|
|
| נשלח ב-17/12/2009 21:16 |
|
| |
וואס רעטצטו? די אהרונים? גרויסע פרענקפורטער עסערס!! דער רבי אליין עסט ביי יעדן טיש 3 פרענפורטערס, מיט אסאך מאסטערד.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 22:34 |
|
| |
| נפל כתב: |  | סקאט, די סוף פון די מעשה הרג'עט אפ די זאך... די מאכסט א נאמען פאר די ארוינים אלס פרענקפוטער עסער'ס...
|
|
נפל, זיי נישט ברוגז, איך מוז דיר זאגן: איך - אלס א בלויזער ליינער (עפ"י רוב) - האב באוואונדערט אין דער אנהייב פון דיין שרייבן אז ס'איז נאך דא עפעס א נארמאלע זאלי (סארי, טאהש'ע) וואס שרייבט אראפ זיין צד אין די זאך, און ער ווייסט פון נאך עפעס אויסער "דער טמאנער חארינער מיט שמיצחאק מסור מיט גילוי עריות אין המספיק וכו' ", אבל מה אעשה, דו ביסט געווארן נאכגעשלעפט נאך דיינע ידידים.
לערן דיך אויס, נישט אלעמאל מוזטו דיך אנרופן. אז דו האסט א גוט'ס וואס איז אינטערסאנט, זאג עס. אז נישט, זאג נישט אפילו דאס וואס דו ביסט געוואוינט צו הערן אין דיין מקוה. ויונעם לך.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 23:08 |
|
| |
מנחם_מענדל, א קליינע בליק אויף די היסטאריע פון דיינע תגובות (קענסט דאס טרעפן אויף דיין דף משתמש) צייגט אן וואספארא "בלויזע ליינער" די ביסט... די האסט אויף דיין רעזעמי א היבשע פראפאגאנדע אשכולות לטובת די אהרוינים וואס די האסט געפענט, אויך אויב גייט מען אריין אין די תגובות וואס די האסט געשירבן אין פורום אחים אנחנו (לעבט שוין נישט, זעט אויס עס איז געווען א זאלי פורום) קען מען דארט טרעפן גאנץ אסאך ראדיקאלע תגובות.
דריבער, אטאקיר נישט דורך אוועקשטעלן א פאלשע יסוד...
בקיצרו הדברים... ווען סקאט מאלען שרייבט אז ענקער רבי עסט פרעקפוטערס... שרייבט ער פיין, ווען איך שרייב אז ער שרייבט נעריש שרייב איך נעריש...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 23:27 |
|
| |
מנחם_מענדל, א קליינע בליק אויף די היסטאריע פון דיינע תגובות (קענסט דאס טרעפן אויף דיין דף משתמש) צייגט אן וואספארא "בלויזע ליינער" די ביסט...
איך האב שוין היבש לאנג נישט געשריבן, עפ"י רוב ליין איך נאר, עפעס איז דיר שווער?
די האסט אויף דיין רעזעמי א היבשע פראפאגאנדע אשכולות לטובת די אהרוינים וואס די האסט געפענט, אויך אויב גייט מען אריין אין די תגובות וואס די האסט געשירבן אין פורום אחים אנחנו (לעבט שוין נישט, זעט אויס עס איז געווען א זאלי פורום) קען מען דארט טרעפן גאנץ אסאך ראדיקאלע תגובות.
איך זאג דיר קלאר: איך בין א חסיד, און איך שרייב איינזייטיג. (ראדיקאל? דאס נישט). [נאר דאס יא, איך זאג וואס איך בין, איך האב קיינעם נישט איינגערעדט אז איך בין א פשעווארסקער...]
בקיצרו הדברים... ווען סקאט מאלען שרייבט אז ענקער רבי עסט פרעקפוטערס... שרייבט ער פיין, ווען איך שרייב אז ער שרייבט נעריש שרייב איך נעריש...
דיין שכל איז באגרעניצט? אדער דו שפילסט נאר...
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 00:38 |
|
| |
פערזענליכע וויכוחים קענסט פירן מיט מיר אין אישי, איך וועל ווייטער נישט רעאגירן צו די סארט אטאקעס אין פאבליק. מיר איז ליבערישעט צו רעדן דא פון דער בלאט.
איך האב א שאלה, פארוואס הערט מען יעדע שטיק צייט אז גראסערי'ס אין וו"ב און ב"פ ווארפן ארויס דער בלאט? איז דען נישט רוב וו"ב סיי ווי אהרוינים? ווי אזוי קען זיין אז אין א שטאט ווי רוב איינוואוינער זענען ארוינים זענען "אלע" גראסערי'ס זאליס? פארוואס הערט מען נישט פון גראסערי'ס וואס ווארפן ארויס דער איד?
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 17:58 |
|
| |
די פשוטער סיבה דערצו איז אז די זאלי'ס האַסן אסאך מער דער בלאט ווי די אהרונים דער איד, און בעיקר, די אהרונים גייט נישט אן אז דער גראסערי פארקויפט דער איד, עז לאנג ער קען פאר זיך קויפן זיין צייטונג דער בלאט. די זאלי'ס זענען אבער באוויסטע שלעכטע מענטשן, ווען זיי זעהן דער בלאט פאר זייערע אויגן קומט זיי ארויף דאס בלוט אין קאפ, די ערשטע זאך לויפן זיי סטראשען דעם געשעפט אז אויב פארקויפט ער ווייטער דער בלאט הערן זיי אויף קויפן.
פרעג זיך נאך ביי די אלע געשעפטן. די אהרונים למעשה סטראשען קיינמאל נישט (און איך רעדט נישט פון די קהלה, איך רעדט פון אינדיווידיואלע מענטשן) אויב יענער פארקויפט "אויך" דער איד. די זאלי'ס אבער וועלן אויפהערן קויפן ביי א געשעפט וואס פארקויפט "אויך" דער בלאט וויבאלד זיי זענען שלעכטע און געמיינע פערזאנען וואס אויב יענער איז נישט אינגאנצן מיט דיר ברויך מען אום פארטיגן און מער נישט שטיצן.
דערפאר. די איינציגסטע ווועג אז די געשעפטן זאלן פארשטיין אז זיי ברויכן פארקויפן "אויך" דער בלאט איז דורך ניצן די עצה פון די זאלי'ס און קומען מיט א קאנטער סטראשע אז מ'גייט זיי בויקאטירן. מיר זענען וואוילע שעפעלעך און פירן נישט קיין מערכות. מיר ליידן נאר דערפון. ווי העוו טו סטיק אפ פאר אוער רייט'ס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 18:46 |
|
| |
לעבעדיגער
טיארעטיש שרייבסטו זייער גוט אבער דאס שטימט נישט מיט די מציאות הקיים
די מציאות הקיים איז אזוי:
די אהרוינים האבן געשיקט אפיציעלע בריוון צו אלע מוסדות התורה אז ווער עס מאכט ביזנעס מיט "דער איד" וועט נישט קענען מאכן ביזנעס מיט די אהרוינים. די זאליס האבן דאס נישט געטון, דאס צייגט אז אין מציאות באדער דער איד פארן די אהרוינים מער ווי דער בלאט באדערט פאר די זאליס, די סך הכל איז אויך אז די אהרוינים זענען אין דעם ענין מער מיליטאנטיש ווי די זאליס.
די ביסט א מודה במקצת אז די קהלה יא, נאר די טענה'ס א אינדוויואלע נישט... אין פאקט, טרעף מיר "דער איד" אין אהרוינישע גראסערי'ס אין קרית יואל... דאס מיינט אז אינדיוויואלען זענען אויך מיליטאנטיש אין דעם נושא נישט נאר "די קהלה".
וויפיל מאל האבן די זאלי'ס "ארויסגע'גנב'עט פון די גראסערי'ס און פארברענט" דער בלאט? קיין איין מאל נישט! וויפיל מאל האבן די אהרוינים ארויסגע'גנב'עט דער איד פון די געשעפטן און פארברענט? לכה"פ 2 מאל (קען זיין מער, איך עכ"פ ווייס פון 2 מאל)
דאס אלעס פרעגט נישט אפ די כעס וואס די אהרוינים האבן קעגן גראסערי'ס וואס פארקויפן נאר דער איד. אבער פארקויף מיר נישט אז די אהרוינים זענען ליבעראל צו דער איד און די זאליס זענען מיליטאנטיש צו דעם בלאט ווען די מציאות איז פינקט פארקערט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 01:29 |
|
| |
ביי די ארונים וועסטו זעהן א שטארקע ווארימקייט צו יעדע פאזעטיווע זאך
לדוגמא, ווער סאטמערע רבי שליט''א האט אויפגעפאדער אז יעדער זאל זיך באטייליגען מיט $1800 לקדושתן של ישראל, איז געווען אימגעווענטליכע געדרענג צו קענען אריינטרגען די געלט צום רבין שליט''א
אבער ביי א נעגעטיווע זאך, איז זייער שווער אויפצוטרייבען די ארונים, למשל אויב וועט קומען א ארוני אין פארלאנגען פין אלע ארונים מ'זאל מאכען פאני קאלס פאר א זאלי'ס דאן וועט ער דארפען זייער שווער ארבעטן,
משא''כ ביי די זאלי'ס איז פינקט פארקער
ביי די ארץ החיים קאמפיין, ווייסט נעבעך יעדער וויפיל מענטשן האבען געצאלט, אין ''וויפיל מענטשן האבען אפגעשטעלט די פעימענטס ביי פאיע רב אדער ביי די אנדערע פעלער'' טראץ די מעכטיגע קאמפיין מיט בריווען פין די העכסטע סמכות
משא''כ ווען מ'גיבט א רוף ביי די זאלי'ס פאר פאני קאלס, דארף איך קיינעם נישט זאגען וואס יענער באקומט, די טלעפאן'ס אין קווינס ווערן ביזי וכו'
אין דאס איז די סיבה פארוואס די ארוינישע גראסערי'ס אין וומ''ס האבען (דערווייל) ע''פ רוב נישט ארויסגעווארפען דער איד,
אין מציאת איז אין וומ''ס דא צווישען 30 אין 40 גראסעריס אין די געציילטע גראסערי וואס ביי זיי איז פאליטיק וויכטיגער ווי ביזנעס, דארפן די קאסטומערס עס אויך אינאכט נעמען.
וואס די זאגסט וועגן דער איד אין ק''י, מאכססטו יעדן לאכען, ווען די זאלסט וויסען וועלכע 2 גראסערי אין ק''י פארקויפן דער איד וואלסטו זיך געשעמט דערמיט, ווען אין פאקט קויפט ניטעמאל דארט א צענטל איינוואינער אין יענע קאנטינס.
אין אז מ'רעדט פין דער בלאט אין דער איד וועל איך ברענגן נאך א נקודה
יעדער ווייסט אז דער בלאט שטיצט סאטמאר אין דער יוד איז קעגן סאטמאר
יעצט ווען דער בלאט וועט האבען א ארטיקעל קעגן די זאלי'ס וועט עס זיין ממש א נייעס, עס געשעהט נאר ביי עכט הייסע צייטען.
משא''כ ווען דער איד וועט האבען נאר איין ארטיקעל קעגן סאטמאר וועט עס זיין אזא נייעס, אז סאטמארע חסידים וועלן דארפן מפשפש זיין במעשים... יעדע וואך האט ער גאנצע בלעטער ווי ער גיסט אויס זיינע ביטערע קללות אין טיפע שנאה אין דערביטערקייט קעגן סאטמאר, איין וואך זענען זיי עמלקים איין וואך צינים איין וואך משכילים אא''וו.
אין עס ווערט ערליך ג'חזר'ט דורך אלע זאלי'ס ביי גרויס אין קליין, ווי יעדער גייט עס איבער אין ביהמ''ד אין און חדר/ישיבה
דאס איז ציליב די א''ד סיבה, די זאלי'ס וועלן אייביג ציען צו נעגעטיוו
נו! פארשטייט איר שוין פארוואס דארט איז אייביג אזוי דערביטערט?
אבער חנוכה צו די הנירות וועט מען מיט די שענסטע חזנים זיי נישט קענען שלעפן... ווייל דאס איז פאזעטיוו
תוקן על ידי rebyankel ב- 21/12/2009 01:40:55
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 02:27 |
|
| |
rebyankel

גוט ארויסגעברענגט
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 02:51 |
|
| |
ר' יענקל: א הערליכע ארבעט. ו"יהודא" ועוד לקרא, האט מיר דערציילט איינע פון די בני משפחתו פון הרה"ח ח.י.ל. פון ב.פ. (א עכטע סעמפל פון א בעה"ב איד, נישט פארטייאיש, מקרב ביידע רבנים, ביידע רבנים האבן שוין געגעסן ביי אים אויף א שבת, געגעבן אסאך געלט פאר קווינס, געגעבן אסאך געלט פאר ישיבה, אבני חסד, מקוה טהרה, קרן התורה וכו'. אבער האט זייער אינזין די חינוך פון זיינע קינדער) אז פון דעם רבינ'ס פטירה ערלויבט ער נישט די איד אינדערהיים, און דער בלאט קוקט ער אדרוך אויב עס איז דא פאליטיק, און אויב יא רייסט ער עס אויס, און דאס איבעריגע ערלויבט ער.
אזוי איז דא אסאך מענטשן. איי די געשעפטן ווילן דערלייגן? עס איז זייער געשעפט, און נישט אינזער.
נ.ב. נפל, אמאל ביסטו בעסער געווען,
|
|
|
|
|