חנוכיית האדמו''ר מסקווירא שליט''א
א קליפ וואס פירט ארום און צייגט גענוי פון נאנט, דעם הערליך שיינעם קונץ שטיק, דאס עלעגאנטע חנוכה וואנט מנורה פון האדמו''ר מסקווירא שליט''א.
מ'זעט שלשה כתרים וכתר שם טוב על גביהם, די מיטן איז א קליינעם ארון הקודש'ל, און די זייטן אונטער די זיילן זענען זילבער געשניצטע בילדער פון מקומות הקדושים בא''י.
די בעכערס אויף די קעפ פון לייבן, און נאך שיינע פיטשיווקעס לכבוד והידור המצוה.
אין די זייט ליגן די גאפלען און פענדלעך, ווי די מנורה אין ביהמ''ק.
דאס מנורה איז אביסל נאכגעמאכט דעם היסטארישער מנורה פון דעם רבינ'ס זיידעס לבית סקווירא, וואס האבן יענץ אליין באפוילען צו מאכן. און שפעטער ביי די מלחמה יארן עס באהאלטן אין א פארהוילענעם מקום, זאגענדיג. ערכתי נר למשיחי, יענע מזורה איז אוועקגעלייגט פאר ימות המשיח.
|
|