דעס קימט פין די דערנעבענדיגע אשכול איך האב עס נאכגעקיקט אין גראסרי וואס זאל איך ענק זאגן מיינע פריינט איך האב געמיינט אז די ערד עפענט זיך אינטער מיר פאר בישה
איך בין שטיין געבליבן שאקט איך עפען אויף א פעקעל קאקיס לכבוד חנוכה פאר די טייערע קינדערליך איך וויל געבען פאר די קינדער א מנורה קאקי מיט א דריידעל קאקי אין נישט מער אין נישט ווייניגער איך טרעפ אפאר מגן דוד קאקיס אינעם פעקעל האב איך געטראכט קען זיין אז דע קאפעני מזונות מבין האט שוין ווייטער געדארפט טוישן די הכשר (זיי האבן שוין געהאט פראבלעמען אין די נישט וויטע פארגאגעהייט) לכאורה האבן זיי גענימען דע פארשאלטענע הרבנית הראשית הכשר פין ארץ ישראל אין זיי האבן דעס באשטימט אז אפציצייכענען דע זיג פין די קדושה אקעגן די טומאה אין יו"ט חנוכה איז די בעסטע וועג לויט זייערע דיעות כוזבות מיט די סימבאל פין דע כופרים געב איך א קיק אויפן הכשר בין איך אריין געפאלען אין א גערעסערע שאק ניין סהאט נאך אלטץ די הכשר פין היתאחדות הרבנים רח"ל אזא כפירה מיט די סימבאל פין היתאחדות איך ווייס נישט וואס צי זאגן
נשלח ב-13/12/2009 18:45
סוואלט כדי געווען אריין צי ריפן אין אפיס פין התאחדות הרבנים אין מעורר זיין סאיז זעכער אז זיי באשטימן נישט וועלעכע פארום קאקיס סזאל ווערן געמאכט האף איך אז יעדער פארשטייט אז מזאל רעדען נארמאל צי זיי אין בעטען אז זיי זאלן פארלאגן פין מזונות מבין אראפ צי נעמען דע טאמענע סיבאלען פין די שעלפס אין אלע סטאר'ס Beth Din Hameyuchud L’inyonei Kashrus of the Central Rabbinical Congress (Hisachdus Horabonim), 85 Division Avenue, Brooklyn, NY 11211. (718) 384-6765; Fax: (718) 486-5574.
נשלח ב-13/12/2009 18:46
לידיעתי איז א הכשר אויף אינגרידיענטס און נישט אויף פארעמס פון די פראדוקטען
נשלח ב-13/12/2009 19:27
קודם כל
וועד הכשרות שע"י העדה החרדית גיבט השגחה אויף מגן דוד פראדוקטן! אויף די פעקל פון די פעלסטיק קאפס געפינט זיך די "זיגל" פון די עדה הארט נעבן די מגן דוד
והשנית
התאחדות גיבט השגחה אויף די כשרות פונם פראדוקט, לכאורה איז התאחדות נישט געווארן אינפארמירט וועגן די מגן דוד שעיפס... מזונות מבין איז בארעכטיגט ארויסצוגעבן פראדוקטן וואס וועט העלפן זייערע סעילס.
די איינציגסטע פראבלעם דא איז אז די קאקיס זענען צומאל פארשטעקט אינטער דריידל און מנורה קאקיס וואס דאס מאכט דאס אומעגליך פאר א קנאי'שער אינגערמאן צו וויסן אז ער קויפט מגן דוד קאקיס, מזונות מבין וואלט געדארפט די מגן דוד קאקיס לייגן אויף א אופן אז מען זאל דאס זען בשעת'ן קויפן אדער פעקידשען קאקיס אן מגן דוד אויך.
נשלח ב-13/12/2009 20:23
באקימען אין אישי
ווער עס קען אין וויל עס אויפהענגן אין זיין בית המדרש זאל עס ארויס פרינטען
תוקן על ידי nys10952 ב- 13/12/2009 20:39:58
נשלח ב-13/12/2009 21:45
נשלח ב-13/12/2009 22:20
איך ווייס נישט וואס פאר א אגענדע דער NYS10952 האט, ער איז נעבעך טיף אין שאק אז מען האט געטראפן א מגן דוד אין א קאקיס בעג פון מזונות מבין, זאג נאר, אנדערע עבירות לייגט דיך אויך אריין אין שאק?, גיין לערכאות העכו''ם ברענגט דיר אויך אריין אין א שאק?, אוי וויי, געוואלד!!! א מגן דוד'ל, ווען דער סאטמארער רבי הגרז''ל האט געדרשנט פאר מגן דוד'ס האב איך בכלל נישט געזען אז דו זאלסט זיין אין שאק, איך האב א גרויסן חשד אז דו האסט א פריוואטע אגענדע, און לדעתי ביסטו גאר א קאמפעטישאן פון מזונות מבין,
ער פארקויפט פרוצית'דיגע קליידער טראץ די אסורים פין אלע רבנים ער דרייט זיך ארום א גאנצן טאג אין די נשים געשפט ווי בלויז נשים דרייען זיך.
מען דארף אים אסר'ן זיין געשפעט.
נשלח ב-13/12/2009 22:35
אנשטאט חלישן כאפ אן דעם מגן דוד אין טראסקע עס אין גארבעדזש ,זיי מקיים ובערת הרע מקרביך
נשלח ב-13/12/2009 23:06
טאטלע כתב:
אנשטאט חלישן כאפ אן דעם מגן דוד אין טראסקע עס אין גארבעדזש ,זיי מקיים ובערת הרע מקרביך
אזוי האב איך געטין נישט דאר מיט די מגן דוד קאקיס נאר מיט די גאנצע פעקל אין אלעס וואס איך האב געהאט פין מזונות מבין איך האף אז די פארשטייסט אז אזא איינעם קען מען נישט טראסטן אויף כשרות
נשלח ב-13/12/2009 23:21
כהאף אז די מיינסט עס נישט ערענסט
בל תשחית איז א ערענסטע עבירה
זאג אז די מאכסט א ווערטל
נשלח ב-13/12/2009 23:25
איך וואלט דאס מבער געווען מיט אראפ שלינגען, כשר איז עס דאך, און חמץ מעג מען עסין, אלזא אראפ שלינגען איז די בעסטע עקירת עבודה זרה.
נשלח ב-13/12/2009 23:52
yosefelye כתב:
איך וואלט דאס מבער געווען מיט אראפ שלינגען, כשר איז עס דאך,
נישט אזוי זעכער אז סאיז כשר
נשלח ב-13/12/2009 23:53
nys10952 כתב:
אנשטאט חלישן כאפ אן דעם מגן דוד אין טראסקע עס אין גארבעדזש ,זיי מקיים ובערת הרע מקרביך
אזוי האב איך געטין נישט דאר מיט די מגן דוד קאקיס נאר מיט די גאנצע פעקל אין אלעס וואס איך האב געהאט פין מזונות מבין איך האף אז די פארשטייסט אז אזא איינעם קען מען נישט טראסטן אויף כשרות
מקור ביטע
ויואל משה ?
על הגואלה ?
חדושי תורה ?
דברי יואל ?
דרשות ?
מפי שמועה ?
נשלח ב-14/12/2009 00:35
ווי כאילו דעם שלעכטן מאנסיער זאלי nys10952 שטערט דא מגן דוד'ס. רבותי!! עהם באדערט נישט כבוד שמים
דיין רבי דער מן הארץ האלט דרשות אין רעפארמע טעמפלען אנגעפיקעוועט מיט מגן דוד'ס פון אלע זייטן ווי סצייגט דער בייגעלייגטער בילד
מילא די זאליס שטערט נישט קיין מגן דוד'ס -
גרעסערע עוולות ווי דעם מאכט עטץ אהן. חילול שם שמים וואס איז נאך נישט געהערט געווארן. התגרות באומות באופן מבהיל ווי עטץ האטס געשיקט ברייו מיט סטראשונקעס צו א גויאישן שופט נאכן דורכפאלן אין געריכט קוק דא