אליעזר ווייס שעמט זיך מיטן בלאט!!!
מיין מנהג יעדע וואך איז, אז נאכן מאכן דעם שבת ארדער ביי פרענקל גראסערי אין קרית יואל, גיי איך אריבער צו היימאן גראסערי קויפן דעם איד, און דערנאך צו גרענד פוד מארקעט קויפן דעם בלאט, ווייל ווי באקאנט וויל הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל זייטן פאליטיק נישט פארקויפן קיין צייטונגען (דרך אגב אזוי פירט זיך אויך הרה"ח מרדכי לאנדא). די וואך, אזוי ווי אלע וואכן בין איך אריבער צו היימאן און געקויפט דעם איד, אבער ווען איך בין אריין צו גרענד פוד בין איך געווארן איבעראשט אז עס געפינט זיך נישט דארטן קיין בלאט, רוף איך אן מיינס א חבר און איך פרעג אים צו עס איז שוין ארויסגעקומען די בלאט, זאגט ער מיר אז יא, ער האט עס ממש יעצט געקויפט אינדרויסן פון שטעטל ביי וועלעראוי געז סטעישן, מיט וואונדער גיי איך צו צום רעדזשיסטער און איך פרעג וואס גייט פאר פארקויפט מען טאקע מער נישט דא די בלאט, זאגט ער מיר אוואדאי פארקויפן מיר עס, פרעג איך אים וואס הייסט איך זעה דאך נישט קיין איינס, זאגט ער מיר איך ווייס נישט גיי פרעג דעם מענידזשער, בין איך צוגעגאנגען צו אים פרעגן, האט ער מיר אנגעוויזן אין די בעק פונעם סטאר און א פארשיפט לעכעל עטליכע בלעטער, פרעג איך אים דא גייט עס שוין ליגן יעדע וואך, זאגט ער מיר ניין, די וואך האט אךיעזר ווייס אזוי באפוילן ווייל ער שעמט זיך דערמיט. אינטערסאנט!!! ווייסט אפשר איינער וואס איז זיך דא צו שעמען דערמיט?
 |
|
|