| נשלח ב-10/12/2009 17:33 |
|
| |
ברוך דיין האמת: דער פאיער רב איז נפטר געווארען
טאטע פון הרה"ג ר' שלמה לייב וויינבערגער חבר הבד"ץ און פון סקולענער דיין
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 21:06 |
|
| |
ענגע אסיפה פארענט פונעם בית הנפטר אויף מארסי עוועניו א האלבע שעה פאר די לוי'
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 21:53 |
|
| |
וואו האלט מען איצט?
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 22:22 |
|
| |
Credit SOS images

|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 22:32 |
|
| |
א טאטלע איבערקערעניש און וויסטעניש, הערשט אצינד ביי די פארמעגליך לעזער, די זאליבאנעצעס, צילוב דעם וואס דער ''הייליגער חבר הב''ץ'' ר' שלמה לייב וויינבערגער הי''ו וואס איז נעבאך אצינד פאר יתום'עט געווארען, האט געוויזען פאר לבן פערלשטיין א גרויסען פייג,
לבן פערעלשטיין מיין זיינע שותפים האחים החשיבים למלכות שמואל קרוס לרפ''ש, האבן אנגעהויבן לייגען אפנארמאלע דריק אויפן ''חבר הבד''ץ דער נייער יתומ'על, אז ער זאל אוועק לייגען דאס געביין פון זיין פאטער, דער פייער רב ז''ל אונטערען פלויט צו ווישען די גייסטיש באגרעניצטע פארשוינען, ל''ע,
דער ''חבר הבד''ץ'' האט געגבען דאס אנווארט אז ער מיז אנפרעגען דעם גרויסען ראב''ד, (וואו פאסט דאס אז אז א חבר הבד''ץ זאל ארויסגעבן א פסק אן זיך דורך רעדען מיטן ראב''ד???)
דער ''דער ראב''ד'' האט קלאר געזאגט פאר זיין קאלעגע פאר דעם יתומ'על,
אז ער זאל לייגען זיין טאטען און בית החיים של קהל יטב לב ד'סאטמאר
דער לבן דרייט זיך ארום כמעט וואו ער האט זיך געדרייט, דעם טאג וואס ער האט דעם זון זיינעם אנגעווארען,
רויט וואו א ברוק, מלא כעס וחימה, שעלט צו זאם דעם נייען יתום, מיט אלע מיסע ווערטער, וואס איז נאר שייך, ניסח זאלי - דשיגאן, בייסט מיט די ציין דעם קארפעט, שימפ און שוימט אז עס איז א מחיה!!!
תוקן על ידי פארשטיי ב- 10/12/2009 22:37:00
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 22:49 |
|
| |
פערלשטיין און פיצי יאקאבאוויטש האבן צוגעזאגט צו געבן פאר פאייער רב:
1) א אוהל 2) א גאנצע חלקה פאר די גאנצע משפחה 3) מ'וועט אים אפזונדערן פון די אלע... וועלכע ליגן דארט. 4) מ'וועט האבן מנינים תהלים במשך די שלשים. 5) פאלאק וועט שוין ארויסמופן פון דארט. אומר ועושה. 6) אויב ער לייגט זיין טאטן דארט, וועט מען אים מאכן סגן ראב"ד.
ווען די אלע הבטחות האט נישט געהאלפן האט מען אנגעהויבן מיט בייזן אז מ'וועט אים אפרעדן שידוכים וכו' וכו', מ'וועט אים ווייזען וואס מ'קען וכו' וכו'.
רש"ל וויינבערגער האט געזאגט: מיין טאטע האט מיר קלאר געזאגט אז מ'זאל אים נישט דאמפען אין פאלאק'ס לאט. איך האב אים מבטיח געווען אז איך וועל פאלגן וואס ער הייסט מיר.
טרעפטס מיר איין רב וואס איז מיר מתיר צו גיין קעגן מיין טאטנ'ס דירעקטע צוואה וואס איך האב אים פארשפראכן לפני מותו.
און דא קומט אריין וואס פארשטיי דערציילט, אז ער איז געגאנגען צו ר' מנשה'ן, און ר' מנשה האט אים נישט געוואלט געבן דעם היתר אנצופייפן.
ומעשה שטן הצליח !
ופני המן חפו, חפו, חפו, חפו, חפו חפו חפו X טויזענט מאל 10000 חפו חפו חפו !
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 22:56 |
|
| |
די זאליבאנצעס זענען שוין לאנג ביטער אנגעווייטאגט אויף ר' שלמה לייב, זיי טענה'ען אז איז א לץ, ער מאכט דאס גענאר פון די גאנצע פורים לישכע, און נאר צילוב אים האט די לישכע אזא פנים,
און נאך דעם וואס ער האט געטאן דעם שריט, וואס האט טאטאל געדעמשעט דעם גאנצעם זכור אשר עשה לך עמלק קאמפיין, וואו אויך האט דאס צוגעברענגט אז ר' מנשה דער ראב''ד, האט קלאר געשטעלט וואו ער פלאנט צו לייגען זיין געביין,
איז ערווארטערט אז די זאלי מטרופים גייען דעם ר' שלמה לייב'ען דאמפען, און במקומו גייט מען מצרף זיין צו דעם לישכע הרב ''הגאון'' ''הקדוש'' ''המפורסם''' משולם הכהן כץ הי''ו,
והעיר שישן צהלה ושמחה
תוקן על ידי פארשטיי ב- 10/12/2009 22:58:30
תוקן על ידי פארשטיי ב- 10/12/2009 23:01:46
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 23:26 |
|
| |
איך דריי זיך אוין א שטיק צייט דא אויף הייד פארק, די איינציגסטע וואס זאגן אז ר' שלמה לייב איז א לץ זענען די ארוינים, פארקויף נישט אז די זאליס זאגן אזוי
ענקערע מעשיות זענען סיי ווי ווערד כקליפת השום מען קען קיין ווארט נישט גלייבן
איין זאך וואס איז יא זיכער! ווען נישט פאללאק'ס לאט וואלטן יעצט די ארוינים געזאגט "שרייב אינטער אויב נישט וועט דיין טאטע בלייבן אין אמבולאנס אינטער די זין" חוץ מזה וואס די קינדער דארפן נישט ארויסנעמען א עמערדשענסי מארטגעדש.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 23:31 |
|
| |
לדבריך וואס וואלט מען אים געהייסען אינטערשרייבן? אז ער זאל הייסען די זאלי'ס קומען צו די''ת? האלטס אז ער איז אזא עוכר ישראל אין געזאגט ענדערש מאכען פורים פין מיין טאטע ווי איידער דין תורה? כ'האלט נישט רש''ל פאר אזא מרים יד בתורת משה.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 23:38 |
|
| |
קען זיין אז און טהאש ווייסט מען מען די ליציינות וואס דער ר' שלמה לייב דער נייער פייער רב שליט''א טרייבט פון ר' זלמניו טאג נאך טאג!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/12/2009 23:41 |
|
| |
אגב ווייסט איינער ווער עס גייט ווערן גאב''ד פון די מעכטיגע פאייע אומפעריע??? די אחים הקדושים רייסען זיך כאטש ביי די קעפ? לכוארה וועט מען אויף נעמען ווער עס איז א גרעסערע מן הארץ, כפסקו פון הגרש''ל, ביי די סאטמארע קאשקע דריידעל
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2009 01:14 |
|
| |
וועט דער משכיל ר' שלמה לייב איבער נעמען די פאזציע פין משגיח על החלונות אויכט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2009 02:55 |
|
| |
ווי א וואלקן בראך, האט באטראפען די זאליס מיט די פטירה פונעם פאיער רב, צוליב דעם וואס די נפטר גייט ליגן אינעם בית החיים דקהל יטב לב דסאטמאר בחלקת הרבנים נעבן רביה"ק זי"ע, און נישט אינעם מסרבים לדין פאלאקס לאט צוזאמען מיט די מאנגאס.
הרים והגבעות האבן זיך היינט איבערגעדרייט, אלעס איז געווען אויפן טעלעפאן צו ר' שלמה לייב וויינבערגער, יעדער האט געקאלט געשריגען, געסטראשעט מיט גוטן און בייזן, מסור יודא אליעזר יאקאבוויטש פון פלארידא. ליפעלע קרויס, אברהם בער יאקאבאוויטש, אביש וויינבערגער, זענען אריבער געלאפן צו שלמה לייב געקלאפט אויפן טיש, אז דאס טאר נישט געשעהן. איר הרגט דערמיט אלע זאליס די קהלה אלעס, האט אברהם בער געשריגען. ליפא קרויס האט געשריגען איר האט אנגעפירט מקדש צו זיין פאלאקס, איצט מיט דעם פירט איר אן עס צו מאכן אויס א בית החיים, עס ווערט א פורים אין שטאט, אביש שרייט פאר דעם האט מען דיך געמאכט חבר הבדי"צ זאלסט דאס טאן פאר אונז און ווערן א חבר אהרונים.
ר' זלמן לייב אליין קלינגט און בעט זיך ברחמים ווי צו א גזלן, שאול פערלשטיין מיינט ער כאפט אן הארץ אטאקע, נאך א שטאך אין ריקן פאר אים, זיין זון בלייבט נעבעך ליגן דארט ווי א שעיר לעזאזל. שאול פערלשטיין און יוסף אלי' שלעזינגער לויפן אריבער צום פיאע רב אינדערהיים, מאכן יעלות דארט אויף די משפחה, פערלשטיין שרייט פארדעםם בין איך א מתפלל דא אין פיאע אזוי פיל יארן, אז אזאנעס זאל מען אים צוריק טאן, די אלמנה שטייט נעבעך און קוקט זיך צו ווי די רשעים האבן נישט עפעס אנדערש וואס צו טאן, ווען מתו מוטל לפניו, נאר מיט רציחה און רשעות סטראשענען אויף אלע מיני וועגן. עס האט אויסגעקוקט דארט ווי די 2 גייען כאפן דעם נפטר און לויפן.
משה גבאי שרייט אז ר' שלמה לייב איז שוין אן אלטער לאו לייף ער מיינט אלץ זיך מיך און איך, ער זאגט איצט זעט מען אז דער ברך משה איז געווען גערעכט ווען ער האט אים געוואלט ווארפן פון תהלות יואל. די זאליס דרייען איבער א וועלט, אבער ר' שלמה לייב זאגט אלעס פיין און וואויל, איך וועל שרייבן חרמות, פאשקאווילען, קעגן די אהרונים, קריכן אויף די בערג ווי א נער מקדש צו זיין פאלאק'ס, איך וועל אלעס טאן.
אבער פורים פון מיין טאטע האלט איך נישט דערביי, מיין טאטע וועט ווערן פורים רב אין די שטאט אז איך לייג אים ביי פאלאק, ער האט זיך די אויערןפ אר שטאפט און זיך אנגעפיפען אין די זאליס.
די זאליס דרייען זיך איצט ארום און שעלטן טויטע מיאוסע קללות קעגן ר' שלמה לייב, זיי זענען שרעקליך אין כעס אויף אים, און ווילן אים אויף שטיקער צופליקען, איצט אין ראדני איז ממש תשעה באב, די קללות אויף שלמה לייב איז עד אין לשער.
נאך א נקודה - די לעצטע פאר וואכן איז ר' ישראל חיים מנשה ממש דיפרעסט וועגן די בית החיים, ער רעדט דערפון טאג און נאכט ווי ער גייט ליגן, ער שיקט צו קהל יטב לב כסדר שלוחים ער וויל פארהאנדלען.
און דאס איז פארוואס ער איז נישט געווען ביי די סעודה כ"א כסלו פון די זאליס היי יאר.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 11/12/2009 08:36:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2009 06:54 |
|
| |
רבי_יונה שרייבט "די אלמנה שטייט נעבעך און קוקט זיך צו ווי די רשעים"
מעג איך פרעגען וועלעכע אלמנה מען מיינט דא??? ווייל די פייער רעבעצין לעבט שוין נישט!!
|
|
|
|
| נשלח ב-11/12/2009 19:54 |
|
| |
וואדרידש הארגע נישט קיין מענטשען, די פאיע רעביצען לרפו"ש לעבט ב"ה.
|
|
|
|
|