נייפעלע, דער ר' דוד האט אריין געריקט פאר דעם פורים בי''ד א גיטס!!! אזוי אז זיי וועלן שוין צוויי מאל קלערן בעפאר זיי שרייבן און זענען מבזה יענעם על לא דבר, איינמאל שרייבט דער מישמאשער וועגן לחץ!, איינמאל שרייבט ער וועגן פיסטקייט!, און איין מאל סתם וועגן רשעות!!!, אבער ער וועט זיך אויסלערנען אביסל רעספאנסיביליטי, אז יש דין ויש דיין, און דאס אז די בני יואל גלייבן נישט אין קיין דין תורות, מאכט זיי נאכנישט בטל, יעצט וועט די וועלט זעהן זייער ריכטיגן פרצוף, לאזן זיי אנהייבן שרייען אז זיי דארפן נישט גיין צו די דין תורה מיט זייערע לעכערליכע נימוקים, זאל די וועלט זעהן מיט וואס פאר א יונגאטשעס מיר האבן צוטוהן,
רבי דוד האט דא מיט זיי שיקן א הזמנה לדין תורה געוויזן צוויי זאכן, איינס, אז ער לאכט זיך אויס פון זיי, ווייל אויב וואלט זייער געמיינער פסק עהם געארט, וואלט ער געוויס דאס געלאזט לויפן און געווארט אז דאס זאל מיט די צייט פארשווינדן, אבער נישט ביי רבי דוד, ער איז נישט פון די דערשראקענע מענטשן, איר שרייבט אז איך בין א מסור? OK, לאמיר זעהן מיט וואס איך בין א מסור, די בני יואל געבן אריין א קלאגע אין ערכאות און עפעס א ראציג בית דין שרייבט אז ער איז א מסור?, איז די וועלט טאקע הפקר?, ניין, דער רבי דוד וועט האלטן זייערע פיס ביים פייער, איר ווילט רעדן פון מסירה? וועלן מיר רעדן ביי א בית דין בישראל, זאל די וועלט זעהן ווער עס איז א מסור, ווער עס איז א הולך לערכאות, און ווער עס האלט ביים גיין צו א דין תורה,
צווייטענס, קען נאך אמאל געלונגען אז מען וועט זיי אזוי ארום צווינגען צו ברענגען דעם גאנצן סכסוך לדין תורה כאוות נפשו פון רבי דוד עקשטיין שליט''א, כאטש דאס איז א גאר ווייטע מעגליכקייט, ווייל די בני יואל גלייבן דאך נישט אין קיין דין תורה, זיי זענען געווען די ערשטע וואס האבן אריין געגעבן א קלאגע צום קארט אקעגן רבי אברהם וויעדער שליט''א זיי זענען די ארגינעלע פורצי גדר, אריין צו געבן א קלאגע לערכאות אקעגן אידן שומרי תורה ומצוות,סא, איז נישט גלויבליך אז זיי וועלן גיין צו א דין תורה, אבער זאל די וועלט זעהן מי ומי ההולכים לערכאות, למי החותמת ולמי הפסולים,
בלייבט אונז נאר צו וואונטשן פאר רבי דוד שליט''א, אל תירא ואל תחת, ה' צילך על יד ימינך, חזק ואמץ, דו זאלסט ווייטער דינען דעם ציבור ווי עס דארף צו זיין על פי התורה, ולך בכוחך זה, עדי נזכה במהרה לישועת השם בב''א
 |
|
|