לויט ווי איך פארשטיי איז די הזמנה נישט אויף די עצם סוכסוך ווייל דארט איז קהל די 'נתבע'
נאר אויפן שרייבן מסור.
כ'גלייב נישט אז עס באדערט פאר ר' דוד (ווער עס קען אים, די זאכען גייען אים נישט אן) נאר די 3 וועלן יעצט דארפן ענטפרן.
וואס האלט דער עולם אז די 3 וואס קענען ארויסגעבן א צעטיל אויף א 'נתבע' לערכעות, (בשעת ווען ער איז מסכים 'לפנים משוה''ד' צו גיין צו די''ת אויף די סוכסיך - אן טענה'ן אין נזקקין,)
אזעלכע 3 וועלן זיך שטלען לדי''ת אדער וועלן זיי טוהן ווי די זאלי'ס אין וומ''ס?
די די"ת איז היתכן זיי האבן די חוצפה צו שרייבן אויף א איד מסור על לא עול בכפו.
די הזמנה איז פון יאקער בי"ד אין בארא פארק. זיי האבן געקאלט בעפאר די רבנים זאגן אז ס'קומט א הזמנה. ר' יואליש האט אראפגעהאקט די טעלעפאן שרייענדיג אז ער דארף נישט גיין צו דין תורה. ר' מאיר יודל האט מסביר געווען אז פאבליק סקול איז אסור און במילא איז די בית השחיטה אויך אסור אלס דינא דבר מיצרא און במילא טאר מען נישט גיין צו דין תורה. איין ר' משה בער קויפמאן האט געזאגט אז אויב מ'רופט אים צו דין תורה וועט ער קומען.
נשלח ב-17/12/2009 04:49
ר' משה בער איז דער נארמאלסטער פון אלע דריי.
נשלח ב-17/12/2009 07:23
אויב מען וועט אויפהערן מיט די גוי'אישע קארטס, וועט מען זיך שפארן אסאך מער געלט ווי די ביליגע חתונות, פון די געלט פון די לויערס, וואלט מען געקענט חתונה טויזענטער ארימע חתנים און כלות.
נשלח ב-17/12/2009 07:59
נו רעד צו דיינע קאזינס אין בני יואל.
נשלח ב-17/12/2009 19:06
יאקער בית דין?
ער איז א לץ?
איז דען דא אזא זאך?
נשלח ב-17/12/2009 19:14
פארוואס טאר יאקע נישט האבן א בית דין, פינקט ווי די די זאליס האבן א פורים בית דין, מיט א צעטל און סיינס?
באמת, פארשטייסטו אז דער אלטער ר' מנשה פרידמאן מיט נאר 3 סטודזשיס מאכן זיך משוגע און שפילן הויז???
האבן זיי געהאט אין זייער לעבן איין זיצונג? האבן זיי בכלל אמאל געלערנט חושן משפט אין זייער לעבן?
"יאקע בי"ד אין ב"פ שיקט א הזמנה פאר 3 רבנים אין קרית יואל פארן ארויפלייגן א דין מסור אויף דוד עקשטיין!"
פאקטן צו שטיצן זיין סטעטמענט ברענגט ער נישט דעריבער בלייבט נאר איבער צו ווארטן ביז ער וועט מצליח זיין צו פארשאפן א הזמנה. נאך מער, עס עגזעסטירט בכלל נישט א יאקע בי"ד!
דעריבער עצה איך פארן חשובן מחבר ער זאל נעקסט טיים עפענען א טעל ביכל און מאכן זיכער אז אזא בי"ד עגזעסטירט טאקע, און דאס זאל ער טון "איידער" ער פירקלט אן הייד פארק.
נשלח ב-17/12/2009 21:23
כ'מיין אז דער בי"ד הייסט אורח מישור.
נשלח ב-17/12/2009 21:36
מבקש, איים עם ווערי סארי, אין טעל. בוך איז נישט פארהאן אין גאנץ גרעיטער ניו יארקא בית דין מיט דעם נאמען... נעסט טיים קוק אין טעל. ביכל פאר די שרייבט א נאמען.
נשלח ב-17/12/2009 22:00
נפל.
זיי מיר מסביר. וואס דארף מען טאן צו זיין א געהעריגע בית דין.
לערנען אדער פירן דין תורות איז דאך אויסגעשלאסן. אלזא וואס דארף יא זיין, צו זיין א "עכטע" נישט מעג-ביליווע אדער פעיקע בית דין.
1) דארפן זיי האבן א סיין? 2) דארפן זיי האבן א שיינע לעדערהעט? 3) דארפן זיי האבן א מזכיר (אדער סעקרעטאר?) 4) דארפן זיי האבן א שיינע לאגא (מאנאגראם)? 5) דארפן זיי האבן א רינדעכיגע זיגל?
איך הער זאגן אז יאקא בית דין האט די אלע 5 זאכן. יעצט וואס איז דער פראבלעם.