ר' לעקסינגטאן, אנטשולדיגט מיר זייער, אבער אפיציעל איז דער פארום א נוטראלער פארום, ווי יעדער קען שרייבן וואס ער וויל.
איך פארשטיי אז דער פארום איז נוטה צו די ארונים, אבער איך וויל דוקא יא אז מען זאל קענען שרייבן דא אזעלכע זאכן, אויב נישט פארלירט דער פארום יעדעס ברעקל אינטערעסאנטקייט. אויף צו ליינעם נאר ארוניזם, בין איך נישט אינטערעסירט צו קימען דא, פונקט ווי איך גיי נישט אין דעם אנדערן פארום וועלכער ווערט יעדע פאר חדשים נתחדש אונטער א נייעם נאמען, ווייל איך בין נישט אינטערעסירט אין א פארום וואס איז בלויז פאליטיק פון א געוויסן הויף.
מנהל איך בעט דיך קלאר, לאז נפל שרייבן דא וואס ער וויל, כאטש רוב מאל האלט איך נישט מיט אים, און לאז ווארימער שרייבן וואס ער וויל.
וועמען עס געפעלט נישט וואס ער שרייבט, קען זיך מתווכח זיין, אבער יענעם פארשווייגן מיטן שרייען אראבער וכדו' פאסט לגמרי נישט פאר א מכובד'דיגן פארום.
אדרבה, ערעב לעקסינגטאן, איך לאדן דיך איין צו פירן א געהעריגן וויכוח דא מיט ווארימער איבער דעם ענין. לאמיך זען אויב דו קענסט.
|
|