די פרשה היינט איז געווען אזוי.
מרת פריעד ע"ה איז היינט נפטר געווארן, גלייך ווען די זאליס האבן געהערט די בשורה, זענען זיי געווארן פרייליך ביזן הימל, מען האט זיך געגבען לחיים און אלע זייטן, א מחי' מען האט ענדליך א מת, אברהם בער יאקאבוויטש האט געטאנצן קדאטשקע.
זלמן לייב פעלדמאן ריפט אן מיט איין אטעם ר' יצחק פריעד, אלעס איז גרייט נאר איר דארפט נאר געבן די 1800 פאר ארץ החיים קאמפיין, און מען פאנגט שוין אן גראבן.
ר' יצחק זאגט איך האב שוין קרקע לאנג געקויפט פארוואס נאך געלט געבן, פעלדמאן זאגט יא אבער עס איז א חוב וואס די דיינים האבן געהייסן, ר' יצחק פארשטייט נישט וואס ער רעדט, און זאגט אים קודם זאל מען באגראבן און נאכדעם וועט מען פון געלט רעדן.
פעלדמאן לייגט אראפ די טעלעפאן צופרידען ביזן הימל, איי ער רעדט פון הודו, און ר' יצחק רעדט פון כוש, טא חיי שעה איז אויך געלעבט...
יחזקאל בראך טעלעפאן קלינגט און קלינגט, עס ווערט שיעור צובראכן פון אזוי פיל קלינגען, די גרעסטע זאלי שישקעס זענען אפען טעלעפאן, בעטן זיך ברחמים אז ער זאל זיין מאמע לייגן אין פאלאקס לאט, אלעס וויינט און שרייט צו אים, ער זאגט זיי אז זיין מאמע איז נישט קיין משוגענער, אדער א מאנגא, מיין מאמע איז נישט פורים, איך וויל איר נישט מבזה זיין, זי דארף ליגן אינעם בית החיים ווי יעדער.
מען איז אים מסביר אז עס איז איינס... נישט יעדער וואס ליגט אין פאלאקס איז א מאנגא... אזוי טוט זיך טישן אין בענק. טרארא... טריי... די טעלעפאן קלינגט, ר' זלמן איז אויף די ליין, ער בעט זיך צו יחזקאל אז ער זאל זיין מאמע אהין געבן, יחזקאל פרובירט זיך ארויס צו דרייען, ער זעהט אז עס גייט נישט זאגט ער אים פיין באגראב מיין מאמע.
ער הייבט אויף די טעלעפאן פון די אנדערע זייט און קלינגט אן יראים און זאגט זיי דער גייט קאלן יענער גייט קאלן, מיין מאמע גייט אינעם בית החיים אין קרית יואל, נישט צו פאלאקס מאנגאס, פעלדמאן, יאקאבאוויטש, ר' זלמן, סיי ווער עס קאלט אלעס איז גארנישט, די זעלבע קאלט נחמן בראך און זאגט די זעלבע.
דערווייל איז פרייליך און שטאט די זאליס דינגען שנעל א קאמפאני אפ צו שארן די שניי ביי פאלקאס, די שנעלסטע מעגליך א טראק מיט א טרעקטער ווערט אהין געברענגט, מען שארט אוועק די שניי אין איילענישט, מען גראבט אויס מיט פרייד א קבר פארן נפטרת.
פעלדמאן לויפט אין טשאפעל מיט איין שמחה, ער קומט אן דארט ער זעהט ווי ר' שלמה שמש שטייט און פירט אלעס, די ארון איז אפען וועג ארויס, ער שרייט וואס איז דאס עס גייט דאך צו פאלאק, ר' שלמה מאכט זיך נישט וואוסענדיג, דערווייל טראגט מען די מטה צום ביהמ"ד קליימער, ר' שלמה גייט צו צום מייק און רופט אויס, פעלדמאן קומט אן ברענט פאר כעס, נאכן געוואור ווערן אז מען גייט נישט צו פאלאקס, שמואל טייטלבוים קאלט אים אריין און פרעגט אים ווען ר' זלמן קען קומען, פעלדמאן קעקעצט און זאגט די ביטערע בשורה אז עס איז צרות די נפטרת גייט נישט קיין פאלאק.
שמואל נעמט זיך שעלטן טויטע קללות, ער שעלט אן יחזקאל בראך מיט נחמן, ער זאגט פאר פעלדמאן אז ער טרייט צו קאלן יחזקאל אבער זיין טעלעפאן איז אויס געלאשען, ער הייסט פעלדמאן עס צוטראגען צו יחזקאל, פעלדמאן גייט צו צי אים, יחזקאל זאגט אים טראג אפ איך רעדט נישט צו קיינעם, ר' זלמן קומט צום טעלעפאן זאגט פאר פעלדמאן אז ער זאל אים זאגן אז ער וויל רעדן צו אים. יחזקאל זאגט פאר פעלדמאן די כאפסט א פראסק אז די גייסט נישט אוועק פון מיר.
אזוי איז דער גאנצער עולם מיט געהאלטען ביי די לוי' די זאלי טעראר, בשעת די משפחה שטייט ביי א מאמעס מיטה, זענען זיי ביז מיט זייער טעראר שטרענדיג א לווי'.
אלס נקמה און כעס איז ר' זלמן נישט געקומען צו די לווי'.
 |
|
|