בית פורומים אידישע געדאנק

אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/12/2009 19:04 לינק ישיר 

איך האב געמיינט טאקע די גאליציאנער כולל, מיט אנטשולדיגונג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 19:50 לינק ישיר 

שומרי החומות ארבעט קלוג מיט נישט נעמען קיין צד אין עדווערטייזען ביי יעדעם
חיבת ירושלים האט זיך באגראבען מיט נעמען צדדים איבעראל, קיין געלט ברענגט עס נישט אין איך גלייב איז שומרי החומות מאכט נאך גענוג געלט ביי די באזעצענע אהרונים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 19:57 לינק ישיר 

פארוואס עדווערטייזן אין ביידע איז "נישט" נעמען א צד און עדווערטייזן אין קיין איינע איז "יא" נעמען א צד,

דער שכל זאגט פארקערט, עדווערטייזן אין ביידע איז פונקט ווי זאלסט דערלאנגן א פראסק פאר ביידע, און עדווערטייזן אין קיינע געבסט פאר קיינעם קיין פראסק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:13 לינק ישיר 

איך האב אלע מיינע יארן געוויסט אז דע בני יואלע זענען עקסטרמיסטן יעצט זע איך אז זיי קענען זיך פארשטעקן אין א מייזען לאך אקעגען די ארונים מיט זייער עקסטרמיסטיש'קייט

דע בני יואלע האבן אריין געכאפט פין יעדעם פין דע רבנים וואס האבן נישט געקענט ביישטיין דע טעראר אין אפגערעדט פין דע צייטונג דער איד יעדע וואך איז געשטאנען דאס ערגסטע אקעגן זיי מיט זייערע רבנים אין מיט דעם אלע זאכן איז אייביג געווען ביי זיי די פישקעס פין שומרי החומות אין יטב לב אין קרן הצלה אין אזוי ווייטער אפי' יעדער ווייסט ווער סאיז געווען נשיא אין סגן נשיא ביי דע אלע צדקות אין מוסדות אין דע בני יואלע האבן געהאט דע אלע פישקעס אין אין זייערע בתי מידרשים איז געווען דע אלע פישקעס

אין אלע ארונים קענען נאך שרייען אז בני יואל איז עקסטרמיסטן סאיז נאכנישט געווען אזאליכע עקסטרעמיסטן ווי דע כת חלה דעקליך


תוקן על ידי יוספ7 ב- 17/12/2009 20:05:17




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:33 לינק ישיר 

פאר מיר פערזענליך איז קיין נפק"מ ווי דער כולל אדער יענער כולל עדווערטייזט יא אדער נישט! איך שטיץ שומרי החומות אלס א אונגארישער אפשטאמיגער, איך שטיץ חיבת ירושלים צוליב דעם וואס אונזערע רבי'ס לבית זידיטשוב קאמארנע זענען געווען גאליציאנער און דער הייליגער רבי ר' אייזיקל זידיטשובער איז געווען פון די ערשטע נישואם און א הייסער שטיצער.

איך פארשטיי אז א עד איז סך הכל א וועג פון ברענגען געלט simple as it is מיט דעם וואס איינער פון די כוללים עדווערטייזט אין דער בלאט רופט ער נישט אויס מלחמה קעגן די זאליס, סך הכל רופן זיי אויס צו די ארוינים "מיר דארפן געלט פאר עניי ארץ ישראל" און די זעלבע איז ווען זיי עדווערטייזן אין דער איד. ווען איך זאל ווען זיין אין די הנהלה פון איינער פון די כוללים וואלט איך פארפירט אז מען זאל עדווערטייזן אין ביידע! א עד איז א מיטל פון ברענגן געלט ותו לא!

סקאט, איין זאך איז זיכער, אז נישט מהרז"ל און נישט קיין שום אפיציעלער ווארט זאגער פון די זאלי'ס האבן גערעדט אדער געשטעלט פיסלעך קעגן קיינער פון די כוללים! יא, עטליכע זאלי'ס האבן אראפגעריסן די פלאקאטן אין די זאלי בתי מדרשים, דאס איז א פארשטענדליכע אקט אין יעדע גרויסע חסידות, איבעראל זענען פארהאן היץ קעפ. פארט האט קיינער נישט געהייסן אויפהערן שטיצן און ארויסווארפן פישקעס און קיינער האט נישט געווארפן פישקעס דאס הייסט אז מהרז"ל שווייגט!

פון די אנדערע זייט האט מהר"א "אליינס" געזאגט פאר זיין עולם אז מען זאל נישט שטיצן קיין איינער פון די כוללים נאר "די אייגענע כולל אין בני ברק" און די אפיציעל הנהגה האט אויסגעריסן פישקעס און יעצט סטראשעט די אפיציעלע הנהגה אז זיי וועלן הייסן זייער עולם ארויסווארפן די פישקעס אויך פון די הייזער, דאס הייסט אז ענק האבן נקמה גענומען אין עניי ארץ ישראל פאר אייגענע אינטערעסן!

ווען איינער פון די כוללים עדווערטייזט אין "ביידע" איז דאס נישט געמישט, פונקט ווי די פארשטייסט אז זיי דארפן עדווערטייזן אין "מחנה החרדי" ווייל זיי דארפן אנקומען צו בעלזא געלט וכו'. אבער נישט עדווערטייזן אפילו אין "ביידע" איז שוין יא געמישט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:56 לינק ישיר 

ר' אהרן האט בלויז געזאגט אז מ'דארף זיין משעובד צו בלויז 1 רמבע"הנ פושקע, ווייל אזוי איז אלס געווען, און דער סיגעטער פושקע וואס איז נתייסד געווארן נאך פון זיין זיידע און וואס זיין טאטע האט איבערגעפלאנצט בערוב ימיו, איז פאסיג פאר סיגעט סאטמאר חסידים זיך צו משעבד זיין און די אנדערע נישט,

אבער ער האט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן די אנדערע פושקעס, ער האט קיינמאל נישט געהייסן בויקאטירן די אנדערע פושקעס, ס'קיינמאל נישט געקומען קיין שום הוראה נישט פון ר' אהרן און נישט פון זיין קהלה אז מ'זאל מער נישט געבן קיין געלט פאר די אנדערע כוללים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 20:59 לינק ישיר 

סקאט, אלעס ביז שקר, פרעכע שקר קען איך נישט דערליידן (סארי פאר די ווילדע ווערטער אבער די האסט הפעם איבערגעטריבן)

אין איינער פון די פריערדיגע תגובות האט איינער געברענגט א טעל. נומער מיט א דרשה פון ר' אהרן ביטע הער אויס די דרשה און דערנאך קום פארצייל מיר וואס ער האט יא און וואס נישט געזאגט.

עס איז געקומען א הוראה פון ר' אהרן'ס קהלה (דאס אליינס אז די אפיציעלע קהלה טוט דאס ווייזט לכאורה אויף א הסכמה פונם מנהיג) אז מען זאל ארויסווארפן פישקעס פון בתי מדרשים און זיי האבן טאקע אזוי געטון! משא"כ די זאליס האבן איין איין פשיקע נישט ארויסגענומען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 21:00 לינק ישיר 

אויב איז עס טאקע נישט וועגען פאליטיק פארוואס איז ער קליגער פין אינזערע רביס? ווי למשל געב א קיק אריין אין די דינער תורות קיק דע לשונות וואס די רבי ניצט פאר כולל שמרי החומות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 21:11 לינק ישיר 

ווער_איז, דאכט זיך אז דעמאלטס האט נאך נישט עקזיסטירט דער סיגעטער כולל, ממילא איז שומה"ח געווען די איינציגסטע כולל די מערסטע געאייגנט פאר סאטמארע חסידים, אבער יעצט אז דער ברך משה האט שוין איבערגעפלאנצט זיין טאטענס כולל נעמט דער נייער כולל איבער דאס ארט פון שומה"ח

און איך האב נאכמאל אויסגעהערט ר' אהרן'ס דרשה, די איינציגע ווערטער וואס קוקט אפשר אויס אז ס'קעגן שומה"ח  ווי ער זאגט אז מ'איז נישט משעובד צו די אנדערע כוללים, דאס אלעס, ער זאגט נישט שומה"ח, ער זאגט אלע, און "נישט משועבד" מיינט נאך נישט ארויסווארפן פון די שטיבער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 21:32 לינק ישיר 

ער זאגט דארט נאך אפאר זאכן

מיר זענען נישט משעובוד צו קיין איינער. מען זאל שטיצן דווקא די היימישע כולל אונזער כולל די כולל אין בני ברק, אינדערהיים האט מען אויך געשטיצט "נאר איין" כולל...

די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישעקס אין עטליכע פון ענקערע בתי מדרשים? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישקע פון די אוהל אויפן ביה"ח אין קרית יואל? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן געגעבן א אלטימאטום פאר שומרי החומות?

צד מהרז"ל האט נישט געטון "קיין איינס" פון די שריט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2009 21:33 לינק ישיר 

למעשה מאכט נאך כולל שומרי החומות דאס מערסטע געלט אפילו ביי די סאטמארער קרייזען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 00:42 לינק ישיר 

סקאט פארוואס זענט איר אנטלאפן? איך האב זייער הנאה געהאט פון די שמועס ביז יעצט, ווער מיר נישט נעלם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 17:29 לינק ישיר 

יוספ7 כתב:
איך האב אלע מיינע יארן געוויסט אז דע בני יואלע זענען עקסטרמיסטן יעצט זע איך אז זיי קענען זיך פארשטעקן אין א מייזען לאך אקעגען די ארונים מיט זייער עקסטרמיסטיש'קייט

דע בני יואלע האבן אריין געכאפט פין יעדעם פין דע רבנים וואס האבן נישט געקענט ביישטיין דע טעראר אין אפגערעדט פין דע צייטונג דער איד יעדע וואך איז געשטאנען דאס ערגסטע אקעגן זיי מיט זייערע רבנים אין מיט דעם אלע זאכן איז אייביג געווען ביי זיי די פישקעס פין שומרי החומות אין יטב לב אין קרן הצלה אין אזוי ווייטער אפי' יעדער ווייסט ווער סאיז געווען נשיא אין סגן נשיא ביי דע אלע צדקות אין מוסדות אין דע בני יואלע האבן געהאט דע אלע פישקעס אין אין זייערע בתי מידרשים איז געווען דע אלע פישקעס

אין אלע ארונים קענען נאך שרייען אז בני יואל איז עקסטרמיסטן סאיז נאכנישט געווען אזאליכע עקסטרעמיסטן ווי דע כת חלה דעקליך


תוקן על ידי יוספ7 ב- 17/12/2009 20:05:17



ישר כח יוספ7



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/12/2009 17:41 לינק ישיר 

איך האב געפינען נאך גרעסערע עקסטרמיסטן הלא הוא דער מהרי"י רבי, וואס האט זיך  צישלאגן מיט צדקת רמבעה"נ פארן "נישט" עדווערטייזן אין א צייטונג.


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 18/12/2009 17:41:41




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/12/2009 17:47 לינק ישיר 

סקאט איך האב דיר געפרעגט א קשיא, זעט אויס אז עס איז דיר גרינגער איבערצוקייען דיינע ווערטער מיט פארמאכטע אויגן ווי איידער קוקן דאס מציאות גלייך אין פנים אריין

די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישעקס אין עטליכע פון ענקערע בתי מדרשים? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן ארויסגעריסן די פישקע פון די אוהל אויפן ביה"ח אין קרית יואל? די פארלייקנסט די פאקט אז ענק האבן געגעבן א אלטימאטום פאר שומרי החומות?

וועלכע פון די שריט האט צד מהרז"ל געטון? די תירוץ איז זיי האבן נישט געטון "קיין איינס" פון די שריט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אלטימאטום: אהרונים פאר שומרי החומות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 לדף הבא סך הכל 6 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.