אין א לענגערן שמועס מיט א קרית יואל'ער עזות פנים, אויף מיין פראגע וויאזוי ער קען מחזיק זיין אזא איינער וואס חבר'ט זיך מיט זיינע טאטנס בלוט זויגער, האט דער עזות פנים געענטפערט אז דאס איז טאקע דער סיבה פארוואס ער שטיצט אים! וויבאלד עס שטייט אין שו"ע (ער איז נאך א ת"ח אויך) אז אויב דער טאטע איז געווען א רשע איז א מצוה אים מבייש צו זיין!
א ריכטיגער ביישפיל פון וועם מ'רעדט דא. ס'נישט דא קיין לשונות צו דעסקרייבן אזאלעכע פארשוינען.
ער זאגט אבער אז ער גייט לכתחילה זיך נישט קובע מקום זיין אין סאסמאן, צוליב דעם וואס זיי האבן נישט ארייגעלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער צו ראטעווען דעם מושב לצים, און זיי האבן געווארט אויף דעם מינוט אז ס'זאל זיך פארשפארן, והא ראי' אז זיי האבן גלייך אויפגעהאנגן א צעטל מיט די סדרי התפלה פון סאסמאן אין אלע לעכעלעך פון די עזות פנים'ער, דארט ווי מ'האט צוזאמגעשאלטן רביה"ק זי"ע רח"ל.
נשלח ב-21/12/2009 18:06
איך האב מיר ערשט יעצט גענומען די צייט אויסצוהערן דעם דרשה פון רבי'ן זי"ע, וואס זאל איך אייך זאגן? איך קען אייך בלויז זאגן אז עס באדערט מיר אז איך האב עס נישט געהערט אביסל פריער.
דער רבי זי"ע רעדט דא פון עטליכע זאכן: - איבער קרית יואל - א כלילת יופי, - די מסירה וואס די מרימי יד בתורת משה האבן אריינגעגעבן קעגן די הנהלת הקרי', - איבער די ניסי ניסים אז פון אלע זייערע מסירות איז גארנישט געבליבן, - איבער די רשעים וואס האבן זיך באזעצט ביי רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע און צוזאמגעפייניגט אנשי שלומינו, - איבער די טייכן טרערן וואס רביה"ק האט פארגאסן איבער די רדיפות נוראות וואס די רשעים האבן צוזאמגעפייניגט להבחל"ח דעם סאטמאר'ן רבי'ן שליט"א, - איבער דעם איסור אויף די ת"ת פון די עזות פנים'ער, - און נאך.
איך האב דעם שבת גערעדט צו א חבר מיינער וואס ער האט מיטגעהאלטן יענע צייטן, זאגט ער מיר אז די דרשה איז פון כ"ו אב תשנ"ב, און ער זאגט מיר אז רוב דרשה איז שוין געדרוקט אין אבני שהם דרשות לכ"ו אב.
איך האב נישט דא ביי מיר קיין אבני שהם, ווער עס האט ווערט געבעטן עס אריינצוסקענען דא, אדער אפשר אויב כ'וועל עס שאפן וועל איך בל"נ פרובירן אפצוטייפן.