| נשלח ב-23/12/2009 23:15 |
|
| |
פרשת יאפאן קומט צוריק קיין ארץ ישראל
חיים ר. ליידער א היימידע בחור פון בני ברק, איז היינט ארעסטירט געווארן.
די מעשה גייט אזוי, (לויט גאר א קראנטע מקור) דער בחור איז זייער גוט געווען מיט די דריי בחורים אדורך א געוויסע ארגענעזאציע וועלכע דער בחור האט געהאלפן פירן. דער בחור האט זיך שפעטער באהאלטן אין אלעד, און שפעטער איז ער אנטלאפן קיין לאנדאן. און 7 טעג ארום גייט זיין די משפט פון בנציון מיללער (מ'מעג שרייבן לויט די תקנות פון היידפארק אויף איינעם ימ"ש? אויב יא לייגט דאס צו צו אים), און די איזראעלישע פאליציי האט צוגעזאגט פרא חיים ר. אז אויב ער וועט קומען עדות זאגן אנטקעגן אים אין קאורט, וועט מען אים גארנישט טוהן, נאר ער וועט זיין אין מעצר בית (הויס ארעסט) ביז די משפט.
אבער זעהט זיך אויס אז משוגעים זענען זיי נישט, ווי נאר ער איז אנקומען האט מען אים (ב"ה) געקייטעלט און גענומען אין פאליציי סטאנציע ביז תום ההיליכים (ביז ווען מ'ענדיגט, אדער אין אנדערע ווערטער, יהא מינח עד שיבוא אליהו).
די עסקנים און בראשם העסקן הערשי ה., ארבעטן זייער שווער אז די פאליציי זאל איינהאלטן זייער ערשטע צוזאג.
נ.ב. אלץ איינער וואס איז גוט באהאווענט פון די ערשטע מינוט, וואס עס גייט פאר דארט, קען איך צולייגן אז עס קומט זיך אים ערליך. מ'האט געוואלט אז ער זאל פארן קיין יאפאן עדות זאגן לטובת די בחורים, אבער ער נישט געוואלט וועגן ער האט מורא געהאט צו ווערן ארעסטירט. יעצט איז ער געווארן ארעסטירט, און די בחורים האבן ליידער גארנישט פון דעם.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/12/2009 18:27:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2009 23:19 |
|
| |
מנהל מעק אויס דעם אשכול דער וויל דא סתם טרינקען יודיש בלוט דאס פלאץ איז נישט דא
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2009 23:25 |
|
| |
ער האט טרינקן אידישע בלוט ווען מ'האט אים געגעבן א ברירה צו העלפן די אומשלדיגע בחורים. און ער האט אפגעזאגט
|
|
|
|
| נשלח ב-23/12/2009 23:27 |
|
| |
לאז דעי מצוות פאר די זאליס אין זייער קינדערגארטן רשעותדיגע פארום
אחוץ אויב די ביסט אויך פון די כת
גיי דיר אהין דארטן דא איז נישט די פלאץ פאר דעם!!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 00:20 |
|
| |
NOYOCANT איתך אנוכי בצרה מיר האט לעקסינגטאן שוין אויך פארשיקט פון דא... פארשטייט זיך איך פייף זיך אן אויף אים.
לעגסינגטאן איך וואלט דיר מייעץ געווען צו עפענען א אייגענע פורום ווי די וועלסט קענען טון וואס די ווילסט
מנהל איך וואלט דיר מייעץ געווען צו מאכן א תקנה אז אזא סארט אטאקע איז נישט אויסגעהלאטן
נחזור לענינינו, אין די פורום וואס די רופסט קינדער פורום-בליט טרינקער וכו' האב איך היינט געזען אז ער איז ארויס אויף הויז ארעסט.
תוקן על ידי נפל ב- 24/12/2009 00:20:40
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 00:50 |
|
| |
ביז יעצט (5:40 pm) איז ער נאכנישט אהיימגעשיקט געווארן. לאמיר נישט פארגעסן אז ער האט געהאט א chance צו מאכן א רעכטע תשובת המשקל, און אראפפארן קיין יאפאן און אויסרופן דארט בקול רם, יעקב יוסף, יואלי, און יוסי האבן נישט געהאט קיין אננונג וואס זיי טראגן. דאס וואלט געקענט מאכן אז די בחורים וואלטן שוין יעצט געווען אינדערהיים ביי זייער טאטע און מאמע וואס ווארט נאעבעך אויף זיי און באנעצן זייער קישן אדאנק דעם בחור.
ער האט אפגעזאגט צוליב דעם וואס זיין (איינגערטע) טובה איז געווען וויכטיגער ווי זייערס, וואס לאמיר נישט פארגעסן אז ער האט זיי אריינגעדרייט אין פעקל.
די רבנים הגאונים שליט"א האבן זיך געבעטן צו אים, אבער ער האט זיי צוריקגעוויזן א גרויסע פייג.
דאס איז טאקע די סיבה פארוואס ער איז נישט אריין צום רבי'ן יעצט ווען ער איז געווען דאהי סוכות. ווייל ער האט געוויסט וואס עס ווארט אים דארט. חוץ אין חב"ד שמחת בית השואבה איז ער נישט געווען אין קיין איין פאבליק פלאץ. איך אליינס האט גערעדט צו אים סוכות, און זיך געבעטן צו אים, זיי נישט מפקיר די אומשילדיגע בחורים, וואס ווער ווי דו ווייסט אז זיי זענען אומשלדיג? אבער האט ברוב טפשתו צוריקגעלאכט אין פנים אריין. אונז זענען שוין געווען גרייט צו פארהאנדלן מיט אים, שרייב כאטשיק א בריוו צום שופט, ראטעווע כאטשיק יעקב יוסף און יואלי. אבער אפילו דאס האט ער צוריקגעוויזן.
אמת אז ער קומט פון א היימישע שטוב, האט אבער יחזקי' המלך נישט געהאט א זוהן ווי מנשה? צו ווייסט עס דען אויף עפעס ח"ו?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 01:28 |
|
| |
NOYOUCANT די ביסט סתם א רשע און א ליגענער.
הב' חיים ראטער איז גרייט געווען עדות צו זאגן אין יאפאן לטובת די בחורים, אבער די עסקנים האבן געזאגט אז עס פעלט נישט אויס, עס וועט גארנישט אויפטאן.
די איינציגסטע זאך וואס קען פאסירן, אז טאמער ער קומט קיין יאפאן ובפרט טאמער ער זאגט אין געריכט אז ער האט געהאט א שייכות מיט די פרשה, וועט מען אים אויך איינזעצן דארט.
חיים האט געדארפט אליין פארן אויף יאפאן, ווען די דראג חברה האט אים אנגעטראגען צו פארן, ער האט נישט געהאט קיין אננוג אז מען גייט טראגן דראגס, זיי האבן אים געזאגט און פאר די אנדערע בחורים אז מען גייט טראגן אידישע חפיצים, און מען גייט זיי באצאלען יעדען 500 דאלער.
אין די לעצטע מינוט האט ער נישט געקענט פארן, זיין חבר איז געפארן אנשטאט אים, ביידע סיי חיים, סיי זייין חבר האבן נישט געוואוסט אז עס איז דראגס.
הב' חיים איז נקי, ער האט נעבעך גארנישט געוואוסט, ער איז נעבעך אריין געפאלען אינעם פעקל פונקט ווי די 3 בחורים וואס שמאכטן נעבעך אין יאפאן טורמע, נאר דורך א צופאל א נס מן השמים איז ער די לעצטע מינוט נישט געפארן.
חיים איז צובראכן האט געטאן זייט די פרשה כל פעולות שבעולם וואס ער האט נאר געקענט, צו העלפן די בחורים, סיי מיט געלט, טראגן ברענגן וכו', און אוודאי מיט תפלה ובקשה צום בורא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 01:29 |
|
| |
נאו-יו-קענט, ביסטו א שקרן וכזבן. אלס קרוב משפחה ווייס איך קלאר אז ח.ר. איז געווען פונקט אזוי אין פעקל ווי די אנדערע בחורים. ער האט נישט אנגעפאנגען צו וויסן אז ער גייט טראגן דראגס.
נאכמער, ח.ר. האט אליינס געדארפט פארן קיין יאפאן צוזאמען מיט די אנדערע בחורים. ער איז נאר געראטעוועט געווארן צוליב דעם טאמאשאווער רבי'ן.
ער איז אריין צום טאמאשאווער רבי'ן פאר די נסיעה און אים געזאגט אז ער פארט קיין יאפאן טראגן אנטיקן, און אז ער גייט באקומען כך וכך געלט. פאר'ן טאמאשאווער רבי'ן איז די גאנצע זאך נישט געפאלן און ער האט איבערגערעדט ח.ר. מיט גוטן און מיט בייזן נישט צו פארן קיין יאפאן. חכם עדיף מנביא.
איז וואס ווילסטו פון דעם בחור? ער איז בסך הכל אריינגעפאלן אינעם זעלבן פעקל ווי די אנדערע בחורים.
זאג מיר דו צי דו וואלסט געווען א גיבור און געפארן קיין יאפאן עדות זאגן, ווען דו ווייסט אז די יאפאנעזער זענען אזעלכע אכזריות'דיגע רוצחים. (אגב איז ח.ר. גרייט געווען צו טאן סאך סכנה'דיגערע זאכן ווי פארן קיין יאפאן לטובת די בחורים.)
תוקן על ידי לאגיש ב- 24/12/2009 01:31:56
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 01:33 |
|
| |
וואס האסטו געוואלט ער זאל גיין פארען קיין יאפאן זיך אריינלייגען אין לייבען גרוב? אפשר על פי הלכה וואלט ער אזוי געמוזט טון אבער ליידער אדם קרוב אצל עצמו
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 01:47 |
|
| |
צו טראק און לאגיש (אויב עס נישט נישט דע זעלבע מענטש)
ראשית כל מ'זעהט אויף ענק ביידע אז ענק האבן נישט קיין אננונג אין די פרשה בחייכון וביומכן. מ'האט אנגעטראגן 1500 און נישט 500 חיים ראטער איז נישט געפארן צוליב דעם וואס ער האט דערציילט פאר זיין חברותא העסקן החשוב ש.ש. פון בני ברק די גאנצע זאך פארדעם אז ער גייט פארן וכו' כו' דער עסקן האט זיך געבעטן ביי אים פאר נישט, און אויף זיין גוטע מזל איז ער נישט געפארן. איך האב געפרעגט חיים א וואך נאך די פרשה (ווען ער איז געווען באהאלטן אין אלעד) היתכן? האט ער מיר גע'ענטפערט אז ער האט עס שוין געטוהן עטליכע מאהל, און עס איז קיינמאל גארנישט פאסירט, במילא האט ער גטראכט אז יעצט וועט אויך גארנישט געשעהן. און דריטענס עס איז געווען א רשימה פון נאך 4 בחורים פאר די קומענדיגע נסיעה וואס צוליב כבודם און כבוד משפחתם וועל איך נישט מפרט זיין ווער זיי זענען. און פערדנס: אדרבה רעכן מיר אויס איין עסקן (חוץ ה.ה., וועלכע איז טאקע זייער גוט אין עסקנות אין בני ברק, אבער ווען מ'האט נאך געקענט אויפטוהן דא, האט ער נאר קאליע געמאכט, (אין אישי וועל איך מסביר זיין מער אויב איינער וויל דווקא)) וועלכע האט דיר געזאגט אז ער דארף נישט אהין פארן???? רעדט נישט ביטע זאכן וואס ענק ווייסן נישט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 01:58 |
|
| |
מקען זען פון דעם "די קענסט נישט" אז דער האט דא פארשידענע זייטיגע אגענדעס און נגיעות
קען זיין די האסט עפעס א חשבון מיט עם = אבער אעפ"כ אינישט קיין יושר די זאלסט עם פארדעם אויספראקן דא אויפן פארק
לויט מיין ריסוירטש איז ער נעבעך אן אומולדיג שוטהל'ע וואס איז אליין שיעור נישט געווען אינעם זעלבן פעקל ווי די אנדערע דריי
דאס איז אמאל זיכער אז ער איז נישט בייזוויליג געגאנגען אריינדרייען די בחורים די דריי בחורים אליין האט איינער פון די דריי געברענגט זיין חבר = און זיי ביידע זענען נעבעך דארט זיי האבן אלע קיין בלאסן אנונג נישט געהאט
סהאט נישט קיין שום זין נישט אויסצופראקן אן אומשולדיג בחור'ל סשטעקט דערין בלויזע רשעות און ווי מקען טאקע זען כאפן זיך די זאליס ארויף דערויף ווייל זיי לעבן אויף בלוט צאפעריי
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 02:13 |
|
| |
מיין חשבון מיט אים האט זיך אנגעהויבן ווען איך האב גערעדט צו אים א וואך נאכן אויסברעכן די פרשה. ווען איך וואלט ווען אים געוואלט אויספראקן דא, וואלט איך עס שוין לאנג געטוהן. (כ'האב גענוג און נאך סחורה אויף אים ). איך וויל דא איין זאך, אז דער וועלט זאל זעהן אז וועלט איז נישט הפקר.
איך האב גע'ארבעט אויף די פרשה שעות אויף שעות. און עס געפעלט מיר צו זעהן ווי אזוי מענטשן וועלכע האבן נישט קיין אנונג וואס עס גייט פאר שרייען רשע און אכזר.
איך זעה אז עטץ ווייסט אזוי גוט וואס עס גייט פאר דארט: איך וועל ענק נאר פרעגן 4 קשיות, און זייטס מוחל און ענטפערטס מיר א תירוץ. 1) ווען האבן ענק גערעדט צו איינע פון די 3 בחורים נאכן ארעסטירט ווערן? 2) וויפיל געלט שיקן ענק פאר די בחורים, אדער פאר די עלטערן? 3) וואס טוט די חיד"א שליט"א, און וואס טוט ר' מענדל שאפראן שליט"א? 4) וועלכע פון די בחורים זענען אמעריקאנער? 5) וואס האט די לויער געטוהן אין בני ברק? 6) וואס איז געווען ווען הרה"ג בעל שבט הלוי שליט"א האט געבעטן די דאקעמענטן? 7) פארוועם גייט די געלט פון קופת העיר? (זארגט ענק נישט עס קומט אן אין ריכטיגע פלעצער ב"ה, נאר צו וועם די משפחות? לויער פונעם חיד"א שליט"א? לויער'ס פון ר' מענדל שאפראן שליט"א?) 8) פארוואס זיצט נאך דער יונגעסטע בחור אין יאפאן און נישט אר"י? 9) וואס האט שמעון פרס (דער פרעזידענט פון מדינת ישראל) געווען אריינגעמישט? 10) וואס איז געווען די מיטינג צווישן הרה"ג ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א און הרב שטיינמאן?
ווען ענק וועלן וויסן צו ענטפערן די אלע שאלות (און די ערשטע צוויי, ביטע ברבים)דאן שרייבט אויף מיר רשע און אכזר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 03:49 |
|
| |
NOYOUCANT איז סתם א בעקער ער שרייבט זאכן לא דובים ולא יער.
כדי אים שטיל צו מאכן וועל איך אים ענטפערן זיינע אויסטראווציע קשיות
ווען האבן ענק גערעדט צו איינע פון די 3 בחורים נאכן ארעסטירט ווערן?
ווען דו האסט גערעדט... 2) וויפיל געלט שיקן ענק פאר די בחורים, אדער פאר די עלטערן?
וויפיל געלט דו האסט געשיקט... 3) וואס טוט די חיד"א שליט"א, און וואס טוט ר' מענדל שאפראן שליט"א?
חיד"א נעמנט קער נאר פון גאלדשטיין גרינוואלד, און ר' מענדל שאפראן נעמנט קער פון באנדא. 4) וועלכע פון די בחורים זענען אמעריקאנער?
גאלדשטיין איז א אמעריקאנער 5) וואס האט די לויער געטוהן אין בני ברק?
ארום געגאנגען צו רבנים, ובפרט אין ישיבות ווייל מען האט זיי געדארפט ווייזן וואס מיינט א ישיבה בחור 6) וואס איז געווען ווען הרה"ג בעל שבט הלוי שליט"א האט געבעטן די דאקעמענטן?
ער האט נישט געבעטען
7) פארוועם גייט די געלט פון קופת העיר? (זארגט ענק נישט עס קומט אן אין ריכטיגע פלעצער ב"ה, נאר צו וועם די משפחות? לויער פונעם חיד"א שליט"א? לויער'ס פון ר' מענדל שאפראן שליט"א?)
קופת העיר גייט פאר די לויערס פון באנדא, און אויך פאר די הוצאות פון פארן פון אלע 3 משפחות, מלון, שיקן ליין מאטריאל 8) פארוואס זיצט נאך דער יונגעסטע בחור אין יאפאן און נישט אר"י?
אי"ה בקרוב ממש וועט מען זיך וואונטשען אין פריידן, יעדעס ווארט מער וואס די וועסט שרייבסט איבער דעם ענין ביסטו א רוצח. 9) וואס האט שמעון פרס (דער פרעזידענט פון מדינת ישראל) געווען אריינגעמישט?
הרב גראסמאן האט אריין געמישט אלע פאליקאנטען וועם ער קען נאר 10) וואס איז געווען די מיטינג צווישן הרה"ג ראש ישיבת סאטמאר בני ברק שליט"א און הרב שטיינמאן?
ער איז געווען ביי אים צו טאן השתדלות איבער דעם ענין.
מער ענטפער איך נישט אויף דיינע קשיות, איך האב נאר די געוואלט ווייזן אז די אלע קשיות וואס די פרעגסט איז סתם געשאסן, אז דער עולם זאל מיינע אז די ביסט ממש דער חיד"א...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 04:21 |
|
| |
איך רייבט מיך די אויגן וואס איך ליין דא, ווי עפעס אן אכזרישער זאלי שקרן NOYOUCANT בויעט דא גאנצע געביידעס, פיל מיט שקרים חלומות דמיונות, סתם ארויסגעזויגען פון פינגער, איך זע ווי לעקסינגטאן, טראק, און אנדערע האבן אים שוין אביסעל אפגענטפערט, אבער אזא איינער איז נישט שייך אפצופרעגען נאר איך וועל ברענגן דא עטליכע דוגמאות וואס ער שרייבט אליין, וועט יעדער זעהן אז ער איז א שקרן פון קאפ ביז פיס.
1) ווער עס וויל קען קאלן קיין בני ברק, יעדער וועט וויסן צו דערציילן אז חיים ראטער איז ב"ה היינט צופרי אנגעקומען קיין א"י, און שוין זייט 1 נאכמיטאג א"י צייט ד.מ. ווען דא איז נאך דער עולם געשלאפען, האט זיך חיים ארום געדרייט שלום נעמען פונעם עולם אין ביהמ"ד הגדול אין שיכון. 2) מען האט אים נישט ארעסטירט, נישט געקייטעלט, נאר אויס געפרעגט פאר 1 שעה, און פריי געלאזט אויף הויז (שטאט) ארעסט פאר 3 וואכן, ווי יעדער פארשטייט אליין נאכדעם וואס ער איז געווען אין לאנדאן איבער א יאר, קומט ער נישט פלוצלינג אליין צוריק טאמער מען וויל אים ארעסטירן. 3) יעדער פארשטייט אז די מדינה ווען זיי שרייבן עפעס אונטער אז מען גייט אים נישט ארעסטירען, ארעסטירען זיי נישט, און זיי טוען נישט ווי דער משוגענער שרייבט אויבן אז מען האט אים אויסגעשפילט און געקייטעלט... און ער זיצט נאך יעצט... עד תום ההיליכים... ביז משיח קומט...
אז זיי וואלטן אים געהאלטן שולדיג אין די פרשה, וואלטן זיי געבעטן פון לאנדאן אים ארויסגעבען, וואס זיי האבן נישט געטאן, בשעת זיי האבן געוואוסט אז ער איז דארט.
4) דער שקרן שרייבט אז די רבנים האבן אים געהייסן פארן קיין יאפאן זאגן עדות...! גיין אין לייבן גרוב...! שרייב שוין פאר דעם געלט, אז די רבנים האבן אים געהייסן זיך הרג'נען... אזא פנים האט דער שקרן.
5) גראדע האט ער געשריבען א שיינע בריוו צום שופט איבער די פרשה, ווי ער שרייבט אז די בחורים האבן גארנישט געוואוסט, און ער אויך נישט. אבער די אלע זאכן העלפן א הוקר.
6) חיים איז דא געווען יו"ט און נישט אריין געטרעטן צו רבינו שליט"א... שרייב שוין אז ער איז געקומען צו זאלי...
חיים איז דא געווען סיי פסח, ווי ער האט געגעסען דעם סדר ביי רבינו שליט"א. חיים איז דא געווען סוכות ווי ער געגסען אלע סעודת ביי רבינו שליט"א, יעדער האט אים געזעהן סיי אין ווילי, און סיי אין קרית יואל, סתם א ליגענט פון פינגער ארויס געזויגען, אפשר איז הופפער ליבאוויטש...
7) חיים איז נאך קיינמאל נישט געווען אין יאפאן, סתם א געבעקס אז ער איז שוין אסאך מאל געפארן.
אזוי פיל יא מיז מען דא שרייבן.
חיים איז אומשולדיג אין די פרשה, ער איז אריינגעמישט געווארן אומוויסענדיג אין די פרשה, פונקט ווי די דריי בחורים וואס שמאכטן אין יאפאן תפיסה, און יעדעס ווארט וואס די שרייבסט קעגן אים ביסטו סתם א אן אכזר.
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 24/12/2009 04:23:56
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 07:25 |
|
| |
א גוט מארגן אידן (א גוטע נאכט אמעריקאנער אידן...)
כ'האב געמיינט אז זייענדיג אין אויסלאנד וועל איך האבן אביסל מנוחה פון די אמעריקאנער קריגערייען, אבער עס גייט נישט...
און יעצט לגופו של ענין:
איך רייב מיך די אויגן צי איך שלאף נאך אדער איך בין שוין וואַך.
זייט ווען זענען די אהרונים אזעלכע בעלי רחמנות. פלוצלינג מעג מען נישט שרייבן אויף יענעם.
קוים מיט 2-3 טעג צוריק האבן זיי באשמוצט א היימישן איד מיטן ארגסטן, טראצדעם וואס זיי אליינס ווייסן אז דאס איז אויסגעזויגן פון די פינגער.
און מאכט נישט קיין טעות. איך בארעכטיג נישט דעם אשכול איבער די בחור חיים ר.
אבער עס איז פשוט א ליצנות ווען די אהרונים ווערן בעלי רחמנות און פארפירן קעגן באשמוצן יענעם...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2009 07:38 |
|
| |
דוד מאכט דיך נישט בעל באטיש ביסט געהעריג אין אמעריקע א גיטע נאכט
|
|
|
|
|