בית פורומים אידישע געדאנק

א ריף צי אלע אנ"ש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/12/2009 18:16 לינק ישיר 
א ריף צי אלע אנ"ש

הסברה בענין ווכיחים עם ארונים,
 
פאקט: עס איז היינט דא מער ווי איין סאטמאר,
פאקט: עס איז דא צווי ברידער, קינדער פון ברך משה, וואס זענען רבי'ס בירושה פון זייער טאטן,
און אנדערע ווערטער,
פאקט: ר"א איז נישט די איינציגסטע סאטמארע רבי,
פאקט: ר"א האט מער נישט די מאניפאל אויף אלעס, וואס וואלט ווען מיטגעקומען מיט זיין א סאטמערע רבי, 

די מחלוקה קעגען ר"א פון רוב רבו פון אנטי ארונים איז געווען,
עס איז געווען א פאקט: אז ר"א איז געווען די איינציגע סאטמערע רבי הבא עלינו,
עס איז געווען א פאקט: אז ר"א האט געהאט די מאניפאל אויף אלעס, וואס קומט מיט מיטן זיין א סאטמערע רבי, 
און רוב רבו פון די אנטי ארונים, האבן געהאלטן, מיט בארעכטיגונג, אז ר"א איז א סתירה צי זיין פאסטען,

אמת איין גרויסע דורכפאל האבן די אנטי ארונים געהאט,
שנת תשמ"ה, ווען דער ברך משה האט, מחמת אהבת אב לבנו, אויפגענימען ר"א פאר זיין מסייע,
און ווי דער אורחות צדיקים, זאגט, 
אז די אהבה פון אב לבנו, קען ציברענגן, אז מען זאל ממנה זיין א קינד, אויף א פאסטן וואס ער איז נישט פאסיג,
דאס פארמינערט נישט קיין האר פון זיין גרויסקייט,
די נאנטסטע חסידים פון רבין, האב פראבירט עם אפצירעדן, און עס איז נישט געגאנגען מחמת טעם הנ"ל,
דאס איז געווען נישט נאר א דורכפאל פאר די אנטי ארונים, נאר און א געוויסן זין א סתימת הגולל,

איין זאך, מען האט פראבירט, מחזיק מעמד צי זיין, וויפיל מען האט געקענט,
וויפיל הארץ ווייטאג און תפילות ותחנינם און טרערן זענען פארגאסען געווארן במשך די שווערע 15 יאר,
הן קל כביר לא ימאס 
דער אייברשטער האט געהאלפן,
טראץ דעם וואס מיר האבן שוין נישט געחלמט, אז עס קען נאך עפעס זיין א שיני אינעם מצב,
האט ער אינז געהאלפן און עס איז געווארן א
פאקט: ר"א איז נישט די איינציגסטע סאטמארע רבי,
פאקט: ר"א האט מער נישט די מאניפאל אויף אלעס, וואס וואלט ווען מיטגעקומען מיט זיין א סאטמערע רבי, 
והיה המחנה הנשאר לפליטה,

יעצט צום פינטל,
מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט,
ווילאנג עס דארף נעמען אויפציבויען א בית מדרש צי און צווי וואכען, צי מער,
מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט,
ווער ס'קען אהער שטעלן שבלים ומנחת,
מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט,
פון וועם מען רעד מער און אלע צייטונגען,
מען האט זיך קיינמאל נישט געקריגט,
צי מען זאל יא מאכען די גרעסטע הדלקה,
ועוד ועוד אויפן ליסט,

ר"א וויל זיך, אין יענעם, איינרעדן,
כאילו די אלע אויבן דערמאנטע זאכען איז געווען אמאל א פראנט בכלל, און כאילו מען שלאגט זיך אויף דעם יארן, 
און יעצט פייערט ער די נצחון,

לפי דברי הנ"ל זע איך נישט וואס עס בלייבט איבער, פאר א אנטי ארוני, זיך צי מתוכח זיין מיט א ארוני,
עס איז אלעס געשעענע פאקטן,
און עס וועט זיך בדרך הטבע נישט טוישן, עכ"פ נישט דורך די וויכיחים,

אויב ווילען זיי, פאשעען און מחזק זיין זייערע ארונים, וואס האט דאס צי טון מיט אינז,
וואס ארט עס פאר איינעם, אז איינער גוט זיינע פערד שטרוי צי עסן,
אוודא איז עס א ווייטאג, ווייל מיר האבן אמאל געלערנט און איין חדר, אבער מיר קענען זיי סייווי נישט העלפן,

אלזא אויב א ארוני וויל דיך ספינען, זאגט עם, גיי עס ווייטער די שטרוי, וואס דיין בעל הבית האט דיר געגעבן,

וויסען זאלט איר, אז עס איז דא א שטאב פון באצאלטע לצים, וואס ארבעטן ווי אזוי צי כאפען די מוחליך זייערע,
איר באקומט נישט באצאלט פאר דעם, און איר קענט מיט זיי נישט ביטן,  



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/12/2009 18:27:55



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/12/2009 18:28:58




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 18:32 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:

 
פאקט: עס איז היינט דא מער ווי איין סאטמאר,



האסט געמאכט א שיינע ארבעט אבער איין זאך קריג איך מיך מיט דיר סאיז נישט אמת וואס די שרייבסט אז סאיז דא מער פין איין סאטמאר
סאטמאר איז נאר דא איינס אין דע קליפה האט נישט מיט סאטמאר קיין שייכות זיי ניצען א פאלטשן נאמען דע גנבים




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 18:36 לינק ישיר 

מיר האבן נישט גערעד פון קיין קליפה,
לשבר את האוזן,
עס איז דא איין סאטמערע שיטה,
אבער א נאמען?
עס איז אויך דא א שטאט סאטמאר און אנגארן/ראמעניע,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 20:37 לינק ישיר 

דאס איז וואך איך שרייב אין אנדערע אשכול

אין דאס איז קלאר אז טראץ וואס מהר''א וואלט אפשר געקענט זיין בעה''ב אליין'ס אין טוהן וואס ער וויל, איז ער אבער געווען פולקאם משועבד פאר משה גבאי, אין ווען משה האט געזעהן אז מהר''א ווארפט אראפ  די שועביד האט ער גענומען מהרז''ל מיט זיך אין אנגהויבן די מלחמה וויסענדיג ביי זיך אז ער האט אלע ראה''ק אינטער זיך (פרעגט נאר סיי וולעכע פין די ראה''ק - חוץ ר' יצחק רז''ב, ווי נאנט אין טיילוויזט משועבד זיי זענען געווען פאר משה, סיי ר' אברהם ווידער, ר' מאיר הירש, ר' בערל פר''מ, ר' ארי' לייב גלאנץ, ר' אהרן וועלץ, ר' ישעי' וואלף לעוו, ר' משה חיים ווייס, ''אלע ברך משה קינדער אין איידימער'', כו'),
למעשה איז אים נאר געלונגען ירושלים ווייל דארט האט ער שוין געכאפט שטילערהייט,
אין וומ''ס ווען מהרז''ל האט ארויסגעשטויסן די ראה''ק אין איז זיך מסרב פין שטעלן צו די''ת.
אז די ווילסט דווקא מאכען מהר''א פאר א לוזער, קעסטו צילייגען אז ער האט געמיינט אז וועט האבען די עמפייער סטעיט בילדינג וכו' אין למעשה האט ער עס נישט....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2009 21:03 לינק ישיר 

למעשה טאנצט מהר"א הקפות אין פישמאן'ס וועירהאוז.. אויך א חלק פון זיינע געווינסן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2009 21:32 לינק ישיר 

סאטמאר וועט בלייבן שטענדיג איינס און נאר איינס!!!!

יחי אדונינו מורינו ורבינו אהרן בן רבינו משה זי"ע הנו"מ פעסיל לאה עד ביאת גואלינו.
וענו כל העם אמן אמן אמן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 21:36 לינק ישיר 

בכורשוטה כתב:
סאטמאר וועט בלייבן שטענדיג איינס און נאר איינס!!!!
יחי אדונינו מורינו ורבינו אהרן בן רבינו משה זי"ע הנו"מ פעסיל לאה עד ביאת גואלינו.
וענו כל העם אמן אמן אמן


האסט פארגעסן צי צולייגן נאך איין ווארט

יחי אדונינו מורינו ורבינו" מלך המשיח "אהרן בן רבינו משה זי"ע הנו"מ פעסיל לאה עד ביאת גואלינו.
וענו כל העם אמן אמן אמן

מר' פארמעגליך די האסט געמיינט ווען די האסט געמאכט די משל צי ליבאוויטש וועגען די חלה דעקעל סאיז גארנישט קיין משל קיק יעצט וועסטו זעען סאיז גאר א נמשל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 23:37 לינק ישיר 

מיר ווילען נישט, און מיר זענען נישט אינטערסירט, צי מאכן, סיי וועם, פאר א לאזער, אדער א געווינער,
מיר ווילען נאר זאגן, 
1) וואס אימער די מחלוקה איז געווען, און איז, שטייט איר יעצט פאר די פאקטן, (אויסגערעכנט אויבן)
2) אלע נצחונות פייערינגען וואס איר האט געפייערט נאך חי' סיון תשנ"ט לפ"ק,
איז נישט געווען קיין נצחון,  אויף א מלחמה וואס איז פארגעקומען פארדעם,
איך וואלט עס אנדרשט אנגעריפען, "משיאו לדבר אחר" פייערינג,
ב"ה די מלחמה האט זיך געענדיגט חי' סיון תשנ"ט לפ"ק,
די מלחמה ריזאלטאטן איז געווען,
ביידע צדדים זענען ארויס ציבאלד,
ווייל די אנטי ארונים, וואלטן ווען געוואלט אז ר"א זאל גארנישט האבן און סאטמאר,
און די ארונים, וואלטן ווען געוואלט אז נאר ר"א זאל זיין בעל הבית און סאטמאר, 
פון תשמ"ה האט מען מלחמה געהאלטן אז ר"א זאל האבן גאנץ סאטמאר,
תשס"ט האט מען מלחמה געהאלטן, אז ר"א זאל נישט זיין מושל בכיפה,
און דא האט זיך עס גענדיגט,
יעצט ווער עס מיינט אז די פאקטן גייען זיך טוישן, דורך זיינע פעילות אדער זיין רעדן, שרייבען, וכדומה,
וואלט איך געווינטשען א זיסן חלום,
און יעצט, וואס בלייבט נאך איבער פארן אינדווידשעל מענטש, זיך צי מתווכח זיין אויף דעם?


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 24/12/2009 23:44:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 05:31 לינק ישיר 

כ'האב א שטארקע הנאה פון דעם פונקט וואס רבשכבה"ג האט ארויסגעברענגט.

אלעס ארום אין א זייט געלייגט. דאס איז זיכער אז דער ציל פון די ארוינים איז געווען איין זאך: אויסמעקן די זאלי קאמפני פון די מאפע. ווער געדענקט נישט די דעמאלסדיגע שפראך? ווארט נאר ביז דער רבי פארט אויף פלארידע. מ'וועט אים ארויסטראגן אויף א סטרעטשער... מ'האט נאך יעדע ש"ס תורה אריינגעזונגען, און דער אלטער פאגעל באטשי האט געקלאטשט.
מ'האט אריינגעשיקט דעם דיספאזעבל טוילעט פראדוסער, און בארימטער גנב, יאסי בראך, צו זיצן אינמיטן טיש, און שטיין על פני המזרח, צו שטערן יעדע איינציגסטע תפלה אין בית המדרש.
יארן, ממש גאנצע יארן איז אנגעגאנגען דאס טעראר אויפ'ן ערגסטן פארנעם. ווער געדענקט נישט ווי די פערל-יאקאבאוויטש-סיני טייטלבוים ועוד גרופע, זענען געזעסן אינאיינעם, און יעדע וואך פריש איבערגעקערט דאס בית המדרש.
די גאנצע צוגאנג צו דעם נייעם באוועגונג איז געווען: אה, ער האט נישט גארנישט. צוויי זופניקס, דריי לעפקאוויטשעס, פיר יאקאבאוויטשעס, און מיט דעם האט מען געקארמעט די מאסן און זיך אליינס ערב בוקר וצהרים.
ווארט נאר אויף די פטירה פון רבי'ן (ר"ל) פלעגט גיין די שפראך ביי זיי. דעמאלט וועט משה גבאי מופן קיין מאנסי (איר געדענקט דאס נאך?) לעיזער אויף האנג-קאנג, זאלי אויף ארץ ישראל, און יחי אדוננו מורינו ורבינו מהר"א בן פעסיל לאה לעולם ועד, ווי דער בכור שוטה ומשוטה שרייבט אויבן. 
דאס איז געווען וואס די חכמי חרשים האבן ברוב חכמתם אויספלאנירט בנכליהם.
האט דאס פאסירט? איז דער מציאות אזוי? 
חסדי ה' כי לא כלו רחמיו!
און ווי זאגט שמואל יונה חלה-דעקל? כה לחי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 05:40 לינק ישיר 

וואס זאגט דער ארוני, און וואס מיינסטו אז ער זאגט,
ער זאגט, יחי אדונינו מלך המשיח, הוא אמלוך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות,
וואס טיט ער אז עס גייט נישט,
זייט נישט באזארגט,
וואס ער וועט טרעפן פאר זיינע אויגן, וועט ער ניצן פארדעם צוועק,
וועט ער טרעפן, א נפטר פון 41 יאר וואס האט איבער געלאזט יתומים און שטוב,
וועט ער טרעפען, אזא זאך וואס הייסט שחיטה, וואס דאס איז פון די גרויסע יסודות און אידשקייט,
וועט ער עס אויסניצן די מאקסמום וואס עס קען עם גרויס מאכען,
איז דא א מלחמה קעגען ציונים,
אויב קען ער עס ארויס נעמן פון דעם עפעס פאר זיך,
וועט ער עס ניצן,
און אויב נישט,
האט עס נישט מיט עם,
אויב קען די די קארט ברענגען צי דעם צוועק,
זאל זיין קארט,
אויב קען עם א דין תורה ברענגען צי זיין מאכט,
זאל זיין דין תורה,
אויב קען עם, איבער זאגען דין תורה טויזענט מאל  ברענגען צי זיין מאכט,
זאל זיין אזוי,
קען ער הייסן דער גרעסטער אויפטיער קעגען די גזרה פון חיטיטי שיכבי,
הרי טוב,
אויב נישט, זאל מען אויפגראבן וויפיל עס גייט,
קען עם ברענגען כבוד, אז ער האט א וועד הצניעות,
זאל זיין א וועד הצניעות,
קען ער בענעפעטירן, פון אריין ברענגען די ערגסטע פארדארבענע פראגראמען,
וועט זיין אזוי,
א דרשה, נישטמאכן א הדלקה ל"ג בעומר וועט עם מאכען פאר גרויסע שטארקע ר"י,
וועט מען דעס ניצן,
וועט הדלקה יא ברענגען אז ער איז די שטערקסטע און גרעסטע,
זאל זיין יא הדלקה,
ווער עס האט נאך, קען עס אראפ ברענגען,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/12/2009 05:43:44



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 28/12/2009 05:45:24




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > א ריף צי אלע אנ"ש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext