בית פורומים אידישע געדאנק

אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2009 22:13 לינק ישיר 

מ'האט נישט אראפגענומען די פושקע ביים אוהל, ווייל דער ברך משה פלעגט דארט אריינווארפן געלט, נאר ווייל דער מוסד האט זיך מחבר געווען מיט די עלעמענטן וועם דער ברך משה האט אנגערופן ווערעמדיג און לאבאצעס.

פארדעם איז טאקע אלעס פיין און וואויל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 22:20 לינק ישיר 

סקאט בגשמיות איז זייער פארשטענדליך וואס די ארוינים טון אבער ברחניות איז דאס א צריך עיון גדול מאוד! וואס זענען די בליטיגע ארימעלייט אין ארץ ישראל שולדיג אז די מנהלים אין ניו יארק ווילן זיך נישט ברעכן פאר די ארוינים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 22:23 לינק ישיר 

נפל זאגט זייער גוט וואס זענען די עניים אין א"י שילדיג אז שלמה מייער אדווערטייזט אין דער איד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 22:30 לינק ישיר 

די קשיא זאלט איר פרעגן די הנהלת המוסד שומה"ח, וואס פאר א שווארץ יאר גייט זיי אזוי בנפשו צולייגן עדס אין א צייטונג וואס איז פוגע בכבודו אין איינע פון די סגן-נשיאים בבזיון איום נורא, שטעלט אייך פאר, מ'עפנט אויף דער צייטונג איין זייט פונעם צייטונג ליינט מען אז אהרן איז א רשע און חוטיא ומחטיא, און מ'מישט איבער דעם בלעטל ליינט מען א עד פון שומרי החומות, ליגט דען נישט א רוחניות'דיגע חיוב מצד די חסידי ר' אהרן צו שיצן אויפן כבוד פון זייער רבי'ן, ווער דען זאל עס טאן אויב נישט זיינע תלמידים וחסידים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 22:41 לינק ישיר 

זיכער דארף א תלמיד שיצן אויף די כבוד פון זיין רבי, די שאלה איז אויב דאס איז איך גילטיג ווען דאס גייט אויף די חשבון פון עניי ארץ ישראל.

איך בין מסכים אז די הנהלה בא'עוולה'ט די אהרוינים, מיין שאלה איז, גיבט דאס רעכט צו טריצן קעגן עניי ארץ ישראל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 23:11 לינק ישיר 

די הנהלה זענען די וואס טריצן מיט די עניי אר"י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/12/2009 23:33 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי די כוללים אהבת ציון אין חיבת ירושלים וועמען צד מהרז''ל האט אראפגערוסן די צעטליך אין נישט געלאזט שטעלן א טישל אין אויסרופן אין זייערע שולן ''פארען חטא פין זיך האלטען נייטראל אין נישט געלייגט אין ביידע צייטונגען'' זענען נישט קיין צדקת רמבעה''נ.....

פאר צד מהרז''ל שרייט אויף צד מהר''א זאלען זיי אליין ענטפרן אויף אלע תגובות וואס זיי האקען אויף צד מהר''א

(כ'ווייס אז אסאך בחורים וועלן טרעפן מעכטיגע חילוקים, אבער איין חילוק איז זיכער, אז צד מהר''א האט געשיקט בריווען מיט קלארע הסברים אז זיי קענען נישט לאזען אין זייערע שולן א פישקע וואס שטיצט א צייטונג וואס גייט נישט דורך קיין וואך ווי זיי זאלען נישט האבען ארטיקעלען קעגן זייער רבי'ן, היבש אפאר  וואכען פאר די תקנה איז אריין אין קראפט אין צד מהרז''ל האט אן קיין שום ווארענונג בויקאטירט די 2 כוללים)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2009 01:32 לינק ישיר 

איינעם וועם מ'קען נישט פארשטיין דא איז שומרי החומות, אלע ווייסן אז 'ביזנעס ביפאר פלעזשאר', פארוואס גייט זיי אין לעבן דייקא יא צו אדווערטייזן אין דער איד אין די צייט וואס ס'מאכט זיי שאדן געלט, מיטן פארלירען אלע אהרונים וועלכע גייען זיי מער נישט שטיצען.

(חוץ אויב זיי האבן מורא אז אויב זיי וועלן נישט אדווערטייזן וועלן זיי פארלירן די זאלוינים, בלייבט אבער נאך אלס שווער פארוואס האבן זיי איינגעזעהן איבערצולאזן די אהרונים און זיך לעקן צו די זאלונים?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2009 08:18 לינק ישיר 

פארקיסט, מוטשע דיך נישט אזוי שטארק, ס'איז גאנץ פשוט, כולל שומרי החומות האט ווארשיינליך איבער געקוקט זייערע חשבונות, וואו זיי דערלייגן מער ווען זיי שטעלן זיך אויף די אנדערע זייט, און זיי האבן אנטדעקט אז ביי די אהרונים האבן זיי נישט וואס צו דערלייגן, ווייל זיי שטיצן ממילא "נאר אנ"ש".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 19:18 לינק ישיר 

[quote]

ביטע רופט 718-305-6942-4425# יענע דרשה פון מהר"א איז א טאטאלע סתירה מיט דעם אשכול!
 
גארנישט קיין אולטימיטאם'ס נישט מער און נישט ווייניגער מהר"א באפעלט דארט יעדער זאל מאכן אין זיין שטוב אן על ביעור חמץ אויף אלע פישקעס פון ר' מאיר! אויסער די פישקע פון זיין כולל עצי חיים אין ב"ב!!!

.........................


דערנאך פירט ער אויס זיין דרשה אז מ'זאל נאר האלטן אין שטוב דעם פישקע פון כולל עצי חיים ב"ב!!! ווייל זיי זענען די איינציגסטע וואס האבן אים אנערקענט אלס כ"ק אדמו"ר מ'סאטמאר שליט"א און זיי אדווערטייזן נאר אין זיין צייטונג
[/quote]

נאך אזא דרשה איז פארשטענדליך אז געלט וועלן זיי פון די אהרוינים נישט מאכן, מהר"א זאגט קאלר "מיר אמעריקאנע אידן האבן נישט קיין שום שיעבוד צו שטיצן קיין איינער פון די אלע כוללים רמבעה"נ, מיר דארפן זיך ארגאניזירן און שטיצן אונזער אייגענע כולל, די כולל פון אנשי שלומינו אין בני ברק".

צודרייט דארפן זיין די הנהלה נישט צו טון אלעס און די וועלט צו געפעלן פאר די זאלי'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 19:42 לינק ישיר 

איז טאקע דאס דער איינציגער וועג צו געפעלן די זאליס צו עדווערטייזן אין אזא ווילדע עקסטרעמע צייטונג וואס וואך איין וואך אויס באשמיצן זיי פערזענליך ר' אהרן ווי זיי רופן איהם "רשע" "חוטא ומחטיא" "עבודה זרה".

פארוואס זאל שומרי החומות, וואס איז אפציעל נישט קיין "סאטמארע" מוסד, זיך אזוי טיף איינטינקען אין די סאטמארע טינופת.

די האלטס פון ר' זלמן לייב, געזונטערהייט, אבער פארוואס מוז מען דוקא טשעפען ר' אהרן מיטן שטיצן אזא פאליטישער צייטונג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 19:49 לינק ישיר 

איך וועל בעסער איבערפרעגן די קשיא:

אויב פאר די אייגענע הנהלה פון שומרי החומות איז וויכטיגער צו "טשעפען" מיט ר' אהרן ווי איידער צו שטיין אינדרויסן אין בלויז זיך זארגן פאר זייער מוסד, דאן ווי אזוי קענסטו ערווארטן פון א פרעמדער מוסד, די אהרונים, זאלן זיך ענדערש זארגן פאר דעם זעלבן פרעמדע מוסד, ווי איידער צו "שיצן" אויפן כבוד פון זייער אייגן רבי.

דו"ק היטב אין די קשיא וועט איר זעהן אז עס איז אייזן פעסט אין להשיב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 20:09 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
איך וועל בעסער איבערפרעגן די קשיא:

אויב פאר די אייגענע הנהלה פון שומרי החומות איז וויכטיגער צו "טשעפען" מיט ר' אהרן ווי איידער צו שטיין אינדרויסן אין בלויז זיך זארגן פאר זייער מוסד, דאן ווי אזוי קענסטו ערווארטן פון א פרעמדער מוסד, די אהרונים, זאלן זיך ענדערש זארגן פאר דעם זעלבן פרעמדע מוסד, ווי איידער צו "שיצן" אויפן כבוד פון זייער אייגן רבי.

דו"ק היטב אין די קשיא וועט איר זעהן אז עס איז אייזן פעסט אין להשיב.


עדווערטייזט דען נישט שומרי החומות אין דער בלאט ווי דארט שטייט כסדר א קעגען די רבי אין רבנים פין מהרז"ל זייט מיטדעם אלעמען זע איך נישט אז זיי זאלן דעס טיען פאר שורי החומות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 20:25 לינק ישיר 

קודם, וואו קומט דא דער בלאט אריין, ס'נישט דער בלאט וואס האלט זיי פאר פארן עדווערטייזן אין דער איד, ס'איז קהל יטב לב, מצד קהל יטב לב זאלן זיי נישט עדווערטייזן אין דער בלאט אויך נישט, אזוי ווי זיבנבערגן האט געטאן, און דאס איז שוין ידוע לכל אז דער בלאט בעה"ב איז ברוגז אויף דעם קאמפיין, אבער פאר חסידי ר' אהרן איז וויכטיגער דער כבוד פון זייער רבי ווי דער בלאט

שנית, דער בלאט איז ווייט נישט אזוי עקסטרעם אין אזוי פערזענליך קעגן ר' זלמן לייב ווי דער איד קעגן ר' אהרן.

שלישית, דאס וואס די זאלוניס אונטערסירט נישט די כבוד פון זייער רבי'ן, מיינט נאך נישט אז אנדערע חסידים דארפן לאזן זייער רבינס כבוד לחרפה ולבזה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2009 21:30 לינק ישיר 

סקאט, איך וועל פראבירן צו ציילן מיט דיר 1+1

סאטמאר, די גרעסטע אפטיילונג פון שטיצער פונם כולל איז צוטיילט אין 2

איין צד האלט נישט ביים שטיצן דעם כולל צוליב דעם וואס זייער מנהיג האט געפאדערט אז מען זאל שטיצן נאר די אייגענע כולל יטב לב אין בני ברק

פארוואס זאל די הנהלה - וועמענס גאנצע אינטערעסע איז צו שיקן ווי מער געלט פאר עניי ארץ ישראל - נישט מעגן גיין צום אנדערן צד און סאטמער - וועלכע זייער מנהיג האט נישט אויסגערופן א בויקאט קעגן דעם כולל - און בעטן שטיצע? שפיל נישט טאמעוואטע, ווען די הנהלה וויל אפעלירן פאר געלט און די צד פון סאטמאר וועלכע שטיצט נאך יא דעם כולל איז די פלאץ פאר דעם אין די צייטונג וואס ווערט געליינט דורך דעם צד. פארדעם איז נישט קיין קשיא פארוואס די הנהלה טוט וואס זיי טוען.

די קשיא איז נאר פון ווי די ארוינים נעמען די גאא-טס צו טשעפען רמבעה"נ און טשעפען די פושקע פונם חתם סופר. מהר"א האט געהייסן שטיצן די "אייגענע" און נישט אנדערע? יא! דארפן זיי אנקומען צו די געלט פון די זאלי'ס? יא! פארדעם דארפן זיי עדווערטייזן אין דער איד! די ארוינים ווערן געטשעפעט דורך דעם? ווענד זיך ווער... אבער אפילו ווען יא... גיבט דאס א רעכט צו שטעפען עניי ארץ ישראל וועגן א ביזנעס דיסיזשין פון די אמעריקאנער הנהלה? לכאורה נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.