ווער עס הערט דעם טעפ, ווערט נבהל ונשתומם, דער ברך משה זי''ע איז געווען שארפער קעגען די בני המן, וואו אלע היידפארק שרייבער אונאיינעם,
איך געדענק ווען מיר האבן נישט פארשטאנען די הייליגע ווערטער פונעם ברך משה זי''ע, ווען ער האט אנגערופען די בני המן ''ווערים און קרעטץ'',
היינט שטעלט זיך ארויס, וואו אזוי ר' יונה זאגט, אז דער הייליגער ברך משה האט גאר פארשעהמט די ווערים און די קרעטץ מסוף העולם ועד סופו מיטן צו גלייכען די דאזיגע ''לאבעצעס'' צו די ווערים און קרעטץ, ל''ע
די הגדרה, און דעם טיטל אויף די דאזיגע עבריינים, לאבצעס, לייצים, קאמיקער, משוגעים, פארביסענע, משחתים, חמסנים, איז נאך נישט באשאפען געווארען,
אפשר בימי הברך משה זי''ע האט עס נאך געהאלטען ביי ווערים און קרעטץ,
די הייליגע רבי דער ברך משה זי''ע זאגט ביי די דאזיגע דרשה 2 אונטערסאנטע אויסדריקען,
1 ער זאגט, אז עס האט אים געבלוטיגט ביים הארטץ, צו צוזען וואו עס דרייען זיך ביים פעטער און שטוב אזעלכע לאבעצאס, אונדערצייט וואס אונדערהיים האבן זיך געדרייעט ביים פעטער נאר ערליכע יודען וואו הרב ר' לייבעלע פאשקעס הי''ד מיט ר' יעקב הערש טארנער, (פריעדמאן) הי''ד,
2 עס באדערט אים אז ''עמי הארצים'' האבן זיך געדרייט ארום רבינו הקוה''ט זי''ע
לאמיר זיך מתבונן זיין און נימער איינס,
אונדערהיים האט זיך געדרייט ביים רבי'ן זי''ע אזא יוד וואו ר' לייבעלע פאשקעס, וואס איז געווען א ת''ח עצום, און א צדיק תמים ונשגב, כאטש ער איז געווען פון פאך אויס א רואה חשבון, און מען האט געזען אויף די ביכער אויף וואס ער האט געארבייט, וואו עס איז אונגאנצען פול מיט שפייעכס, ווייל ר' לייבעלע איז אויף געווען ביי די נעכט און געלערנט תורה בקדושה ובטהרה, איז ער איינגעשלאפען אויף די ביכער און מיטן די ארבייט, דאס איז געווען ר' לייבעלע,
ר' יעקב הערש , די זעלבע זאך, א ת''ח עצום א יר''ש מרבים, א חכם ונבון,
די דאזיגע יודן האבן זיך געדרייט אונדערהיים ביים רבי'ן זי''ע,
נישט אזעלכע, וואס האבן אפגעכאפט קאסעטעס, פון פארשידענע מאמענטען און שטוב פון רבינו הקוה''ט זי''ע, ואכמ''ל, און עס דער נאך איבערגעהערט, און זיך געקוילרט פאר גלעכטער! ( איר קענט דאס איבערפרעגן דוד ירמי ברייער דער בעל הקאסעט)
נישט א זעלעכע וואס ווען רבינו הקדוש זי''ע איז נישט געווען געזונט, און ער האט זיך נישט קענט באוועגען אן קיין הילף, און ווען ער האט געברויכט ארויס גיין, און פונקט האבן די לאבעצעס געהאלטען און מיטן פרעסען, האבן זיי זיך אנגעריפען מיט ביטול ''זאל דער אלטער א ביסעל ווארטען'', ( עיין ערך יעקל תרח, יעקב יוסף ווייס - יעקב הערש ברייער )
נישט א זעלעכע וואס האבן געפראסקעט ביים קרעפל פשעטעל, מכות רצח כדרכם, און רבינו הקוה''ט האט דאס נישט געקענט צוקיקען, האט ער א פרעג געטאן דעם שלעגער ''זאג די ווייסט אפשר וואס א פרוסבול מיינט''?,
רבינו הקוה''ט האט דאן געזאגט דאס פשעטיל אויף די סיגיא פון פרוסבול, און דער שלעגער האט דאך אוודאי נישט געוויסט, פון וואו זאל ער וויסען וואס פרוסבול מיינט?, ער ווייסט נאר פון געדישעכס, מיט קנאבעל בארשט, מיט זידיגע לעבערלעך, קאקאש קעק, מיט פארפעל, מער אונטערסירט אים נישט,
האט אים די רבי זי''ע אנגעשריגען ''דאן פארוואס טיילסטו פעטש''? (עיין ערך יענקל תרח)
נישט א זעלכע וואס האבן אנגעפראסקעט ר' יונה עסטרייכער און מיטן די הקפות, על לא עוול בכפו, אדער ווייל ער האט אים נישט ''מהנה'' געווען, ווער ער איז זיך געווען געזעגענען פאר די הייליגע טעג, (עיין ערך זלמן לייב וואלדמאן)
נישט אזעלכע וואס האבן אנגעפראסקעט ר' לייבוש'ען (עיין ערך בל המושיען של ישראל- יענקל תרח – ברוך מרדכי א. יעקב הערש ברייער)
נישט א זעלכע וואס האבן ארויסגעצווינגען געלט פון נגידים, וואס האבן זיך געוואלט געזעגענען ביי רבינו הקוה''ט זי''ע, ( עיין ערך בעל הבגץ, בעל המושיען, בעל עשרת אלפים, וכו' וכו'
און מיר דארפן זיך נאך ספארעווען מיט די דאזיגע ווערים'דיגע קרעציגע עמי הארצים, לאבעצאס, עד היום הזה!!!
2 עמי הארצים,
ווען דער ברך משה זי''ע וואלט ווען געחלומ'ט, און וויסטען חלום, אז אויב האט מען גבאים עמי הארצים קענען זיי נאך איין טאג אויף נעמען א ''רבי'' א שרעקווערדיגער מן הארץ, און אום אנטאן ווייסע זאגען אונדערוואכען, מיט ווייסע שלאף קלייד, מיט געפעטיטע מכנסיים, מיט בענדלך אויף די אונטערוועש, מיט א זילבענע שטעקען, און דער האנד, מיט רבנישע ברילען, מיט גרויסע שוך, און ויהי לרבי, וואס וואלט ער דאן געזאגט???
תוקן על ידי פארשטיי ב- 15/12/2009 17:40:44