בית פורומים כל העולם כולו

איבעקערניש ביי די לווי פין אשת ר 'יצחק פריעד

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2009 21:48 לינק ישיר 
איבעקערניש ביי די לווי פין אשת ר 'יצחק פריעד

יעצט איז א אן איבער קערניש ביי ד לווי' פין אשת ר' יצחק פריד
די מאמע פין יחזקאל מיט נחמן בראך.

ר שלמה שמש איז אנגעקומען צי די לווי' אין הלל דוב גאנץ מיט זלמן לייב פעלדמאן האבן אים אוועקגעשטיפט.
 
ר' זלמן לייב טייטלבוים איז אנגעקומען צי די לווי' ער איז געווארן באשייגעצט דורך ד משפחה איז ער אנטלויפן מיט בישות.

סיי די געהעריגע בית החיים אין סיי פאללאק'ס האבן אויף געגראבן א קבר.

יחקאל מיט נחמן שלאגן זיך ווי מען מען זאל איר לייגן.
 


תוקן על ידי פאראלעל ב- 20/12/2009 21:58:37




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 21:51 לינק ישיר 

מען האט יעצט פארשיקט זלמן לייב פעלדמאן פין די לווי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 22:38 לינק ישיר 

טראץ דעם גאנצן איבערקערינש פין היינט האט יחזקאל בראך נישט געקענט אויס פירן אין מען לייגט זיין מאמע אין ארגעינעלען בית החיים.
פארשטייסט זיך אליינס אז דאס ווארפט פריש אריין די זאליס אין א דעפרעסיע ווי זיי זעהן אז די פאללאק'ס בעק יארד אין א וויסטע דורכפאל.

אין שאול פערלשטיין איז דער לאזער פארן לייגן זיין זין אין מדבר שממה, אין א יעדער רעכטדענקיגער זאלי לאכט אין די פאסטן פין שאול פערלשטיין.
 
רשעים כשהן יורדין.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-20/12/2009 22:49 לינק ישיר 

די פרשה היינט איז געווען אזוי.

מרת פריעד ע"ה איז היינט נפטר געווארן, גלייך ווען די זאליס האבן געהערט די בשורה, זענען זיי געווארן פרייליך ביזן הימל, מען האט זיך געגבען לחיים און אלע זייטן, א מחי' מען האט ענדליך א מת, אברהם בער יאקאבוויטש האט געטאנצן קדאטשקע.

זלמן לייב פעלדמאן ריפט אן מיט איין אטעם ר' יצחק פריעד, אלעס איז גרייט נאר איר דארפט נאר געבן די 1800 פאר ארץ החיים קאמפיין, און מען פאנגט שוין אן גראבן.

ר' יצחק זאגט איך האב שוין קרקע לאנג געקויפט פארוואס נאך געלט געבן, פעלדמאן זאגט יא אבער עס איז א חוב וואס די דיינים האבן געהייסן, ר' יצחק פארשטייט נישט וואס ער רעדט, און זאגט אים קודם זאל מען באגראבן און נאכדעם וועט מען פון געלט רעדן.

פעלדמאן לייגט אראפ די טעלעפאן צופרידען ביזן הימל, איי ער רעדט פון הודו, און ר' יצחק רעדט פון כוש, טא חיי שעה איז אויך געלעבט...

יחזקאל בראך טעלעפאן קלינגט און קלינגט, עס ווערט שיעור צובראכן פון אזוי פיל קלינגען, די גרעסטע זאלי שישקעס זענען אפען טעלעפאן, בעטן זיך ברחמים אז ער זאל זיין מאמע לייגן אין פאלאקס לאט, אלעס וויינט און שרייט צו אים, ער זאגט זיי אז זיין מאמע איז נישט קיין משוגענער, אדער א מאנגא, מיין מאמע איז נישט פורים, איך וויל איר נישט מבזה זיין, זי דארף ליגן אינעם בית החיים ווי יעדער.

מען איז אים מסביר אז עס איז איינס... נישט יעדער וואס ליגט אין פאלאקס איז א מאנגא... אזוי טוט זיך טישן אין בענק. טרארא... טריי... די טעלעפאן קלינגט, ר' זלמן איז אויף די ליין, ער בעט זיך צו יחזקאל אז ער זאל זיין מאמע אהין געבן, יחזקאל פרובירט זיך ארויס צו דרייען, ער זעהט אז עס גייט נישט זאגט ער אים פיין באגראב מיין מאמע.

ער הייבט אויף די טעלעפאן פון די אנדערע זייט און קלינגט אן יראים און זאגט זיי דער גייט קאלן יענער גייט קאלן, מיין מאמע גייט אינעם בית החיים אין קרית יואל, נישט צו פאלאקס מאנגאס, פעלדמאן, יאקאבאוויטש, ר' זלמן, סיי ווער עס קאלט אלעס איז גארנישט, די זעלבע קאלט נחמן בראך און זאגט די זעלבע.

דערווייל איז פרייליך און שטאט די זאליס דינגען שנעל א קאמפאני אפ צו שארן די שניי ביי פאלקאס, די שנעלסטע מעגליך א טראק מיט א טרעקטער ווערט אהין געברענגט, מען שארט אוועק די שניי אין איילענישט, מען גראבט אויס מיט פרייד א קבר פארן נפטרת.

פעלדמאן לויפט אין טשאפעל מיט איין שמחה, ער קומט אן דארט ער זעהט ווי ר' שלמה שמש שטייט און פירט אלעס, די ארון איז אפען וועג ארויס, ער שרייט וואס איז דאס עס גייט דאך צו פאלאק, ר' שלמה מאכט זיך נישט וואוסענדיג, דערווייל טראגט מען די מטה צום ביהמ"ד קליימער, ר' שלמה גייט צו צום מייק און רופט אויס, פעלדמאן קומט אן ברענט פאר כעס, נאכן געוואור ווערן אז מען גייט נישט צו פאלאקס, שמואל טייטלבוים קאלט אים אריין און פרעגט אים ווען ר' זלמן קען קומען, פעלדמאן קעקעצט און זאגט די ביטערע בשורה אז עס איז צרות די נפטרת גייט נישט קיין פאלאק.

שמואל נעמט זיך שעלטן טויטע קללות, ער שעלט אן יחזקאל בראך מיט נחמן, ער זאגט פאר פעלדמאן אז ער טרייט צו קאלן יחזקאל אבער זיין טעלעפאן איז אויס געלאשען, ער הייסט פעלדמאן עס צוטראגען צו יחזקאל, פעלדמאן גייט צו צי אים, יחזקאל זאגט אים טראג אפ איך רעדט נישט צו קיינעם, ר' זלמן קומט צום טעלעפאן זאגט פאר פעלדמאן אז ער זאל אים זאגן אז ער וויל רעדן צו אים. יחזקאל זאגט פאר פעלדמאן די כאפסט א פראסק אז די גייסט נישט אוועק פון מיר.

אזוי איז דער גאנצער עולם מיט געהאלטען ביי די לוי' די זאלי טעראר, בשעת די משפחה שטייט ביי א מאמעס מיטה, זענען זיי ביז מיט זייער טעראר שטרענדיג א לווי'.

אלס נקמה און כעס איז ר' זלמן נישט געקומען צו די לווי'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 22:59 לינק ישיר 

קען איינער אזוי גוט זיין און אריינלייגן בילדער פון די אויסגעגראבענע שניי מיטן קבר אויף פאללאק'ס לאט?

די מעשה גלייב איך פונקט ווי די "איבערקערעניש" ביי פאיער רב'ס לווי'ה וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א הוילער בלאף.

דרך אגב, קען איינער אפשאצן וויפיל די אהרוינים וואלטן געפאדערט פון נחמן און יחזקאל בראך אויב וואלט נישט געווען א פאללאק'ס לאט? איך גלייב אז די סכום וואס יחזקאל האט זיך יעצט געשפארט וועט ער אהינגעבן פאר די זאליס...

נ.ב. איך זע אז די האסט דערמאנט א נאמען אברהם בער יאקאבוויטש די שרייבסט אז ער האט געמאכט קולות וכו'. איך ווייס נישט ווער דאס איז. אויב געדענק איך גוט האטסו געשריבן פאר בערך 2 וואכן צוריק אז ער איז געווען ביי א היציגע מיטינג ביי הגז"ל און ער האט ריזיינד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:00 לינק ישיר 

יעצט זאגט יחזקאל בראך אז ר' לייביש לייזער האט אים געהייסן לייגן זיין מאמע אינעם געהעריגן בית החיים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:03 לינק ישיר 

אבראהאם, דאס איז שוין א חידוש פון א מהלך... אזוי נישט מיר נישט דיר אריינגעריקט ר' לייביש אויך אינם בליד...

נ.ב. איך קען פערזענליך יחזקאל'ן, ער איז נישט פון די וואס זענען זיך שואל עצה מיט ר' לייביש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:04 לינק ישיר 

אזוי זאגט זיין שוואגער.........



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:09 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז אזעלכע הייסע זאלי'ס זאלן זיין אזוי קאלט צו פאלאק'ס לאט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 23:16 לינק ישיר 

איך גלייב אז אפילו הייסערע זאליס וועלן לייגן זייערע נאנטע אינם אלטן ביה"ח און וועלן אפילו וועלן אליינס ליגן אין אלטן ביה"ח.

סך הכל האבן די זאליס אויפגעטון זייער'ס: מען קען שוין נישט שניידן טאשן פאר די קבירה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:24 לינק ישיר 

אה אה, מ'פאגט שוין אן צו זינגען א פרישער ניגון.

שיין דערלעבט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 23:25 לינק ישיר 

אברהם בער האט ריזיינד פון אריין לייגן נאך געלט פאר פאלאק, און ער גייט נישט קער נעמען פון די קלאזינג.

אבער ער האט נישט ריזיינד פון זיין מיליאן דאלער וואס ער האט שוין אריין געלייגט דארט, און דארף שוין צוריק זיין געלט.

ער האט געהאפט אז בראך וועלן אים העלפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 23:27 לינק ישיר 

יונה, די הלאטסט אז אויב וועט יאקאבאוויטש זיך אוועק זעצן מיט יחזקאל בראך און מאכן א חשבון אז די בראך'ס האבן זיך יעצט געשפארט בערך 100 אלפים, וועט יחזקאל מסכים זיין צו געבן 50?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:28 לינק ישיר 

יצחק פריעד האט היינט באצלט זיין באלנאס פאר קהל יטב לב פין 1700 דאלער פאר די לווי'

פאללאק'ס לאט האט געהאט א מיתה חטיפה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2009 23:28 לינק ישיר 

נישט צום גלייבן די השחתה פון ר' זלמן.

ר' יצחק פריעד האט געבויעט די קליימער ביהמ"ד, אזוי אויך גיט ער נאך היינט צו טאגס געלט פאר די זאליס.

ווייל ער וויל נישט לייגן זיין ווייב צווישען מאנגאס, איז מען זיך נוקם און מען זיצט 2 גאסן ארויף ציר מיט די פיס אין די הייעך, און פאר נקמה מען קומט נישט צו די לווי'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/12/2009 23:40 לינק ישיר 

די ליגענט און שקר פון די זאליס וואס זיי פארקויפן נאכמאל און נאכמאל די לאקשאן אז די אהרונים בעטן טויזענטערס פאר יעדע לווי', זיי זאגן עס איבער און איבער אז אפשר איינער וועט עס שוין גלייבען און דורך דעם לייגן ביי פאלאקס.

קהל יטב לב האט קיינמאל נישט געבעטען קיין געלט צו באגראבען מתים טאמער מען האט שוין געקויפט א חלקה פאר 4 טויענט דאלער בחייו, די אייציגסטע געלט וואס מען האט געבעטען אזוי ווי אלע יארן צו זיין אויסגעצאלט די מעמבער שיפ, עס איז נישט דא קיין איין קהלה אין די וועלט וואס באגראבט מתים אן אויסבאצאלען די באלאנס פון מעמבער שיפ.

און אגב די זאליס טוען דאס איצט אויך ביי פאלאק, און אזוי שרייבען זיי איבעראל, אז זיי בעטן נישט קיין געלט פאר קרקע, (וואס אגב עס איז ליגענט זיי בעטן 1800 פאר יעדע קרקע פלוס פלוס), נאר מען דארף זיין אויסבאצאלט די מעמבער שיפ, וואס ביי די זאליס איז מעבמער שיפ זייער טייער צווישען 400 און 600, ביי די אהרונים לויפט עס צווישען 180 און 300.

ווען מען בעט יא געלט איז טאמער איינער שטארבט און האט נישט קיין קרקע און נישט באצאלט מעמבער שיפ, דארף ער באצאלען קרקע געלט אנשטאט 4000 צאלט מען 6000, פלוס די טאטעל מעמבער שיפ פון אלע יארן.

און נישט צו פארגעסען אז בשעת די זאליס האבן קאנטרעלירט די בית החיים האבן זיי געריסען געלט פון מענטשן, זיי האבן געבעטען פון מענטשן 20 30 טויענט דאלער צו באגראבען.

ביי די מעשה דא האט מען שוין לאנג געקויפט א קרקע, די איינציגסטע זאך וואס מען דארף באצאלען איז די באלאנס פון די מעמבער שיף, וואס דא איז עס געווען 1700.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > איבעקערניש ביי די לווי פין אשת ר 'יצחק פריעד
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext