בית פורומים כל העולם כולו

דוב הייקינד האט טענות צים בלאט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/12/2009 21:00 לינק ישיר 
דוב הייקינד האט טענות צים בלאט

היינט האט דוב הייקניד אנגעקאלט צי בלאט אפיס מיט מלא טענות.

היתכן מען גלייכט צי די מנתחלים צי די בני יואל
ער טענה'ט ( ער איז מן הסתם גערעכט ) אז די מתנחלים זענען ערליכע יודען זיי גיין נישט אין קיין ערכאות
 אין דעס וואס מען האט טענות צי זיי וועגן די שלימות הארץ איז ווייל אזוי האבן זייערע רבנים געהייסן.

משא"כ די בני יואל זענען מופקרים האלטן נישט קיין תורה גיין אין קארט ווען זיי ווילן, האבן נישט קיין רבנים
אין סתם פרעסערס ער ציען זייערע קינדער פאר חוצפה אין עזות.

אין ער וויל אן אנטושלדיגונג אין בלאט נעקסטע וואך. 

וואס האלט דער עולם ס'קומט אים ?




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2009 21:07 לינק ישיר 

יא, איך אליין האב מיך אויך געווינדערט, וויאזוי
מען האט צוזאם געשטעלט הולכי לערכאות העכו''ם
אזעלעכע וואס שרייען אז זיי האבן נישט קיין שום תורה'דיגע
אוטוריטעיט, לית דין ולית דיין, מיט אידן וואס לדעתם טוהן זיי על פי התורה,
זיי גייען נישט אין בג''ץ, זיי פאלגן די תורה (לדעתם) און פאלגן
דעם מרא דאתרא, איך האלט אז מען דארף זיך פאר זיי ענטשולדיגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2009 22:31 לינק ישיר 

ער האט א שטארקע טענה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2009 18:41 לינק ישיר 

כ'האב עס יעצט קאנפירמד
פאריגע דאנערשטוג באקומט איינער פין הויפט שרייבער א רוף אויף זיין סעלפאן ווי איינער שטעלט זיך פאר אלס א מיטארבייטער ביים דוב הייקינד, אין דער שרייבער האט נישט געוויסט צו ער זאל אים גלייבן, ביז ווען דוב איז אליין צוגעקומען צום טעלעפאן אין אים ערעסט פארגעהאלטען פאר'ן ציגלייכען די מתנחלים צו אזעלכע בליגע אויסווארפען אין פארלאנגט אן אנטשולדיגונג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2009 01:41 לינק ישיר 

איך האלט אז דער בלאט ברויך זיך אנטשולדיגן, טראצדעם וואס וואס ביי אונז זענען די מתנחלים אויך אפגעפרעגט. לויט ווי איך ווייס זענען זיי נישט קיין מרימי יד בתורת משה רבינו ע"ה, זיי זענען נעבעך אין דעם כלל פון תינוק שנשבה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2009 01:56 לינק ישיר 

אויב דער בלאטע פארגלאכט מתנחלים פארטריבען פון גוש קטיף צי בני יואל פארטריבען פון רעבעצין שוהל...
איז וואס וועט זיין די עונש צי פרעזידענט "אבאמא" פארן נישט העלפען די בני יואליר נאכן ווארימע בריוו...
דער ציוניסטשע הרב עובדיה יוסף האט געזאגט נאך מען האט פארטריבען די מתנחלים אז "בוש" האט געכאפט דעמעלטס א עונש פון האריקעין קאטרינה... ליינט דא ארטיקעל:

http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-3138779,00.html

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 15/12/2009 04:01:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 17:53 לינק ישיר 

טאקע א ביזיון, וואו מאכט א פארגלייך? פון מענטשען וואס זענען בעלי שיטה, (אפי' עס איז כנגד התורה)
צו מענטשען וואס זענען איך האב נישט קיין ווערטער.............................?

וואו אזוי האט די רעדאקציע פון שופר פונעם אלטוועלטיכען אנטארדאהקסישע אידענטום, געקענט פאר זען אזא זאך,? עס איז זיכער אז מיילעך שטערן'ס שטן, האט זיך דא עפעס אריין געמישט, אדער איז עס א שארמאשער קפידה,


תוקן על ידי פארשטיי ב- 15/12/2009 17:56:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דוב הייקינד האט טענות צים בלאט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext