איך האב שוין געזאגט אז דער טאג ברויך לעולם צו זיין דער טאג וואס משה פרידמאן איז ניצל געווארן פון לעפקאוויטש'ס קאר, איך האלט דאס איז דער תחילת בריאת הנס און דער יסוד היסודות פון אלע שפעטער אנטוויקלונגען, מ'דארף טאקע נאכפארשן ווען דער טאג איז. איינער ווייסט?
איך ווייס נישט אויב די האסט טאקע אזא שוואכע קאפ אדער אלע חלה דעקליך זענען אזוי פאריגע וואך האט מען גערעדט אז מיר זענען באמת בשמחה מיט ז"ך כיסלו וואס דעמאלטץ איז דע רבי דער ברך משה געראטעוועט געווארן ווען די פליגער האט געגלישט איז ארויס געקימען א געוואלדיגע זאך פאר כלל ישראל אז דע רבי שליט"א איז אנגעקימען צים שטיל פין סאטמאר
אין וועגען דיין זיסע שיינע זשאק וועגען לעפקאוויטש סאיז גיט אבער א זשאק ביי די 2 מאל קריכט עס פין די נאז
נשלח ב-20/12/2009 18:52
הער אויס די גאנצע זאלויני אהרויני מחלוקה איז איין גרויסע אויסגעוועפטע דשאוק, שוין 10 יאר וואס די זעלבע דשאוקס ווערן איבערגעקייט טאג איין טאג אויס, למשל דער דשאוק פון דעם אשכול זעלבסט, איז שוין אויסגעקייט געווארן אויף היידפארק לכה"פ 70 מאל, האב איך דאך אויך א רעכט צו זאגן מיינע אויסגעוועפטע דשאוקס
נשלח ב-20/12/2009 22:12
חוץ פון מקרב זיין טאטענ'ס שונאים. ארויסווארפן זיין טאטענ'ס געטרייעסטע מענטשן אויפשטעלן א לישקע וועלכע שרייבט איסורים חרמים וקנמות מאכן פורים פון זיין הייליגע טאטע צוטיילן א משפחה האבן אויף זיך די אחריות פון מיליאן שעות פון ביטול תורה, מחלוקת, רכילות, לשון הרע, מלבין פני חבירו, בזיון ת"ח (לאמיר נישט אריינגיין פון וועלכע זייט, עס איז קלאר אז ווען נישט זיין התמנות, וואלט דאס אלעס נישט פאסירט)
וואס נאך האט ער אויפגעטוהן? (נישט נאכגעטוהן)
נשלח ב-20/12/2009 22:19
NOYOUCANT כתב:
חוץ פון מקרב זיין טאטענ'ס שונאים.
ארויסווארפן זיין טאטענ'ס געטרייעסטע מענטשן
אויפשטעלן א לישקע וועלכע שרייבט איסורים חרמים וקנמות
מאכן פורים פון זיין הייליגע טאטע
צוטיילן א משפחה
האבן אויף זיך די אחריות פון מיליאן שעות פון ביטול תורה, מחלוקת, רכילות, לשון הרע, מלבין פני חבירו, בזיון ת"ח
(לאמיר נישט אריינגיין פון וועלכע זייט, עס איז קלאר אז ווען נישט זיין התמנות, וואלט דאס אלעס נישט פאסירט)
וואס נאך האט ער אויפגעטוהן? (נישט נאכגעטוהן)
אזוי ווי איך זע אז די האסט אביסעל אויסגעלאזט פין דיין פעדער פיל איך אן דעס וואס די האסט פארפעלט
חוץ פון מקרב זיין פעטער'ס שונאים.
ארויסווארפן זיין פעטער'ס געטרייעסטע מענטשן
אויפשטעלן א לישקע פין כופרים בלאט שרייבערס וועלכע שרייבן איסורים חרמים וקנמות
מאכן פורים פון זיין הייליגע פעטער'ס צוטיילן 100ער משפחות זייט תשמ"ה
האבן אויף זיך די אחריות אין נישט נאר די אחריות נאר ער אליין מצוה בו יותר מבשליחו פון מיליאן שעות פון ביטול תורה, מחלוקת, רכילות, לשון הרע, מלבין פני חבירו, בזיון ת"ח מיט זיין אייגענע טמא'נע מויל זייט תשמ"ה (לאמיר נישט אריינגיין פון וועלכע זייט, עס איז קלאר אז ווען נישט זיין התמנות, וואלט דאס אלעס נישט פאסירט)
וואס נאך האט ער אויפגעטוהן? (נישט נאכגעטוהן)
נשלח ב-20/12/2009 22:23
איך מיין אז כיבוד אב קומט פאר כיבוד דוד אויב ס'דא אזא זאך
נשלח ב-20/12/2009 22:28
קען זיין אז סאיז אזוי ווי די זאגסט איך רעד נאר פין זיינע מעלות וואס דער האט אויסגעלאזט.
אז דו ווילסט טאקע הערן (ווייסן ווייסטו פונקט ווי מיר, נאר דו באהאלטס דאס), נאדיר א חלק פון די רשימה: געוואלדיגע הדורים אין כשרות (פרעג פאר יעדע בעל מכשיר, און ערענסטע רב וועלכע איז נישט פארמישט אין די סאטמארע פאליטיק) אז ווען מ'דארף עפעס אויפטוהן אין אמעריקא איז דא צו וועמען צו גיין (עיין ערך שייטלן) מחזק זיין טויזענטער אידן צו לערנען ידען טאג (יסודי התורה) שפארן טויזענטער דאלארן פאר בעלי שמחות געבן שווערע געלטער פאר בני יואל/זאליס וועלכע איז געווען אין א נויט (ווי למשל די אפגעברענטע דירות) פארדערן פון זיין עולם מער חסידישקייט (און די עולם זאל פאלגן) שערי חמלה (יא! איך בין שטאלץ דערמיט, ווייל מיין רבי בעל הברך משה זי":ע מיט זיין געטרייע זון האבן עס געטוהן) וכו כו' ועוד חזון למועד
נשלח ב-20/12/2009 23:08
למע"כ הניק NOYOUCANT איך בין נישט אינטרעסירט זיך אריין צו מישן אין ענקער נער'ישע קינדערישע טענות אנגעפילט מיט הבל הבלים'דיגע וויכוחים. אבער היות די האסט אנגערירט דעם ענין פון העלפן משפחות אין נויט וויל איך דיר ענפערן זעהר קורץ.
רוב געליטענע ארעמעלייט פון קרית יואל האבן נישט באקומען קיין נארמאלע נדבה פון דעם קרית יואל'ער רבין. נישט יעצט און נישט די פריערדיגע יאהרן. אפשר זענען דא צווישן זיינע גאנץ נאנטע מענטשן וואס האבן יא באקומען, אבער רוב נצרכים פון קרית יואל, מאנסי און ברוקלין האבן נישט באקומען. אזוי אויך רוב משולחים פאר מוסדות התורה איבער די וועלט וואס פאהרן נאך געלד איבער די וועלט און קומען אן צו אלע אדמורי"ם נאך א נדבה. די האבן נאכנישט באקומען קיין געהעריגע נדבה פון עהם.
איך האב אליין עוסק געוועהן פאר עטליכע משפחות צו שאפן גרויסע נדבות ובתוכם האב איך געהאלפן קרית יואל משפחות וואס שיקן די קינדער אין זיינע מוסדות נאר בענין חסידות מישן זיי זיך נישט ווייל זיי ווילן נישט שטיפן זיין וואגן, די האבן נישט באקומען קיין שום הילף ביי די פייערס. בערך 8 משפחות האבן געלךיטן ביי שריפות מיט יאהרן צוריק, סיי אויף צאנז קארט, סיי אויף סטראפקעוו, סיי אויף געציל בערגער, און די אפיעל געלד איז צו זיי נישט אנגעקומען. ובפרט מוז איך ארויס ברענגען אז די משפחות פון די בני יואל האבן נישט נהנה געוועהן פון זיינע נדבות קיינמאהל.
אלע משפחות האבן קלאהר דערציילט אז פון די פייער אפיעלס זענען זיי (די באטרעפענדע משפחות) אנגעקומען קוים א חלק עשירית פון די אנגעזאמעלטע נדבות.
איך וועל נישט אריין גיין אין קיין וויכוחים מיט דיר ווייל נאך איידער די ביסט געבוירן האב איך צוזאמען געשטעלט געלד פון ניקלס און דיימס און קוואדערס צוביסלעך אויף גאנץ שיינע סכומים פאר דעם בעל בירך משה ז"ל.
נשלח ב-22/12/2009 16:52
נשלח ב-22/12/2009 17:08
נשלח ב-22/12/2009 17:11
דעם רבי'נס פנים שיינט פאר שמחה אוי וואס האבן מיר געהאט אין מיא האבן שוין נישט
נשלח ב-22/12/2009 19:02
ווער רעדט דארט אויפן טעלעפאן אויבן אן בשעת די דרשה פין ברך משה?