדט נאך פון הרב וואזנער ער האלט דאס אין איין זאגן,
אקעי לאמיר נישט פארקריכען פונעם אשכול..
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2009 22:10 |
|
| |
טיפיקל זאליס, קודם שרייען זיי אז סאיז שקר אז מע האט אפגישפארט בתי מדרשים, דערנאך האט מען יא אפגישפארט אבער דאס האט גארנישט מיט זיי, סהאט זיך אזוי אליין אפגישפארט, סאיז דא בילדער ווי זיי קימען אין זופניק בית המדרש מיט כלבים אין אפגישפארט דאס בית המדרש, שראבן זיי אז מע האט נאר ארוס גיווארפן אפאר כולל אינגעלייט, אבער זיי פארציילן נישט אז דאס בית המדרש איז גיווען אפגישפארט באלד א וואך, מע האט דארט נישט גידאווענט, קיינער האט דארט נישט גיקענט אראן גיין, תהילות יואל דאס שענסטע אין בעסטע וואס סאטמאר האט פארמאגט האט דארט גידאווענט, האט מען זיי ארוס גיווארפן אוף די גאס פארן איינציגן חטא פאר נישט וועלן מאכן א מי שברך פאר הגז''ל, זיי האבן נאך אזוי ערליך גידאווענט ווי די קרעטשמע מתפללים אין פארוואס הייסט דאס נישט אפשפארן א בית המדרש? אויב מעג מען ארוס ווארפן רבי בנציון לאב מיט די אנדערע 12 דיינים וואס יעדער פין זיי פאקט איין סיי וועם פין די דריי מחרחרי ריב וואס האבן אינטער גישריבן אויף רבי דוד עקשטיין די שקרים וכזבים, איז זייער בליט נישט אזוי רויט ווי הרב מארגענשטערן, הרב טענענבוים אין הרב קויפמאן?, איז זייער תפילות נישט אזוי חשוב ביים באשעפער ווי די תפילות פין יאנקל טארעך אין דעם געלן בדחן?, על כל פנים כבר הי' לעולמים, מע האט שוין אמאל אין אפאר מאל אפגישפארט בתי מדרשים אין סי האט אייך ווייניג געקימערט, מיך קימערט יעצט נישט.
תוקן על ידי המהדרין ב- 10/12/2009 02:52:42
 |
|
|
|
|
|