| נשלח ב-16/12/2009 18:14 |
|
| |
לויט וואו מען הערט פייפט זיך דער עולם ערענסט אן אויף ניפעלע, און מען שיקט אימעל'ס פארן גאווענער, פטור צו ווערן פון דעם נידער-מאן,
דער נידער-מאן גרייט זיך צו פארען קיין אלבעני, און עקלערן פארן גאווענער, אז ער פארטרעט יא, וויליאמסבורג, און די אלע אימעילס וואס ער באקימט איז נאר פון מענטשען פארשטייען נישט, און ווייסען נישט, פון זייינע ''ריזען אויפטוהן און די לעצטע 30 יאר'', ער ברענגט מיט בריווען פון מאיר שניצטלער, בן פראדעל, מיט שמשון יענקל, מיט פארמעגליך, ניפעלע, אד''ג אז ער טיט אויף גדלות ונצירות פאר די ווילאמסבורגער איינוואוינער,
עס זעט אויס וואו די אימעלס ארבייטען, עס איז א שאד נאך צולאזען!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 19:40 |
|
| |
נפל, אפשר אין טאהש מאכט UJO פוד סטעמפס, און גרין קארד אומזינסט...
קאל אפ UJO און פרעג זיי צו מאכן רינאעלס פאר פוד סטעמפס, די ענטפער איז: ניין
קאל אפ UJO און פרעג זיי צו מאכן גרין קארדס, די ענטפער איז: יא אבער קומט אריין פאר א פרייז עס לויפט צווישען 1000 און 1500 ווענט זיך ווי שווער עס איז.
קאל אפ UJO און פרעג זיי צו מאכן רינאעלס פאר מעדיקעד די ענטפער איז יא און ניין, טאמער עס איז נאך 2 וואכן פאר די דעיט, און זיי קענען עס אריין שיקן ביי מעיל קאסט עס נישט קיין געלט, אבער טאמער זיי דארפן אראפ גיין קאסט עס 50$.
די איינציגסטע זאך וואס זיי מאכן יא איז אפליקעשאנס צו באקומען פוד סטעימפס און מעדיקעד, וואס זיי שיקן אריין אויף די פאסט און דארפן נישט אראפ גיין און בעטן 50$ דערפאר.
פארוואס טוען זיי דאס יא?
ווייל מיט דיין אומשולדיגע אונטערשריפט מאכן זיי ימים מיט געלט דעראויף פאר לאנגע יארן!!
1) זיי נעמען די אינפארמאציע און דערמיט מאכן זיי טויזענטערס פון דיר און דיינע קינדער, זיי באקומען דערפאר, עסן, פעמפערס, פאגראמען, און אלעס גייט פאר די גנבים אין טאש.
2) זיי דארפן האבן ווי מער אונטערשריפטן ביי די באוק וואס מען סיינט ווען מען קומט אריין, ווייל ווי מער מענטשן זיי העלפן באקומען זיי מער געלט פון די רעגירונג.
און נאך אזאך נפל זאלסטו וויסן, אז אפשר אין טאהש קאסט 400$ צו מאכן מעדיקעד, און פוד סטעפס, ווייל דא אין ווילי קאסט עס גאנצע 75$ ביי מס. שווארץ וכו'.
נאכמאל דערמאנען דעם עולם אויס גייט מען צו UJO סיינט נישט דארט גארנישט, ווייל מיט דיין אונטערשריפט און אינפארמאציע טוען זיי שרעקליכע גניבות, און ח"ו עס קען נאך אויסקלאפן אויף דיר.
די סך הכל איז נאכמאל UJO באקומט יעדעס יאר מיליאנען פון די רעגירונג, זיי האבן 30 ארבעטערס, קיינער ווייסט נישט וואס די 30 מענטשן טוען דארט, און 90-95 פארצענט פון ווילי צו מער, איז נאך קיינמאל נישט אין UJO אפיס בכלל אריין, און אוודאי נישט זיי געהאלפן.
די 30 מענטשן טוען גנב'נען און נאכמאל גנב'נען פאר נידערמאן אין טאש אריין.
מען בעט דער עולם די אי מעילס טוען אויף געוואלדיג, דער עולם זאל שיקן און שיקן אי מעילס אז דער גאווענער זאל סטאפען די געלט פאר UJO, מען דארף נישט מסר'ן וכו', נאר שרייבן אז די געלט גייט אין גארביטש, די קאמיאנעטי האט גארנישט דערפון.
לאמיר האפן איינמאל פאר אלעמאהל אפ צו האקן די געלט וואס דער מסור באקומט, און מיט דעם טעראזירט ער ווילי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 21:18 |
|
| |
ווען יאנקל מיט טראק טרעפן זיך...
יאנקל די ביסט א שקרן פארן שרייבן אז נידערמאן שטערט דאס אויפבוי פון דירות אויף די שטח פון ראזענבערג, ליין איבער די מינטיס וועסטו זען אז סך הכל פאדערט ער א גרעסערע פראצענט "עפארדעבל" דירות, מער וויפיל ראזענבערג וויל געבן. דאס איז א געוואלדיגע טובה פארן ציבור און וואויל פארן ציבור וואס האט אזא פארטרעטער.
טראק, די ביסט א שקרן וכזבן, די UJO נעמט נישט קיין פעני פאר די אלע סערוויסעס, מיין ברידער האט געמאכט דארט גרין קארד'ס פאר זיין ווייב מיט 5 קינדער, ער האט נישט באצאלט פאר די UJO קיין איין פעני! און דאס איז אין די צייט וואס א לויער האט געוואלט $1500 פאר יעדע קעיס (X6) די UJO האט אים ערלעדיגט אלעס און נישט גענומען א רויטע סענט. דערנאך האט מיין ברידער באקומען פוד סטעמפס און מעדיקעיד דארט אויף ...בחינם!
לשיטתכם קומט אויס אז ער צאלט לכה"פ "א האלב מיליון דאלאר" א יאר בלויז פאר איינגעשטעלטע, חוץ רענט וכו' די מיינסט אז דאס וואקסט אויפן בוים? פארדעם באקומט איר די סערוויסעס בחינם און איר דארפט נישט גיין באצאלן ביי מרת. שווארץ מרת. געלב מר. הערשקאוויטש ודומיהם.
דאס שיקן בריוו צום גוי "געב נישט געלט פארן איד" איז א מיטל פון פארלוירענע שכל, נאך א הסבר האט דאס נישט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2009 22:07 |
|
| |
נפל'ע
קודם כל כ'האב נישט געוויס אז די האסט אויך א אויסלענדישע ברודער, מז''ט, די האסט לכאורה זייער א גרויסע משפחה יענער איז א סקווירא חסיד אדער וויזניץ אדער טאהש?
צום ענין: קודם כל די פראזשעקט פין סערטיפייד לאמבער גייט האבען לויטן פלאן 20% עפארדעבל האוזניג, אין מ'דארף זיין ממש קראנק זיך צו קענען אליין איינרעדן אז משה דוד מיינט דא דעם אייבירשטען..... ער איז נישט די ערשטע דעוואלפער אין יענע גאנצע געיגענט, אין ביי די אנדערע דעוואלאפמענטס האט אים ניטעמאל אינטערסירט וויפיל יענער בויעט, אין אפי' מארטי מארקאוויטש דער בארא פרעזינדענט האט גלייך פארשטאנען אז דאס איז פשוט סאטמערע פאליטיק. ווער מיר ביטע געוואר אויב קעסטנבוים גיבט 1% עפארדעבל האוזינג ביי די בילדינג וואס ער בויעט יעצט אויף ראטליזש אין ווייט שיעף קעגן די סאטמערע ת''ת.
|
|
|
|
|