ביי א זיצונג פון די גרויסע אהרונים פירער מיט די הנהלת כולל שומרי החומות, איז ארויפגעברענגט געווארן אן אלטימאטום אויב ביז נאך חנוכה הערט מען נישט אויף צו אדווערטייזן אין "דער איד" גייט מען אראפנעמען אלע צדקה פושקעס פון אהרונים בתי מדרשים פון וומ"ס און ב"פ.
און הייסן דעם ציבור אויפהערן האלטן צדקה פושקעס בביתם.
דעלעגאציע פון שומרי החומות ביי ר' אהרן טייטלבוים, גייט ארויס מיט ליידיגע הענט.
נשלח ב-15/12/2009 17:38
נאר די שפראך..
נשלח ב-15/12/2009 17:47
לעת עתה איז די באשלוס פון די הויכראנגיקע פירענדע פון די הנהלת שומרי החומות, ר' פנחס וויינבערגער, ר' יהושע האאלאנדער, ר' מיכל רובין, ר' ישעי' שווארץ, ר' פייוול האפמאן, ר' שלמה מייער, צו אפווארפן די אלטימאטום.
עס קומט גוטע טעג
מ'וועט זעהן וואס ר' אפרים ראזענפעלד, מיט הרב בנש"ק ר' אלי' גראס וועלן טאן.
תוקן על ידי סוג ב- 15/12/2009 17:47:30
נשלח ב-15/12/2009 18:27
איך האלט אז דע נשיא מהר"א וועט מאכן עפעס א פשרה
נשלח ב-15/12/2009 19:31
nys10952 כתב:
איך האלט אז דע נשיא מהר"א וועט מאכן עפעס א פשרה
ביסט אינגאנצן צידרייט ער איז דאך די גאנצע זאך אויס צי רייסן דע צדקה
נשלח ב-15/12/2009 19:55
האסט פארגעסן: כ"ק מהר"א איז ברוך השם נישט נשיא שומרי החומות
נשלח ב-15/12/2009 19:57
איך האלט ער האט בעצם א פראבלעם מיט דעם תנא ר' מאיר,
בין איך גערעכט?
נשלח ב-15/12/2009 20:05
סקאטמאלען כתב:
איך האלט ער האט בעצם א פראבלעם מיט דעם תנא ר' מאיר,
גארנישט קיין אולטימיטאם'ס נישט מער און נישט ווייניגער מהר"א באפעלט דארט יעדער זאל מאכן אין זיין שטוב אן על ביעור חמץ אויף אלע פישקעס פון ר' מאיר! אויסער די פישקע פון זיין כולל עצי חיים אין ב"ב!!!
דער סורר ומורה טענה'ט אז "אינדערהיים" האט מען געהאט 1 פישקע פאר ר' מאיר והפורץ גדר ישיכנו נחש, מ'טאר נישט משנה זיין!! קודם ווייס איך נישט פון וועמען'ס היים ער רעדט ווייל ביי זיין טאטע וועם ער וויל מער נישט קענען זייט ער האט אים נישט אויפגענומען פאר רב הצעיר סיי ביי אים אינדערהיים און סיי און זיין בית המדרש איז געווען מער ווי 1 פישקע פאר ר' מאיר! סא ווייס איך נישט פון וועמן'ס היים דער סורר ומורה רעדט? אפשר אינדערהיים אין וויזניטץ? נאכדעם פירט ער אויס נאך א באמבע! מ'זאל נישט געבן פאר די אנדערע מוסדות ווייל זיי גייען צו די בחירות. איך ווייס נישט צו מ'דארף לאכן אדער וויינען? אדער אים אריינפירן אין שפיטאל? נישט מער און נישט ווייניגער דער סורר ומורה זאגט אז זיין טאטע איז געווען נשיא אויף כוללים וואס גייען צו בחירות??? פארוואס? ווייל שומרי החומות מיט קרן הצלה האבן אים נישט אנערקענט אלס כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א!! אויך ווילן זיי נישט אנערקענען אז זיין השכלה בלאט איז דער שופר פונעם יהדות החרדית! דעריבער גייען זיי צו בחירות!!! און טאקע אויף אט דעי כוללים איז זיין טאטע מיטן פפפפפעטטטטר געווען נשיא!!!!! שומו שמים!!!
דערנאך פירט ער אויס זיין דרשה אז מ'זאל נאר האלטן אין שטוב דעם פישקע פון כולל עצי חיים ב"ב!!! ווייל זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן אים אנערקענט אלס כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א און זיי אדווערטייזן נאר אין זיין צייטונג
נשלח ב-15/12/2009 21:28
אויף די חסידי מהר"א איז בכלל נישט קיין שאלה פארוואס זיי זענען קעגן א כולל וואס שטיצט זייערע שונאים קיינער פון אייך איז נישט אנדערש.
נשלח ב-15/12/2009 21:33
נפל כתב:
אויף די חסידי מהר"א איז בכלל נישט קיין שאלה פארוואס זיי זענען קעגן א כולל וואס שטיצט זייערע שונאים קיינער פון אייך איז נישט אנדערש.
שקר אינז שטיץ מער כולל שמרי החומות אפי' זיי אדווערטייזן אין בלאט יעדע וואך
דע בני יואל האבן אלע יארן געשטיצט אלע מוסדות אפי' אינזער רבי די ברך משה איז געווען נשיא ביי קרו הצלה אין יטב לב אין שומרי החומות אין אזוי ווייטער קיינער האט נישט די מידות ואס דער סבלן הדור האט
נשלח ב-15/12/2009 21:55
סענדער, ווען ער זאגט "אינדערהיים", מיינט ער אין יוראפ, נישט אינדערהיים אין בארא פארק.
ער זאגט נישט אז מ'טאר נישט שטיצן די אנדערע, ער זאגט נאר אז ס'אלס אזוי געווען אז יעדער האט געשטיצט נאר זיין היימישע צדקת ר' מאיר בעה"נ, און דער כולל אין בני ברק איז מיסודו פון זיין זיידע פון סיגעט, ממילא איז זייער פאסיג אז פאר אנ"ש סיגעט סאטמארע חסידים זאל שטיצן דער צדקת רמבעה"נ, איבערהויפט אז די אנדערע זענען תומך משפחות וואס דאס רוב גייען צו די בחירות.
וואס איז שלעכט מיט דעם?
נשלח ב-15/12/2009 21:55
דאס פרעגט נאך נישט אפ די ארוינים, די ווילסט זאגן אז די ביסט א גרעסערע וותרן? פיין, פארט איז פארשטענדליך אויב די ארוינים ווילן נישט שטיצן א ארגאזאציע וואס רודפ'ט זייער רבי.
נשלח ב-15/12/2009 22:04
קיינער האט נישט געזאגט ס'איז שלעכט!!! אויך האט קיינער נישט געזאגט אז אראפנעמן די פישקעס פון ציון ווי דער ברך משה פלעגט אריינווארפן געלט- איז שלעכט!! אלעס איז גוט אלעס איז פיין!