|
|
| נשלח ב-21/12/2009 20:54 |
|
| |
ענדליך כאפט דער עולם וואס איך האב געשירבן אויבן, די שולן דארף מען רעכענען נאר די שולן וואס זענען געשטאנען 'פאר' די מחלוקה האט אויסגעבראכן
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 20:59 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | | בכלליות איז דער שמועס שוין א לאנגע אויסגעוואקעסענער שמועס וואס איז אפילו נישט אינטרעסאנט אויף די מינוט. נאך צען יאר טיילונג ווייסט יעדער איינער דעם מציאות אז סאטמאר איז צוטיילט און א חלק בתי מדרשים קען רא"ט נישט אריינקומען און א חלק מהרי"י.
אויב מען וויל עס אנאלאזירן וואלט איך עס געטאן אויף אזא אופן: די אלע נייע בתי מדרשים וועלכע סיי וועלכע צד האט געעפנט אזוי ווי: הופער סט. מוריטעל ויואל משה אין קרית יואל רחוב יונה אין ירושלים, ברך משה אין מאנטריאל יטב לב אין מאנסי די נייע אהרונים שול אין אנטווערפן די נייע שולן אין לאנדאן די נייע שולן אין מאנטשעסטער רחוב נחמי' אין בני ברק
די אלע שולן, זענען נישט אין די דעבאטע, ווייל עס פארשטייט זיך אליין אז חסידים עפענען א שול פאר זייער רבי'ן קען א צוויטער רבי דארט נישט פירן, נישט סאטמאר און נישט ספינקא און נישט קרעטשניף, דאס איז נישט קיין כבוד אדער בזיון, געווינס אדער פארלוסט.
נאכדעם איז דא ארגינעלע סאטמארע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, ראדני, קליימער, ראטליעדזש, קיעפ, וכו' וכו' אין קרית יואל ביהמ"ד הגדול, און עטרת זקנים בית מרדכי וכו'
די אלע וואס זענען געגאנגען פאר איין צד איז א געווינס פאר'ן באקומער און אפ פארלוסט פארן צווייטן.
נאכדעם איז דא עטליכע שולן וואס קיינער האט נישט באקומען מאנסי, וואס ר' חיים יושע האט באקומען מאנטריאל, וואס ר' דוד האט באקומען און אנטווערפן וואס קיינער האט נישט באקומען. דארט זענען ביידע נישט בנשיאות.
יעצט איז אזוי, אויב קוקט מען וואס דער פלאן פון רא"ט תשנ"ח איז געווען, האבן די אלע שולן געדארפט זיין בנשיאותו. די אלע וואס ער האט נישט האט ער פארלוירן.
אויב זאגט מען אז משה האט געוואלט ער זאל גארנישט האבן, ממילא וואס ער האט יא איז ער א געווינער, קען מען דעם זעלבן מציאות מאכן פאר א געווינס.
און דא קומט מען צו צו די אלטע טענה'רייען פון געווינען און פארלוירן, וואס וועט קיינמאל נישט מוחלט ווערן
|
|
ביזט גערעכט ביז דיין לעצטע פאר שורות ווייל צד מהר''א טענה'ט אז די גאנצע כח וואס מהר''א האט געהאט איז געווען ווייל ער איז געווען משועבד פאר משה גבאי, (אין אפי' מהר''א זעלבסט האט זיך אויך נישט געוואגט צו טוהן קעגן זיינע באפעלן ע''פ רוב) אין ווען משה גבאי האט גענומען מהרז''ל אין זיך ציקריגט מיט מהר''א האבען זיך אזוויפיל ראשי קהילה אפגעטיילט פין אים אין געגאנגן צו מהר''א אין לויט דעם איז מהרז''ל דער פארלירער. אין דאס איז שוין עטליכע מאל דא אויס'געטענה'ט געווארען.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 21:02 |
|
| |
| ירושלימער2 כתב: |  | פאר שטיי איך נישט,,? אלעס וואס איז געווארן אראפ געברעגט זענען דאך חסידי מצד מהר"א עם כל זאת ווייזען דע אלע תוצאות אז רוב שוהלן וואס איז געשטאנען ביז יאר תשל"ט איז ביי מהרז"ל און נאך מער!!!!!!!!אפילו דער נאך איז אויכעט רוב פאר מהרז"ל!!!!!!!! |
|
*--[endif]* ירושלימער די לעבסט אין חלומות מער ווייניגער איז אזוי וומ''ס, ירושלים, קעיזנאוו אין לאנדאן איז ביי מהרז''ל קרית יואל, ב''פ, בני ברק, קלעפטאן אין לאנדאן, מאנטשעסטער (בעיסוואטער אין אלעד- אויב מ'קען עס רעכענן) איז ביי מהר''א מאנטריאל, אנטווערפן, מאנסי, זענען ביידע וועלקאם אין נישט וועלקאם
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 21:18 |
|
| |
וואס טוט זיך אין זיין אייגן שטעטל קרית יואל? איך מיין אז דארט זענען דא איבער 60 שולן, אין וויפיל האט ער נישט קיין דריסת הרגל?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 21:29 |
|
| |
| נפל כתב: |  | וואס טוט זיך אין זיין אייגן שטעטל קרית יואל? איך מיין אז דארט זענען דא איבער 60 שולן, אין וויפיל האט ער נישט קיין דריסת הרגל? |
|
רעכן די סקווער פיס פין אלע שולן פין מהרז''ל אין בני יואל אינאיינעם נאר קעגן די ביהמ''ד הגדול אין זאג איבער דיין תגובה
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 21:40 |
|
| |
ביהמ"ד הגדול קומט נישט צו, נישט צו דע 65 שוהלן אין קרית יואל נאר אפילו צו עטליכע שוהלן!!!!!!!!!!! און לפי דיין חשבון מאך דאס אויכעט און וויליאמסבורג יישר כוח
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 21:53 |
|
| |
| ירושלימער2 כתב: |  | | ביהמ"ד הגדול קומט נישט צו, נישט צו דע 65 שוהלן אין קרית יואל נאר אפילו צו עטליכע שוהלן!!!!!!!!!!! און לפי דיין חשבון מאך דאס אויכעט און וויליאמסבורג יישר כוח |
|
כ'בין דיר דן לכף זכות אז די ביזט נאך אין קרית יואל'ער ביהמ''ד נישט געווען צד מהר''א מאכט נישט דעם חשבון אין וומ''ס ווייל אין סקווער פיס איז הופער גרעסער ווי ראדני - ווער נישט ווילד אין טשעק עס אליין'ס (סיי די עצם היכל פין די בתי מדרשים, אין די סקווער פיס פין 13 אין 14 קעגן ראדני) אין לו יהא, אז אין וומ''ס קען מען מאכען אזא חשבון, איז עס נאר ביז מהרז''ל וועט מסכים זיין זיך צוט שטעלן לדי''ת ווייל איינמאל מהרז''ל שטעלט זיך צו די''ת וועט זיין לכאורה די זעלבע בילד ווי ק''י בעזהשי''ת - אין דאס איז די פשוט'ע סיבה פארוואס זיי זענען מסרב.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 23:30 |
|
| |
דין תורה דין תורה סהאט נישט קיין טעם יעדעס מאל ווען די בלייבסט שטעקן זינגט דין תורה ווער סהאט באמת געוואלט גיין צו דין תורה אין ווער נישט ווער איז געגאנגען אין קוארט,,אין ווער נישט ,איז יודע ומפורסם פאר דע גאנצע וועלט, קענסט חולמען אפשר אבער סוועט דיר שוין גאר נישט העלפן !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!אולי דעס וואס דו חזרט שוין איבער דרייסיג מאל אטאג דין תורה חולמסטו שוין פון דין תורה
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2009 23:59 |
|
| |
| ירושלימער2 כתב: |  | ווער סהאט באמת געוואלט גיין צו דין תורה אין ווער נישט ווער איז געגאנגען אין קוארט,,אין ווער נישט ,איז יודע ומפורסם פאר דע גאנצע וועלט, קענסט חולמען אפשר אבער סוועט דיר שוין גאר נישט העלפן !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!אולי דעס וואס דו חזרט שוין איבער דרייסיג מאל אטאג דין תורה חולמסטו שוין פון דין תורה |
|
אזוי זאגסטו גיט!!!!! יעדער ווייסט טאקע ווער האט באקומען א הזמנה אין האט מסרב געווען אין דערנאך געקלאגט אין ערכעות אין די גאנצע וועלט..... ועדין עומד במרדו ר''ל
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 00:22 |
|
| |
| נפל כתב: |  | וואס טוט זיך אין זיין אייגן שטעטל קרית יואל? איך מיין אז דארט זענען דא איבער 60 שולן, אין וויפיל האט ער נישט קיין דריסת הרגל? |
|
די אלע שוהלן גייען אריין אין קאטאגאריע 2, 3, 4, 5, ליין עס זיי מוחל גוט איבער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 03:24 |
|
| |
טעות.
תוקן על ידי פארשטייצעך ב- 22/12/2009 03:31:24
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 03:25 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | ביזט גערעכט ביז דיין לעצטע פאר שורות ווייל צד מהר''א טענה'ט אז די גאנצע כח וואס מהר''א האט געהאט איז געווען ווייל ער איז געווען משועבד פאר משה גבאי, (אין אפי' מהר''א זעלבסט האט זיך אויך נישט געוואגט צו טוהן קעגן זיינע באפעלן ע''פ רוב) אין ווען משה גבאי האט גענומען מהרז''ל אין זיך ציקריגט מיט מהר''א האבען זיך אזוויפיל ראשי קהילה אפגעטיילט פין אים אין געגאנגן צו מהר''א אין לויט דעם איז מהרז''ל דער פארלירער. אין דאס איז שוין עטליכע מאל דא אויס'געטענה'ט געווארען.
|
|
רא"ט האט געהאט זיין כח אלס עלטסטער זון פון ברך משה, וועמען דער ברך משה האט געשטעלט אלס ראש ישיבה און אלס מסייע אין קרית יואל.
אזוי ווי ער האט געהאט א קעמפערישע נאטור, האט ער זיך מיט יעדן געקריגט טאג און נאכט, און נישט געווואוסט וויאזוי זיך דורכצוקומען, דאס האט אנגעמאכט א ים מיט שונאים, וועלכער האט ער געפארווערטד צו זיין טאטנס אדרעס, ערקלערנדיג אז דאס אלעס איז זיין טאטנס "שונאים", הגם ס'איז געווען שקר, אין בני יואל האט אפילו געהאט תלמידות מיטן נאמען "ברכה סימא" נאכן ברך משה'ס מאמע.
דער געטרייער טאטע האט אריינגענומען אין זיך אלע פיילן און געהאלטן דרשות טאג און נאכט לטובת דעם נעבעכדיגן זון. אבער א שלעגער שלאגט זיך דאך מיט יעדן, האט ער איין טאג זיך אנגעהויבן שלאגן מיט ר' משה דעם גבאי, און מיט אנדערע שטוב מענטשן און דעם טאטנס מקורבים. און האט פארלוירן דעם טאטנס שטיצע, וועלכער האט איינגעזען אז ר' אהרן האט נישט קיין טשענס איבערצונעמען "גאנץ סאטמאר" אזוי ווי ער האט אמאל געמיינט, און באשלאסן צו צוטיילן די קהלה בין הבנים. און ריזיגער חלק איז געגאנגען צום נארמאלערן זון רבינו מהרי"י שליט"א.
עס קען זיין אז זיין נארישע מלחמה מיט משה גבאי וואלט אים געקענט קאסטן אלעס, און דאס האט נישט פאסירט, קען צד רא"ט זאגן אז ס'איז א געווינס, אבער מען דארף געדענקען אז ער האט אנגעצינדן א פייער, און געשפריצט אויל אויפן פייער, און אז ס'האט נישט אפגעברענט אלעס, איז דאס טאקע א שטיקל געווינס פאר אים.
אבער צוקוקנדיג זיין יעצטיגן מהלך, ווי ער מיט זיין ראש הקהל מסור דוד עקשטיין זענען פארמישט אין מלחמות יומם ולילה, דא שפארן זיי אפ בתי מדרשים, געטשעפעט מתים ווילאנג מען האט געקענט, פירט מלחמות מיט רבי מאיר בעל הנס. ועוד ידם נטויה, איז זיכער עס וועט אים קאסטן פרייזן וואס מיר קענען אפילו נישט אויסרעכענען.
פאר צוואנציג יאר צוריק ווען ער האט זיך געשלאגן מיט בני יואל, האבן רוב מענטשן געהאלטן אז זיי וועלן דורכפאלן למחצה לשליש ולרביע, ביני לביני האט ער זיך אויפגעשטעלט מאסן פרישע שונאים, און טאקע זיין טאטענס נאנטע מענטשן און געשוויסטער, און יעצט שטייט בני יואל אלס ריזיגער כח מיט שטיצע פון "טויזנטער סאטמארע חסידים".
און לאמיר צוריקגיין צו די נושא, רוב שולן וועלכע זענען געווען בנשיאות פון זיין טאטע, זענען נישט בנשיאות רא"ט. אדער זענען זיי בנשיאות זיין ברודער מהרי"י שליט"א, וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל. אדער בנשיאות פון זיינע שוואגערס, ר' חיים יושע אין מאנסי און ר' דוד אין מאנטריאל, קען זיין אז זיי וועלן אים א טובה טאן און אריינלאזן אויף א וויזיט, קען זיין זיי וועלן אים מכבד זיין, אבער אין יענע שולן איז ער נישט ממלא מקום! די זעלבע אין אנטווערפן, קען זיין ער קען אפשר קומען אויף א וויזיט, און קיינער וועט אים נישט ארויסווארפן, אבער די שול איז נישט אונטער זיין נשיאות.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 18:24 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | ביזט גערעכט ביז דיין לעצטע פאר שורות ווייל צד מהר''א טענה'ט אז די גאנצע כח וואס מהר''א האט געהאט איז געווען ווייל ער איז געווען משועבד פאר משה גבאי, (אין אפי' מהר''א זעלבסט האט זיך אויך נישט געוואגט צו טוהן קעגן זיינע באפעלן ע''פ רוב) אין ווען משה גבאי האט גענומען מהרז''ל אין זיך ציקריגט מיט מהר''א האבען זיך אזוויפיל ראשי קהילה אפגעטיילט פין אים אין געגאנגן צו מהר''א אין לויט דעם איז מהרז''ל דער פארלירער. אין דאס איז שוין עטליכע מאל דא אויס'געטענה'ט געווארען.
רא"ט האט געהאט זיין כח אלס עלטסטער זון פון ברך משה, וועמען דער ברך משה האט געשטעלט אלס ראש ישיבה און אלס מסייע אין קרית יואל.
אזוי ווי ער האט געהאט א קעמפערישע נאטור, האט ער זיך מיט יעדן געקריגט טאג און נאכט, און נישט געווואוסט וויאזוי זיך דורכצוקומען, דאס האט אנגעמאכט א ים מיט שונאים, וועלכער האט ער געפארווערטד צו זיין טאטנס אדרעס, ערקלערנדיג אז דאס אלעס איז זיין טאטנס "שונאים", הגם ס'איז געווען שקר, אין בני יואל האט אפילו געהאט תלמידות מיטן נאמען "ברכה סימא" נאכן ברך משה'ס מאמע.
דער געטרייער טאטע האט אריינגענומען אין זיך אלע פיילן און געהאלטן דרשות טאג און נאכט לטובת דעם נעבעכדיגן זון. אבער א שלעגער שלאגט זיך דאך מיט יעדן, האט ער איין טאג זיך אנגעהויבן שלאגן מיט ר' משה דעם גבאי, און מיט אנדערע שטוב מענטשן און דעם טאטנס מקורבים. און האט פארלוירן דעם טאטנס שטיצע, וועלכער האט איינגעזען אז ר' אהרן האט נישט קיין טשענס איבערצונעמען "גאנץ סאטמאר" אזוי ווי ער האט אמאל געמיינט, און באשלאסן צו צוטיילן די קהלה בין הבנים. און ריזיגער חלק איז געגאנגען צום נארמאלערן זון רבינו מהרי"י שליט"א.
עס קען זיין אז זיין נארישע מלחמה מיט משה גבאי וואלט אים געקענט קאסטן אלעס, און דאס האט נישט פאסירט, קען צד רא"ט זאגן אז ס'איז א געווינס, אבער מען דארף געדענקען אז ער האט אנגעצינדן א פייער, און געשפריצט אויל אויפן פייער, און אז ס'האט נישט אפגעברענט אלעס, איז דאס טאקע א שטיקל געווינס פאר אים.
אבער צוקוקנדיג זיין יעצטיגן מהלך, ווי ער מיט זיין ראש הקהל מסור דוד עקשטיין זענען פארמישט אין מלחמות יומם ולילה, דא שפארן זיי אפ בתי מדרשים, געטשעפעט מתים ווילאנג מען האט געקענט, פירט מלחמות מיט רבי מאיר בעל הנס. ועוד ידם נטויה, איז זיכער עס וועט אים קאסטן פרייזן וואס מיר קענען אפילו נישט אויסרעכענען.
פאר צוואנציג יאר צוריק ווען ער האט זיך געשלאגן מיט בני יואל, האבן רוב מענטשן געהאלטן אז זיי וועלן דורכפאלן למחצה לשליש ולרביע, ביני לביני האט ער זיך אויפגעשטעלט מאסן פרישע שונאים, און טאקע זיין טאטענס נאנטע מענטשן און געשוויסטער, און יעצט שטייט בני יואל אלס ריזיגער כח מיט שטיצע פון "טויזנטער סאטמארע חסידים".
און לאמיר צוריקגיין צו די נושא, רוב שולן וועלכע זענען געווען בנשיאות פון זיין טאטע, זענען נישט בנשיאות רא"ט. אדער זענען זיי בנשיאות זיין ברודער מהרי"י שליט"א, וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל. אדער בנשיאות פון זיינע שוואגערס, ר' חיים יושע אין מאנסי און ר' דוד אין מאנטריאל, קען זיין אז זיי וועלן אים א טובה טאן און אריינלאזן אויף א וויזיט, קען זיין זיי וועלן אים מכבד זיין, אבער אין יענע שולן איז ער נישט ממלא מקום! די זעלבע אין אנטווערפן, קען זיין ער קען אפשר קומען אויף א וויזיט, און קיינער וועט אים נישט ארויסווארפן, אבער די שול איז נישט אונטער זיין נשיאות. |
|
אדער געדענקסטו נישט גיט אדער זאגסטו פשוט ליגענט אדער ביזטו נאך דאן נישט געווען געבוירן...
אין מציאות, די ערשטע אין הויפט ציל פין די קעגנער איז אלס געווען קעגן ברך משה ז''ל, במשך הימים זענען געוויסע סקאנדאלען אין געשעהניש וואס דאס האט געברענגט אז מהר''א איז געווארען דער ציל ברעט, וועלכע האט ערליך אריינגענומען די פיילען אין זיך לכבודו פין זיין טאטען, ווי זיין טאטע האט מעיד געווען.
די מערכה מיט בני יואל, איז קלאר געווען קעגן ברך משה ז''ל, קענסט אפשר טרעפן א מיידעל מיטן נאמען ברכה סימא אין טענה'ן אז זי האט געהייסען נאכען ברך משה'ס מאמע, ווייל אין פאקט האט אפי' ביי די חסידים נישט א נאמען געגבן נאכ'ן רבין'ס מאמע.......
אין ווען די זאגסט אז די מערכה פין בני יואל איז נישט געווען קעגן ברך משה, רופסטו ארויס ווינדער (מילד גערעדט) ביי יעדן וואס געדענקט אביסעל היסטאריע.
דער שלעגערישער נאטור, איז וואיל באקאנט פאר יעדן ווער דאס איז, דאס איז דער וואס האט אנגעדרייט די גאנצע מחלוקה, אין די אלע שונאים וואס סאטמאר האט איז זיין קרעדיט, אין ער איז היינט דער משב''ק ביי מהרז''ל.
אין לדבריך אז דער ברך משה האט אפגעמאכט צו צוטיילען די רבי'טעווע, דאן פארוואס האט ער עס פאר ''קיינעם נישט געזאגט'' ניטעמאל שטייט אזוי אין די צוואה וואס מהרז''ל האט פראקלאמירט, אין וויאזוי האט מהרז''ל א רעכט צו עפענען א שול אין ק''י, אויב איז עס ציטיילט?
אין דאס איז קלאר אז טראץ וואס מהר''א וואלט אפשר געקענט זיין בעה''ב אליין'ס אין טוהן וואס ער וויל, איז ער אבער געווען פולקאם משועבד פאר משה גבאי, אין ווען משה האט געזעהן אז מהר''א ווארפט אראפ די שועביד האט ער אנגהויבן די מלחמה וויסענדיג ביי זיך אז ער האט אלע ראה''ק מיט זיך (פרעגט נאר סיי וולעכע פין די ראה''ק - חוץ ר' יצחק רז''ב, ווי נאנט אין טיילוויזט משועבד זיי זענען געווען פאר משה, סיי ר' אברהם ווידער, ר' מאיר הירש, ר' בערל פר''מ, ר' ארי' לייב גלאנץ, ר' אהרן וועלץ, ר' ישעי' וואלף לעוו, ר' משה חיים ווייס, ''אלע ברך משה קינדער אין איידימער'', כו'), למעשה איז אים נאר געלונגען ירושלים ווייל דארט האט ער שוין געכאפט שטילערהייט, אין וומ''ס ווען מהרז''ל האט ארויסגעשטויסן די ראה''ק אין איז זיך מסרב פין שטעלן צו די''ת. אז די ווילסט דווקא מאכען מהר''א פאר א לוזער, קעסטו צילייגען אז ער האט געמיינט אז וועט האבען די עמפייער סטעיט בילדינג וכו' אין למעשה האט ער עס נישט....
וועגן די מלחמה וואס ר' דוד עקשטיין פירט, איך בין זיכער איז די וואלסט נישט געווען בעסער, ווען איינער רופט דיך אין קארט אין די געווינסט, נאר די וואלטס נישט יענעם געגבן די אפשען פין דין תורה וועגן אין נזקקין, אין ר' דוד האט יא געגבן..
פין זיין טאטען'ס קינדער, שרייבסטו אויך ליגענט, ווייל ביי די ברודער'ס איז ווי פאלגענד: די שוואכערע ברודער ביי מהרז''ל אין ער האט טאקע באקומען לכבוד דעם א ביהמ''ד, אין איז געבליבן דערמיט טראץ וואס מהרז''ל זייער געוואלט מיט א גערעכטע טענה אז אויב בלייבט ער מיט די הויז, איז אים זייער נישט ב'טעם'ט צו האבען א שול וואס זיי ברודער פירט, אין זיין הויז, אין ער איז אים געווען אפי' גרייט צו געבן א אנדערע פלאץ, אבער וויבלאד משה גבאי איז בעה''ב איז עס דארט געבליבן, אין ר' שלום אליעזר אין געבליבן מיט מהר''א, די איידימער, ר' בעריש איז ביי מהר''א, ר' דוד אין ר' חיים יושע מאכען שבת פאר זיך, כידוע סוי וואס דרייסטו א קאפ מיט די קינדער?
אין וועגן זיין טאטען'ס נאנטע מענטשן, איז אזוי: ביי די שטוב מענטשן האט מהרז''ל - משה גבאי מיט זיך רוב כמובן, פינקט ווי די שטוב מענטשן ביים רבי'ן ז''ל, אבער די געטרייע חסידים אדער פאנאטישע-ווי איר רופט עס, איז מער ווייניגער אלעס ביי מהר''א.
און לאמיר צוריקגיין צו די נושא, רוב שולן וועלכע זענען געווען בנשיאות פון זיין טאטע, זענען נישט בנשיאות מהרז''ל - משה גבאי. אדער זענען זיי בנשיאות זיין ברודער מהר''א שליט"א, וואו ער האט נישט קיין דריסת הרגל. אדער בנשיאות פון זיינע שוואגערס, ר' חיים יושע אין מאנסי און ר' דוד אין מאנטריאל, אדער נייטראל קען זיין אז זיי וועלן אים אריינלאזן אויף א וויזיט, קען זיין זיי וועלן אים מכבד זיין, אבער אין יענע שולן איז ער נישט בעה''ב - מ''מ!
תוקן על ידי דיןתורה ב- 22/12/2009 18:36:26
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 21:41 |
|
| |
דו רעדסט נאך זאכן וואס מען האט דער אריינפיטערט אין קאפ, און געמאכט אלס חלק פון דיין אמונה.
לאמיתו של דבר, דער ברך משה האט נישט געהאט קיין סאך "שונאים", ער האט אבער געהאט אסאך מענטשן וואס זענען נישט געווען זיינע "גרויסע חסידים", זיי האבן זיך געוואלט לעבן במנוחה, גייען זייער וועג, גייט מיט א קוויטל אדער צום טיש ווען עס שמעקט זיי און פארטיג.
אוודאי זענען געווען א קומץ מיט די רביצינס מקורבים וואס האבן געהאט מיט אים אלטע חשבונות, אבער איך רעדט פון המון עם, א ציבור לאלפים, וואס האט געהאט א רבין א קדוש וטהור און זענען געווען חרוב פון זיין פטירה, די אלע אידן האבן געוואלט אז סאטמאר זאל ווייטער אנגיין, די קהלה און די מוסדות זאלן זיך ווייטער פירן, און זיי האבן הנאה געהאט אז מען האט אויפגענומען דעם ברך משה זי"ע אלס ממלא מקום, קודם אלס רב פון די קהלה און שפעטער אלס רבי.
די מענטשן האבן זיך אוודאי נישט געזוכט צו שלאגן מיט אים, און זיכער האבן זיי נישט געהאלטן ביים עפענען מוסדות אדער קהילות, און אזוי ווייטער.
למעשה אבער האט פאסירט אז אין "קרית יואל", איז אנגעקומען דער רא"ט, וואס האט א שלעגערישע נאטור, און ער האט אנגעהויבן צוזאמען שטעלן א "שונאים ליסטע", מען האט אנגעהויבן קאנטראלירן יעדן איינעם ווי ער דאווענט שבת, וויפיל מאל ער קומט צום טיש, אויב איז ער גענוג "חסיד", רא"ט האט אנגעהויבן האלטן דרשות פאר די בחורים אז זיי זאלן דיך אננעמען פאר'ן רבין, און אזוי האט מען זיך פלוצלינג דערזען מיט א ריזיגן צאל שונאים וואס האט געהאלטן אין איין וואקסן.
ובכלליות איז רא"ט געווען טאג און נאכט פארנומען מיט די מלחמות, געהעצט און געהאלטן דרשות, אין די צייט וואס אין אלע אנדערע מקומות אויף די וועלט איז געווען במנוחה, כאטש איבעראל האבן געוואוינט סאטמאר'ע חסידים, און נישט יעדער האט געהאלטן אז דער ברך משה איז גרעסער פון דברי חיים, אדער "פונקט אזוי גרויס" ווי רביה"ק זי"ע.
מיט זיינע אלע מלחמות איז זיין גרעסטע הנאה געווען אז די "שונאים" זאלן "פלאצן", און ס'זאל זיין "ייצא עיניך", און זיי האבן טאקע געפלאצט, און נאך ווי געפלאצט, אבער נאכן פלאצן האבן זיי געטאן פעולות קעגן ר' אהרן וואס זיי וואלטן קיינמאל נישט געטאן. עס איז אויסגעוואקסן א בני יואל, א סקול דיסטריקט פרשה, און אזוי ווייטער. שפעטער האט מען זיכער געמאכט אז משה גבאי זאל "פלאצן".
מען האלט היינט צען צוועלף יאר נאכדעם וואס רא"ט האט זיך צושלאגן מיט ר' משה גבאי, למעשה גייט רא"ט מיט זעלבע רשעות און רציחות, אזוי ווי מען האט גוט געזען ביי די טרויעריגע פערלשטיין פרשה, וויפיל שלעכטקייט עס קען ליגן א מענטש, וואס דארף ליידער זיין א סעמפל פאר אידן וויאזוי זיך אויפצופירן, און זיין סעמפל איז צו מאכן מענטשן פלאצן.
בנוגע ר' משה גבאי, דארפסטו פארשטיין איין זאך, אז דער ברך משה איז געווען בטבע א מנהיג, ער האט פארשטאנען צו פירערשאפט, ממילא איז גאנץ סאטמאר געווען אונטער זיין קאנטראל, און זיין פארבינדונגס מאן איז געווען ר' משה גבאי, אזוי ווי ער האט געזאגט ברבים, אז ער דאנקט יעדן טאג דעם באשעפער אז ער האט אים צוגעשיקט אזא קלוגן מענטש. יא אוודאי זענען געווען טענות קעגן אים, און ער איז נישט געווען קיין מושלם, אבער ער האט אסאך מענטשן ארויסגעהאלפן, און העלפט נאך היינט, אבער נאך אלעם איז ער א "גבאי", און קיינער האט נישט אנגעוויזן פאר זיינע קינדער אז מען דארף אויסוואקסן ווי אים.
משא"כ רא"ט וואס דארף מכלומר'שט זיין א "דעת תורה", ער דארף זיין א וועג ווייזער פאר אידישע קינדער, אז ער האט אין זיך די מדת אכזריות, צו פייניגן אנדערע אידן ווייל זיי זענען נישט זיינע חסידים, א שטיק גאווה און שחצנות פון א אויבן ביז אראפ, איז דען א וואונדער אז טויזנטער סאטמארע אידן האלטן אז ער איז ממש א סכנה פאר'ן דור, און מענטשן האבן זיך מוסר נפש געווען אויפצושטעלן מוסדות און קהילות אפצוראטעווען זייערע דורות מען זאל חלילה נישט נמשך ווערן נאך אים.
עס איז נישט געווען קיין גרויס כבוד און באקוועמליכקייט ארויסצוגיין און די גאסן און באגלייטן די הייליגע ספרי תורות אין גלות אריין. אבער דער ראט האט שווער געארבעט צו פארווייטאגן וואס מער אידן, וועלכע זענען געווען געצווינגען אויסצושרייען זייער ווייטאג.
יא, קיין שום רב האט נאכנישט געהאט אזא כבוד, אבער ראט איז א שווערער ארבעטער, און אסאך מענטשן האבן שוין פון אים געפלאצט.
פונקטליך וואס די קינדער און איידעמער פון ברך משה האלטן, איז כהיום בכלל נישט אינטרעסאנט, ס'איז נישט די גרויסע "דעת תורה" אויף וואס דער ציבור קוקט ארויס אפצומאכן וואס מען זאל טאן.
ווען מען קוקט פון משה גבאי'ס קוק ווינקל, קען זיין אז ער וואלט געקענט באשטיין אז די אלע נייטראלע שולן זאלן זיין אונטער ר' זלמן לייב, אבער פון א בני יואל קוק ווינקעל, איז בכלל נישט קיין נפקא מינא, צו ר' חיים יושע איז רב אדער ר' דוד, דער עיקר איז אז ס'איז א סאטמאר בית המדרש נישט בנשיאות רא"ט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2009 23:03 |
|
| |
באלד וועסטו נאל זאגן אז יעדע חנה אין סאטמאר איז אויפן נאמען פון רביה"ק מאמע....
תוקן על ידי NOYOUCANT ב- 22/12/2009 23:42:15
|
|
|
|
|