| נשלח ב-17/12/2009 17:46 |
|
| |
"די וואך" אויסגאבע נומער 1
אין די קומעדיגע שעות וועט אין אלע אידישע געגענטער אין ניו יארק אין ניו דזשערסי אנגעהויבן פארשטפרייט צו ווערן, דער נייער אויגפארכאפענדען וועכענטליכע מאגעזין "די וואך", דער מאגעזין באשטייט פון בילדער פון געשענישן אין אלע רבישע הויפן און נאך, אין פארמאגט א זעלטן שיינעם אויסשטעל מיט הערליכע גרעפיקס. אזאנס ווי דער נייער אויסגאבע איז נאך ביז היינט נישט געוועהן, ווען דער גאנצע אויסגאבע פון דעקל צו דעקל איז אינגאנצען אויפן שטייגער פון אונזערע אמעריקאנער אידן, אנגעהויבן ביי די בילדער, ווי עס וועלן געדעקט ווערן אונזערע היימישע רבנים בעיקר פון אמעריקא, די הערליכע גרעפיקס וואס זענען אויף א ריינעם איידעלן חסידישן סטיל, די קעפלעך זענען אין אידיש, די לעצטע פאר עמודים פונעם גליון זענען אזעלכע בילדער וואס וועלן קאסטן א שמייכל פאר די ליינער, אין בכלל וועלן קינדער אין פרויען קענען הנאה דערפון, אין וועלן זיך גארנישט נישט דארפן פלאגן צו פארשטיין ווארים די טעקסט איז דאך אין אידיש. דער פרייז דערפון איז צוויי דאללער, עס איז וויכטיג ארויסצוברענגען אז "די וואך" שטייט אצינד ביים ערשטן אויסגאבע, וואס הגם ס'איז א הערליך געלונגען שטיקל, איז דאס געמאכט געווארן אין א יאגעניש, אין ס'איז דאס בלויז א טייל וואס איר וועט זעהן אין די קומעדיגע וואכן, ווען עס וועלן אנהייבן ערשיינען דערין פארשידענע אינטרעסאנטע פראיעקטן, אין די ברייטע אויסוואהל פון בילדער וועט זיך כסדר מערן, אין אויך די גרעפיקס וועלכע איז שוין די וואך א כלילת יופי, וועט זיך אינעם צוקומפט נאך מער פארשענערן, אין אויך אינטרעסאנע ארטיקעלן וועלן אנהייבן ערשיינען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 17:48 |
|
| |
דער דעקל

|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 18:11 |
|
| |
אין בחדרי חרדים מעקט מען אויס אויב איינער שרייבט עפעס פון די נייע מגזין,
ווייסט איינער פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 19:01 |
|
| |
בחדרי האט עפעס געשעפטן מיט כל העולם כולו, זיי לייגען יעדע וואך ארויף א טייל פין די בילדער פין כל העולם אויף חדשות אנ''ש אין בחדרי
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 19:04 |
|
| |
בחדרי איז אלעמאל מלא אינטרעסן איינער וואס פארשטייט די זאכען קען עס זען יעדן טאג
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 20:06 |
|
| |
משנת
נישט נאר בחדרי איז "מלא אינטרעסן". יעדער יחיד, יעדער געשעפט, יעדער מוסד איז מלא אינטערעסן! אויך די נייע אויסגאבע דינן "די וואך" איז מלא אינטערעסן!
נ.ב. די בילד פון גער'ער רבי איז פון 2 יאר צוריק, איך האף אז זיי וועלן האבן שכל נישט צו לייגן אלטע בילדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 20:42 |
|
| |
נפל, כ'זעה אז עפעס באדערט דיר, כ'וואלט געווען גאר צופרידן אויב די קענסט ארויסברענגען מער פונקליכער וואס. דער בילד פון גור'ער רבי חנוכה איז מאנטאג חנוכה תש"ע, געכאפט געווארן דורכן "די וואך" פאטאגראפירער אין ירושלים, אויב האסטו סיי וואספארא באווייז אז דער בילד איז נישט פון היי יאר ביטע ווייז דאס אויף, זוך גוט דורך אלע אלטע כל העולם'ס אין עולם החרדי'ס און אויב די טרעפסט מיר דאס בילד, סקען עס אריין ביטע, אין ווייז טאקע פארן עולם אז ס'איז פון צוויי יאר צוריק.
נפל, הצלחה רבה, די מאגאזין וועט זיין אין וויליאמסבורג אין די געשעפטן ביז א שעה, קענסט גיין קויפן איינס, אין אונז קומען אנצייגן פונקליך פון וועלכע יאר יעדעס בילד איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 20:47 |
|
| |
גארנישט באדערט מיר נישט, ביטע ליין איבער די שמועס פון אנהייב וועסטו (לכאורה) פארשטיין פארוואס איך האב געשריבען אז "די וואך" האט אויך אינטערעסן.
איך קען דיר נישט ענטפערן אויב די בליד איז געווען אמאל אין כל העולם כולו, איך ווייס נישט. די בליד האב איך שוין געזען א 2 יאר צוריק.
נ.ב. אויב איך מאך נישט קיין טעות האט גער'ע רבי געצינדען די יאר מאנטיג חנוכה אין בני ברק און נישט אין ירושלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 21:02 |
|
| |
כ'בין נישט זיכער אז די וואך האט אינטערסן, קען זיין.אבער דיינע אינטערעסן זענען זייער דורכזיכטיג. [טוה דיין ריסורטש, ווייל די ביסט זייער שוואך אינפארמירט, דער בילד אויפן דעקל פון "די וואך" איז נישטא אין ערגעץ, די האסט דעם בילד נאך אין דיין לעבן נישט געזעהן, ווי אויך נישט קיין איינע פון די בילדער פונעם גור'ער רבי'ןס הדלקה, וועלכע ערשיינען אויף א גאנצען בלאט אינעם מאגאזין. אין אצינד קיין גור, דער פראוו אראפצורייסן "די וואך" גלונגט נישט, ווייל יעדער וואס וויל וויסן ווייסט, אז דער גור'ער רבי וויילט גאנץ חנוכה אין ירושלים, אין צינדט יעדע נאכט, פארענט פון זיינע טויזענטער חסידים אין גרויסן ביהמ"ד אין ירושלים. נייס טריי, יו קען טריי עגעין סון.
אין נאכמאל אויב די קענסט אונז ביטע אויפווייזן ביטע ווייז אויף אז ס'איז נישט פון דעם יאר. גור איז פון היי יאר, פרוביר מעגליך אנדערע בילדער, אולי ירחם, אפשר דאך וועט דיר געלונגען עס אראפצורייסן. אגב, ר' נפל יקירי, ס'איז אונז זייער אומאנגענעם צו זעהן אז איר שפירט אייך זייער באדרטעט פון "די וואך", ערקלער אונז וויאזוי אונז קען מיר אייך בארואיגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 21:34 |
|
| |
איך הער גאר גוטע גריסן אויף די נייע אויסגאבע, דער עולם האט שוין לאנג געלעכצעט נאך א היימישע אמעריקאנע אידיש רעדנדיגע אויסגאבע. דער כל העולם כולו אין העולם החרדי פלעגן קאווערן אכציג פראצענט ארץ ישראל'דיגע רבי'ס יעדע קליינע רבי האט באקומען גאנצעטע עמודים וואך נאך וואך... שוין העכסט צייט פאר אזא אויסגאבע! מען ווינטשט הצלחה פאר די עורכים אין מוציאים לאור אגב די נייע אויסגאבע שפילט בכלל נישט קיין פאליטיק. עס האט נישט מיט ארונים זאלונים, ר' זלמן לייב האט אויך גאר שיינע קאווערעדש
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 22:06 |
|
| |
משה
מיר באדערט די נייע אויסגאבע זייער ווייניג, מיין רבי איז אלעמאל געווען און וועט אלעמאל זיין געדעקט דורך "אלע" אויסגאבעס מיטן גרעסטן כבוד! מיין רבי ווערט נישט גרעסער אין קלענער צוליב דעם אינגערמאן אדער יענער אינגערמאן האט מחליט געווען צו לייגן אין זיין מאגאזין מער אדער ווייניגער בילדער אויפן דעקל צו אינעווייניג, דעריבער פראביר מיר אפילו נישט צו שלעפן דערמיט ווייל עס וועט פשוט נישט ארבעטן.
בנוגע די "פאליטיק פרייע" פאלעסי וואס ענק פראבירן צו פארקויפן... סארי, איך קויף דאס נישט, עס איז זייער פשוט און מובן אז אויב די ארוינים נעמען זיך פלוצלינג רימען א אויסגאבע "נאך איידער" זי איז אפילו ערשינען זאגט זייער קלאר וואס דא גייט פאר (פאר די וואס גלייבן נישט אז איך האב אליינס געהערט פון דעם... אז דאס איז א ארוינישע ארבעט בשתפות מיט...).
אדרבה זאג די מיר, ווי איז ר' זלמן לייב טייטלבוים\ר' מרדכי דוד אונגאר נעלם געווארן? האלטסט באמת אז פאפא איז גרעסער ווי סאטמאר רז"ל אדער באבוב רמ"ד?
ווילסט פארלייקענען אז "די וואך" קומט ארויס לכבוד דעם וואס "כל העולם כולו" האט געגעבן דעם דעקל פאר רז"ל כ"א כסלו און נישט פאר ר"א?
לייקן לייקן, הייב אן נאכקוקן וויפיל מאל ר"א וועט זיין אינעווייניג און רז"ל אויפן דעקל...
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/12/2009 10:17:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 22:23 |
|
| |
| וועקי כתב: |  | | אגב די נייע אויסגאבע שפילט בכלל נישט קיין פאליטיק. עס האט נישט מיט ארונים זאלונים, ר' זלמן לייב האט אויך גאר שיינע קאווערעדש |
|
אינרעסאנט עס האט די אלטע כל העולם כולו פאליסי... הגה"ק מהר"א מסאטמאר אין ר' בנציון באבאבער אויפן דעקיל.....
| נפל כתב: |  | הערשי איז טאקע ארויס פון כל העולם כולו ער גייט אנפירן די נייע מאגאזין פון די ארוינים - אזוי האט ער מיר געזאגט
|
|
אגב "נפל" אויב האט דיך העשי רובענשטיין נעכטען "אליינס" דיר געזאגט ער ארביט מיט ארונים פארוואס פרעגסטו עם נישט צי דער גערע בילד איז פון 2 יאר צירוק? פרעג דיין גערע שוואגער וואס ער זאגט וועגען דעם בילד....
וואס ביסטי אזוי שטיל געווארען מיט טאהש קודש? די האסט דאך געזאגט עס איז א ספוק צי ער קומט אהיים אויף חנוכה...
יעצט דער ספוק איז געווארען וואדאי געב אינז א באריכט פון חנוכה?
--
נפל איך האב געבעטין א באריכט פון "חנוכה" ביטע ליינט איבער....
צווייטענס טאהש די ראטמאן פארטיי איז די גרעסטע פאליטיקאנט ווען עס קומט צי בילדער!
פאר דער בלאטע געבען זיי נישט . נאר פאר דער איד. פאר כל העולם כולו געבען זיי אויך נישט נאר פאר העולם חרדי.
נאר איד מיט עולם חרדי האבען באקומען בילדער פון פלארידע מיט תולדות אהרון. אינטרעסאנט...
תוקן על ידי SatmarBum ב- 17/12/2009 22:39:35
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/12/2009 10:22:53
|
|
|
|
| נשלח ב-17/12/2009 22:30 |
|
| |
איך קען דיר נישט ברענגען א באריכט פון די חתונה אין טאהש וועגן עס איז נאך נישט געווען, עס גייט בעזהשי"ת פארקומען זינטאג נאכט בשטומ"צ.
אוואדאי זאגט הערשי אז די בילדער זענען פון די יאר...
עס ווארט אייך א סורפרייז! איינער האט זיך צו מיר געוואנדן אין אישי, ער וועט אי"ה ברענגען די בילדער אזוי ווי עס איז געווען בשעתו פאר "2" יאר צוריק!
איך אליינס האב נישט צייט צו זיכן, אבער איך גלייב אז מיט אביסל צייט אויף גאגל קען דאס יעדער טרעפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 02:10 |
|
| |
נפל די לאזט מיר צו לאנג ווארטן אויף די גור'ער בילדער פון צוויי יאר צוריק, ביטע ברענג עס ארויף דא ווי שנעלער.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 02:51 |
|
| |
מיר איז מער אינטערעסאנט ווי לאנג גייט זיך האלטן די פרייז פאר 1.95???
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2009 20:00 |
|
| |
כ'האב עס געקויפט (ס'קאסט דאך נאר 1.95) אין כ'מיז ענק זאגען עס איז א פיינע ארבעט, ס'איז אויפן אמעריקאנער סטיל, ע''פ רוב אמעריקאנע רבנים אין אדמו''רים ס'האט נישט די ציונים מיט די רב הראשי'ס אין כמעט נישט קיין ציוניסטישע רבנים וכו' אויך די גרעפיקס איז זייער רייך, זייער קלארע אין תוכן'דיגע בילדער KEEP IT UP
|
|
|
|
|