10 יאר פארבליבן צום נעקסטן "כפרה הינדל"
ווער עס קוקט נאך די היסטארי אין סאטמאר זייט כ"ו אב תשל"ט זעט א אינטערסאנטע זאך וואס חזר'ט זיך איבער.
תש"מ דער ברך משה האט יעצט אריינגעטרעטן אין זיין נייע אמט אלס אב"ד ואדמו"ר מסאטמאר, הגהק אהרן הייבט זיך אן בויען זיין צוקומפטיגע ראביסטעווע, ער הייבט זיך אן בויען צוביסלעך קודם דורך זיך אריינריקן אלס ראש ישיבה און דערנאך אלס "העלפער" פון טאטען אין מאנרא,
תש"ן קומט מען אן צו א הויכפונקט פון טעראר קעגן די מתנגדים פון דארט ביז תשנ"ט ווערט דאס אלס שטערקער און שטערקער. אויסגעפירט ווערט די טעראר טיילווייז דורך משה גבאי (אלס זיין תפקיד פון רבי'נס גבאי). הגהק כאפט זיך אביסל צו שפעט אז ער האט געצויגן די שטריק צו ווייט ער טרעפט זיך מיט מער שונאים ווי חסידים, ער כאפט גלייך זיין כפרה הינדל זיין שליח... משה גבאי און ווארפט אים אויפן דראנק און באשולדיגט אים מיט אלע רשעות און רציחות. אבער ער האט געהאט צוויי פראבלעמען 1 עס איז געווען צו שפעט רוב סאטמאר האט שוין סיי ווי א שנאה צו זיין מהלך און צו אים זעלבסט. 2 דער עולם קויפט נישט זיין לאקשן אז ער איז אומשולדיג און אומוויסענד דעם עולם קען מען נישט פאפן, די טעיפס פון זיינע דרשות דרייען זיך אומעטים. בלית ברירה יאגט ער אפ מיט ווייניגער ווי האלב סאטמאר און ר' זלמן לייב ווערט געקרוינט אלס קרוין פרינץ במקום הגהק... מיטגענומען האט ער על פי רוב די חלה דעקלעך וואס קויפן זיינע לאקשן...
תש"ס דער סאטמארער רבי מהרי"י האט יעצט ארייגעטרעטן אין זיין נייע אמט אלס אב"ד סאטמאר, די באקאנטע טעראר און רשעות קומט צו א פולשטענדיגע שטילשטאנד. דאס צייגט אז דער "געוועזענער" איז געשטאנען אינטער די טעראר און נישט משה גבאי וועלכער איז ווייטער געבליבן גבאי אין סאטמאר. הגהק דארף פארט אנגיין מיט זיין עבודת הקודש, אליינס קען ער דאס נישט טון פישער לאזט שוין נישט האלטן קיין דרשות... נעמט מען אויף דוד עקשטיין, קודם הייבט ער אן די מלחמה געגן די זאלי'ס און דערנאך מיט בני יואל און פירט יעצט מלחמות אויף 2 פראנטען... (לויט ווי איך האב היינט געזען אינם ארוינישען פורום איז יעצט דא א פלאן אז דוד עקשטיין זאל איבערנעמען די פראנטען אין וו"ב און ב"פ אויך... ימים יגידו).
תש"ע האלט די מלחמה ביי א הויך פונקט. לויט ווי היסטאריע חזר'ט זיך איבער וועט תשע"ד-ה זיין ערענסט מערכות און תשע"ט וועט זיך הגהק ווייטער כאפן אז ער האט איבערגעצויגן און מאכן דוד עקשטיין אלס דער כפרה הינדל אבער צו שפעט
איך בין מכבד די בעסערע שרייבער צווישן אונז צו נעמען דעם פענע און מרחיב זיין.
 |
|
|