|
|
| נשלח ב-18/12/2009 20:54 |
|
| |
נפל טייערע, כ'האב געטראפן א באגלייבטע מקור אז זיי האבן באקומען א הזמנה...

אגב, די ליצנות פון דעם קינדישן פאשקעוויל פארלאנגט א אפהאנדלונג פאר זיך. (איך לאז עס פאר יענקעלע).
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 21:37 |
|
| |
די מערסטע געפעלט מיר ווי זיי שרייבן אז די בני המן בי"ד, וואס איז איצט געגרינדערט געווארן צו שרייבן אויף ר' דוד מסור, שרייבט אז די אנדערע בי"ד איז קטן פון זיי...
איין זאך בין איך מודה צו זיי וואס זיי שרייבן וועגן פאלטשע רבנים, און פאלטשע בתי דינים, זאל טענענבוים, מישמאש, קויפמאן זיך קוקן אין שפיגל.
און כפי פסקם פון גדולי הרבנים הצדיקים זי"ע, ובראשם מרן ברך משה זי"ע, ומרן בעל מנחת יצחק זי"ע, להבל"ח טובים שליט"א זענען די דריי בני המן רעבנים שקצים און מוסרים.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 21:53 |
|
| |
נאכדעם וואס אונזער חשוב'ער נפל האט שוין מברר געווען אז קיין הזמנה איז קיינמאל נישט געשיקט געווארן, האט די KJ אלייענס ארויסגעגעבן א מחאה נמרצה אויף ר' דוד עקשטיין און פארן האבן דעם חוצפה צו ריפן די צדיקי הדור פון "חברי בי דינא רבה" (נישטא ווער זאל לאכן) צו דין תורה, נאכדעם וואס די דריי גאוני הדור האבן שוין לאנג מברר געווען אז גיין צו דין תורה איז ביהרג ואל יעבור.
זיי כאפן זיך נישט אז אויב גייען זיי נישט קומען צו דין תורה אדער געבן אנדערע בתי דינים וואו זיי זענען גרייט זיך צו שטעלן, וועלן זיי איין שיינעם טאג זיך טרעפן אונטערן נאמען מסרב לדין פון א בי"ד וואס האלט נאך איין דעם פסוק לשמוע בין אחיכם, און איז יא גרייט אויסצוהערן ביידע צדדים בעפארן ארויסגעבן סיי וועלכן פסק.
זאל די וועלט זעהן מיט וועם סאטמאר האט דא צוטון.
אפנערמאל וויאזוי מענטשן קענען זיך אליינס אויפשטעלן און ארויסברענגען מיט וואס פארא משוגאים מ'האנדלט דא. וואס הייסט? וואו מעג מען רופן א רב צו דין תורה?! די ביסט דאך א מבזה ת"ח! עס שטייט דאך קלאר ארויס אין שולחן ערוך אז א ת"ח טאר מען צו קיין דין תורה נישט רופן!
נישט דא קיין בעסערע פשט אויף די גמרא על כבודי לא מחיתם ועל כבוד בשר ודם מחיתם. מיינע חשוב'ע פריינט געבן אריין א תביעה בערכאות, יא, אודאי, דאס איז דאך מצוה מן המובחר, אזוי לאנג ווי מ'קען דערמיט שטויסן דעם סאטמאר'ער רבי שליט"א. ווען די ביזעם פריינט די תובעים פאלירן אין געריכט און קהל אינפארסירט דעם פסק כדי צו צווינגען די רשעים צו גיין צו דין תורה, אוי, וואו איז דאס געהערט געווארן צו צווינגען איינעם צו דין תורה?! עס איז דאך א פרייע וועלט, יעדער קען דאך טון וואס ער וויל!!! מיר גייען ארויסגעבן א פסק דין, אז ר' דוד עקשטיין איז א מסור, א וואס? יא נישט מער און נישט ווייניגער, אויב איינער פארלירט אין קאורט, טאר דער נתבע נישט אינפארסירן דעם פסק כדי יענער זאל קומען צו די"ת!!! מעג מען דען אויסהערן יענעמ'ס טענות? חס וחלילה! אזא הייליגע בית דין ווי אינז? אונזער בי"ד איז דאך מלא רוה"ק! ווי קען דען די שו"ע אונז איינטיילן אז מ'דארף אויסהערן דעם צווייטען צד בעפארן פסק'ענען?!
ואחרון הכבוד, וואו אין די וועלט איז אזאנס געהערט געווארן אז א איד ברויך גיין צו דין תורה?! אונזער בי דינא רבה - וואס האט ארויסגעגעבן א "מפורש'דיגער" פסק דין נאכדעם וואס מיר האבן "נושא ונותן" מיט די פיר ווענט און דער טשילאר און די קארפעט - איז דאך אסאך אסאך גרעסער ווי סיי וועלכן בי"ד אין דעם היינטיגן דור! פאקטיש קען זיך קיינער נישט פארמעסטן מיט אונזער גאונות וואס שטייגט איבער די זיבן הימלען!!! אלא מאי, איז דאך קלאר אז זיי זענען א "קשר בוגדים", זיי מיינען נעבעך אז ס'איז נאך דא היינטיגע צייטן אזא זאך ווי א שולחן ערוך...!!!
אויף די חברה קען מען נישט מער ווי פארלערנען דעם זוה"ק: ודא גלותא רביעאה דור דרשעים מלא נחשים ועקרבים רמאים כנחשים ועקרבים דעקרין מלי דרבנן ודיינין לשקרא עלייהו אתמר היו צריה לראש. ויפן כה וכה וירא כי אין איש דישראל באלין רשיעיא ערב רב ודא בסוף גלותא ובגין דא קץ דפורקנא נוקבא עד התהום רבה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 19:09 |
|
| |
פון די מנהלים: אלעס האט א שיעור. מען האט דיר געברענגט א קלארע באווייז. די דיבאטע איז פערטיג.
און דאס זאל אגב דינען אלס אן אזהרה פאר די וואס פארדרייען אשכולות לשם פארדרייען. אין נאמען פון די חברים אין דעם פארום (וואס זיי זענען די וואס באשליסן וויאזוי די פארום זאל געפירט ווערן. די מנהלים ענפארסן נאר דעם ווילן פון דעם ציבור) איז דאס פארבאטן.
ווי לאנג די מנהלים וועלן זען אז מען דיבאטירט די פאקטן וועט די דיבאטע קענען אנגיין, אבער איינמאל איינער וועט סתם אנפאנגען פארדרייען א קאפ וועט די דיבאטע אפגעשטעלט ווערן און ווער ס'וועט ווייטער פירן די דיבאטע וועט נחסם ווערן פאר צוויי וואכן.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/12/2009 19:46:26
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 22:00 |
|
| |
א גרויסן ייש"כ מנהל
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 22:26 |
|
| |
אויב ווילסטו מיר ארויסשפארן דארפסטו נישט האבן קיין תירוצים! Just do it
קיינער האט אין דעם אשכול נישט געברענגט קיין איין באווייז!
אבער אויב דאס איז דיין רצון וועל איך דאס נישט דערמאנען אפילו ברמז...
איך פאדער נאך אלס צו וויסן "ווער" זענען די "רבנים" וואס זענען אינטערגעשריבן אויפן הזמנה?...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 23:02 |
|
| |
עצה טובה קמ"ל, גיי פרעג די KJ אלייענס.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 23:06 |
|
| |
איך הייס נישט פרעה און מען הלאט נישט ביי מכת בכורות... שיק מיר נישט ארום ווי א נער, קענסט ענטפערן מיין שאלה? ענטפער, קענסט נישט? שווייג.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 23:20 |
|
| |
כ'האב גענצליך נישט געמיינט דיר צו וויי טון. זעהענדיג אז דא אויפן פארק באקומסטו נישט קיין ענטפער, און די ביסט זייער נייגעריג ווער די רבנים זענען, האב איך דיר געגעבן א פשוט'ן עצה: גיי פרעג די KJ אלייענס.
כל ישראל ערבים זה לזה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2009 23:25 |
|
| |
דא איז געקומען א "ברעיקינג" אז הרה"צ ר' דוד עקשטיין שיקט הזמנה, די אשכול האלט שוין ביי 40 תגובות, איך האב געפרעגט עטליכע מאל "ווער" זענען די "רבנים" וואס האבן אינטערגעשריבן די "הזמנה"? און קיינער קען נישט ענטפערן אפילו די אויך נישט.
האב איך א געוואלדיגע קשיא, הלאמיי? וואס איז די סוד?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 00:06 |
|
| |
1) א הזמנה שרייבט נישט אונטער רבנים, א הזמנה שרייבט אונטער די מזכיר פון בי"ד, אזוי ווי ביי התאחדות שרייבט ר' יצחק גליק, וכו'.
2) די בי"ד שיקט נישט קיין הזמנה צו הייד פארק, אזוי ווי די זאליס טוען אלס ווען זייער פורים בי"ד שרייבט א פאשקאוויל נאך פאר עס קומט אן צו די מענטשן צו וועם מען האט עס געשיקט, איז עס שוין אויף הייד פארק און אין דער איד.
3) די בי"ד איז נישט ווי די נייע געמאכטער פורים בי"ד פון די בני המן, וואס שיקט נישט קיין הזמנות, נאר גלייך שרייבן א פסק, פארן ריפן צו דין תורה, אדער אויסהערן די אנדערע צד.
4) די בני המן אליין שרייבן אז זיי האבן באקומען די הזמנה, זיי גלייבסטו דאך יא, טא דיין קשיא איז שוין פארענטפערט צו מען האט געשיקט אן הזמנה, נאר איצט דארפסטו אנהייבען מסביר זיין די אלטע זאלי בני המן שיטה פארוואס מען טאר ח"ו נישט קיין צו דין תורה.
5) די הזמנה קומט פונעם בדי"צ וואס ווערט אנגעפירט דורך הרה"צ הישיש מיאקע שליט"א, דער יאקע רב שליט"א איז נאך אזא תלמיד חכם פון די דריי בני המן רעבנים, גיי שטעל אפ א איד און די גאס און פרעג אים צו ער ווייסט ווער עס איז די שארמאשער צו טשאטער, ער וועט קוקן אויף דיר ווי פון די לבנה אראפ געפאלען נישט וויסן צו דאס איז א עסן, צייטונג, א רב, לאנד, גוי...
6) אז ביי דיר הייסט נאר א בי"ד איינער וואס שטייט אין די ביזנעס דירעקטארי, טא קוק דארט אריין און זיך אויף צו עס שטייט דארט די נייע בי"ד פון די בני המן, צו עס שטייט אפילו די סיין בי"ד פון די זאליס אין ווילי, ביידע שטייען נישט, טא לויט דיר זענען ביידע נישט קיין בי"ד...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 01:46 |
|
| |
חשובער געערטער מנהל הרב פרייליך שטענדיג נ"י
אזוי ווי איך זעי האסטו זיך ענדליך וואוסענדיג געמאכט צו אונזער וויי געשריי
איבער דעם וואנזיניגן פארשוין מיסטער נייפעל וחבריו זיי זענען דא אויסען אינגאנצען צוגרונד צולייגן אונזער הויעכגעשעצטער באליבטער פארום
מקען זען אויפן אופן פון זיין פרעגן און ענטפערן אז ער האט נאכנישט גראדואירט פון די קינדערגארטן אלזא פארן עתיד פון אונזער פארום איז כדאי די זאלסט זאפארט שוין מקיים פסק זיין און דעם בהמה ארויסטראסקענען פון דאנעט נישט נאר פאר צוויי וואכן נאר אויף שטענדיג
און נישט נאר דעם ניק נאר אלע זיינע אנדערע ניקס מיט אלע קינדערגארטן ניקס
מנהל מנהל מיר בעטן אייך מיר האלטן שוין נישט אויס מיט דעי פערדן אלעס האט א שיעור פערדעריי טאר נישט טאלערירט ווערן דא סאיז דא צוגעשטעלט פאר זיי גענוג פארומס מיט בלאגס דא איז געמאכט פאר נארמאלע ערוואקסענע מענטשן וואס ברענגען נארמאלע נייעסלעך מיט דעקונגען און ווערן געהעריג דעבאטירט
אחוץ וואס ער פארדרייט אשכולות דער מאכט זיך דעם גולם כאילו ער ווייסט נישט ווער איז יאקאבאוויטש לעפקאוויטש מיין שוואגער פרעגט פארציילט... די בהמה שטיק דארף שוין נעמען אן עק
אנשטאט דעבאטירן נארמאל דא = ווערט דער עולם אריינגעשלעפט אין פוסטע דעבאטעס מיט די נוירסערי קינדער און מפארברענגט די צייט מיט פוסטע קעפ
אויב די מנהלים וועלן נישט מיזה סיבה שהוא נישט עספיען נאכצוקומען אונזער פארלאנג דאן בעט איך דעם ציבור בשם דעם גאנצן פארזאמעלטן ציבור אז מען זאל נישט קאאפערירן מיט די וואנזיניגע יונגען מזאל זיי נישט אפפרעגן און ענטפערן
מזאל זיי לאזן הענגען און אפשר אזוי וועלן זיי זיך אליין גיין פון דאנעט נאך איידערן פארשפארן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 02:22 |
|
| |
ג''א מצטרף לבקשת לעקסינגטאן
אין אויב וויל נפל זעהן די הזמנה זאל ער פרעגן אין קינדער פארום, דארט שרייבען די וואס האבען געמאכט די מעחאע פאר KJ אלייענס. יענע פארום איז געאייניגט פאר זיין יארגאנג.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 17:46 |
|
| |
ענדליך נאך לאנגע הפצרות און טעפ הייס וואסער מיט שווערע ארבעט פון געוויסע ניק'ס וואס קענען זיך נישט פארמעסטן מיט פאקטן אין לעבן און ווילן מיר שטיל מאכן במקום ענטפערן לענין האט "טראק" זיך מטריח געווען און גענטפערט!
טראק זאגט אז יאקע בי"ד האט געשיקט א הזמנה!
קיין פראבלעם, איך טרעף זיך יעדע שטיק צייט מיט יאקע רב בכבודו ובעצמו, איך וועל אים פרעגן דערוועגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 18:13 |
|
| |
ווייסט איינער אויב די דריי ריזיגע גדולי דור האבן שוין עפעס געענטפערט פאר'ן בי"ד?
|
|
|
|
|