דא האט איר אפאר קורצע אוסציגן פון די דרשת מרן מהר"א לייטנער זצוק"ל ווי ער לייגט אראפ די יסוד הנוגע לענינינו,
"וואס גייט עס מענטשן אין לעבן אריין ווער עס זאל זיין הנהלת הקהל ? כ'האב נישט געטראפן קיין אנדערן אויסדרוק ווי דאס וואס דער בעל הגדה זאגט: "ולבן ביקש לעקור את הכל", לבן מיינט דאך לבן הארמי, זיי פאפן אז זיי מיינען הנהלת הקהל, זיי מיינען עס נישט."
דער בורא כל עולמים האט געהאלפן פאר'ן סאטמארער רב זאל לעבן, "זכות אבותיו מסייעתו" און ער האט ממנה געווען דעם זון פאר רב דא אין וויליאמסבורג, איז על כל פנים דאס ביסל אידן דא "היתה לפליטה והיה קודש".
"מען ווייסט וואס זיי ווילן, זיי ווילן אז א געוויסער מענטש זאל זיין דער מושל בכיפה וכל אשר ימרה את פיו ימות"
על כל פנים יהיה איך שיהי, מען איז געגאנגען בערכאות, איך האב גערעדט מיט א פאר רבנים פארוואס זיי זענען נישט מוחה, און איך האב זיי געזאגט אז מען קען נישט נאכגעבן און מען קען נישט פארהאנדלען, ס'איז נישט פאראן קיין דרכי שלום, זיי ווילן "עוקר זיין את הכל", ס'איז נישט שייך צו מאכן קיין פשרות, מען קען דא גארנישט נאכגעבן, אויב עס וואלט געווען וועגן געלט וואלט מען געקענט טענה'ן פון נאכגעבן וכדומה, אבער ביי דעם איז נישט שייך נאכצוגעבן, אויב חלילה אז מען גיט עפעס נאך איז מען "עוקר את הכל", - איך האף אז די ווערטער וועלן אנקומען, איך קען דאך נישט טענה'ן מיט יעדן.
 | |