בית פורומים אידישע געדאנק

חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/12/2009 21:25 לינק ישיר 
חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

היסטארישער אוצר אין שטוב פין סאטמאר רבי'ן אויף יוז סטריט

סאטמערע חסידים איבער די וועלט האבן אויף גענימען מיט גרויס פרייד אז מען האט געטראפן גאר היסטארישען אוצר
פינעם סאטמערען רבי'ן מהר"א שליט"א אין זיין דירה אויף יוז סטריט, דער אוצר איז שוין איבער 40 יאר אלט.

ווען די רבי שליט"א האט זיך ארויס געצויגן אויף קרית יואל פאר 30 יאר צוריק האט ער געלאזט אסאך זאכן אין זיין דירה אויף יוז סטריט, ער האט איבער געלאזט
5 בענדער חידושים על הש"ס
תורות פינעם בעל דברי יואל וואס דער ברך משה האט אפגעשריבן  
2 היסאטרישע הורמנא'ס פינעם שאפרענער רב ז"ל אין פין טשאקווער רב ז"ל וואס זיי שרייבן צי אים
דער שאפראנער רב ז"ל שרייבט אין די הורמנא בזה"ל "בראותי שהתורה מחזורת על אכסניא שלה יצאתי מגדרי "
בריוון מיט זיין שווער דער ווישנציער רבי שליט"א בריווען מיט זיינע שוואגערס דער סקווירא רבי מיט בעלזא רבי
אין נאך אינטערסאנטע זאכן.

די רבי שליט"א האט במשך די יארן פרובירט אויף צי זיכן די כתבי יודת אבער ס'איז געווען אן ערפאלג
ער האט שוין דעראויף אויף געגעבן.

די לעצטע פאר וואכן האט מען אנגעהויבן איבער צי בויען די אויבערשטע דירה אויף יוז פארן רבי'ן
אין מען האט געטראפן אסאך אלטע באקסעס פארשטיפט אויבן אויף א קלאזעט
אין מען האט זיי אנגעגרייט ארויס צי ווארפן אין די מיסט, ווייל וויפיל מען האט געקוקט האט מען געזעהן אז ס'טראגט גארנישט קיין ווערט.  

דער מסבב כל הסיבות האט צי געפירט אז א יונגערמאן האט אנגעהויבן צי נישטערן אין די באקסעס
ער האט זיך פשוט נישט געקענט גלייבן וואספארע אוצר ער האט געטראפן.
 ער האט דאס אריין געטארגן צים רבי'ן, די רבי איז געזעצן שעות פארטיפט אין די תורות, וואס ער האט געשריבן יארן צוריק. 

כל הלומד תורה לשמה זוכה לדברים הרבה. 




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 21:30 לינק ישיר 

יעצט גייט אנהייבן צי קימען ציפליען נייע בריוו אין תורות וואס איז נישט געשטויגן אין געפלויגן אין סגייט קימען פין דע אוצר נאך א וועג צי טיען וואס מ'וויל אין אלע חלה דעקליך זענען העפי סגייט זיין בריוו'ן פין אלע ערליכע רבנים פאר דעם ר' אהרן
אפשר איז דא דארט עפעס א דרשה וועגן שומרי החומות ?


תוקן על ידי המהדרין ב- 24/12/2009 21:37:26




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 21:34 לינק ישיר 

אפשר וועט מען האבן די זכיה צוטרעפן כאטש א פינטל פון די טויזנטער חידושים פון רבינו שליט"א וועכע איז פאברענט געווארן דורך זיינע שונאים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 21:48 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן איז דאס א איבערגעטריבענע מעשה, אזוי ווי די רבי אליינס האט געזאגט "עס איז קיינמאל נישט ארויס פון מיין רשות", די געוואלדיגע נס האט פאסירט אנפאנג חנוכה, און נאר היינט איז דאס 'ארויס אין גאס'... סך הכל ליידיגט מען אויס די דירה און מען האט איבערגעקוקט די חפצים און מען האט געטראפן עטליכע בריוו'ן... מ'קען מיינען אז עס רעדט זיך דא פון כתבים וואס מען האט היינט געטראפן אין אייראפע פון פארן קריג...

איך גלייב אז דאס האט א קשר מיט די נצחון וואס ליבאוויטש האט געהאט די וואך מיטן געווינען די 'אוצר הספרים' פון די אדמו"רי חב"ד אין רוסלאנד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2009 22:03 לינק ישיר 

בכורשוטה כתב:
אפשר וועט מען האבן די זכיה צוטרעפן כאטש א פינטל פון די טויזנטער ...........


אפשר וועט דארט זיין די דרשות פין דעם סבלן אקעגן אלע ערליכע רבנים וואס זיי טרייען מבער צי זיין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 00:41 לינק ישיר 

אוי, אין 550 בעדפארד הערשט א פחד איום ונורא, מע ציטערט אין די הויזן, ווער ווייסט אפשר גייט מען איבערבוען דעם רבינס הויז אין בארא פארק אין דער פין אויבן זאל אפהיטן מען קען נאך טרעפן דעם רבינס אוצר די מיניט זאל נישט קימען, איך וויל דא נישט שראבן וואס מע קען נאך רח''ל טרעפן, השם יציליני,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2009 00:52 לינק ישיר 

רוב זאכן פון אהרנס אוצרות האט מען שוין לאנג געטראפן, למשל:
די דרשה קעגן מאכן אן הדלקה,
די דרשה קעגן ר' יחזקאל ראטא,
די דרשה קעגן קאשויער רב,
די דרשה קעגן ר' אברהם לייטנער,
די דרשה קעגן דער ווישניצער רבי פון מאנסי,

די זאכן זענען די ריכטיגע אוצרות וואס ח"ו מען פארלירט עס, איז ר' אהרן אויס רבי, ווייל לויט זיינע חסידים איז דאס וואס מאכט אים הייליג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 00:54 לינק ישיר 

טייערע ארונים'לך
פריידס ענק געזינטערהייט,
ווייסט איינער, 
צי עס מיינט עפעס פאר אינז, מער, ווי סיי וועלעכע אנדערע חסידות טרעפט אן אזא שמחה,     
מיר זענען צפרידן צי הערען אז אידן זענען פריילעך, אויף סיי וואסערע זאך, וואס איז נישט קעגן די תורה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 00:55 לינק ישיר 


ארונים'לך לעבעדג

מצוה גדולה להיות בשמחה,

אלע אנדערע סאטמערע אידן זאגן, עד פה תבא,
טאנץ וויפיל די ווילסט, טרעף וויפיל כתבים די ווילסט,
 ווילאנג די בלייבס  און דיינע גרענעצען, וואס מען האט די באשטימט חי' סיון תשנ"ט לפ"ק


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 01:05:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 01:34 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:

ארונים'לך לעבעדג

מצוה גדולה להיות בשמחה,

אלע אנדערע סאטמערע אידן זאגן, עד פה תבא,
טאנץ וויפיל די ווילסט, טרעף וויפיל כתבים די ווילסט,
 ווילאנג די בלייבס  און דיינע גרענעצען, וואס מען האט די באשטימט חי' סיון תשנ"ט לפ"ק


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 01:05:14



ווער האט געשטעלט גרעניצען???
קום נאר צו א בי''ד, לאמיר הערן וואס פאר א גרעניצען די ''תוה''ק שטעלט''

אז נישט, לאמיך גיין צו דיר אינדערהיים, אין די ארויסשטופן אין שרייען היינט האט מען באשטימט די גרעניצן, אין דערווייג דיך נישט מיך צו רופן צו די''ת




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2009 02:21 לינק ישיר 

יא יא, דער ר' אהרן מיט זיינע אלע חסרונות, איז ער פארט אלס געווען א מענטש וואס איז געווען כל ימיו אריינגעטון אין תורה וחסידות, ער האט אלס געהארעוועט, זיין גאנצער דרך החיים איז נאר געווען איבער פרומקייט, דאס ווייזן די אלטע דאקומענטן

פון די אנדערע זייט דער ר' זלמן לייב מיט זיינע אלע שיינע מעלות, חן אין מידות, איז גארנישט דא וואס מ'ווייסט עפעס ספעציעל פון איהם פון זיין יוגנט ביז ער איז געווארן א רבי, ער קוקט מיר אויס ווי ער איז געווען א סתם א COOL מגיד שיעור'ל, ותו לא

דער ריינער אמת איז, יעדער דרויסנדיגער נייטראלער מענטש איז ביי דעם זעלבן מיינונג,

אויב איך דארף מיך אויסוועלן צווישן ר' זלמן לייב אין ר' אהרן, וועל איך ר' זלמן לייב נעמען פאר א חבר, און ר' אהרן פאר א רבי. 


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 25/12/2009 02:22:06




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 05:50 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:

ארונים'לך לעבעדג

מצוה גדולה להיות בשמחה,

אלע אנדערע סאטמערע אידן זאגן, עד פה תבא,
טאנץ וויפיל די ווילסט, טרעף וויפיל כתבים די ווילסט,
 ווילאנג די בלייבס  און דיינע גרענעצען, וואס מען האט די באשטימט חי' סיון תשנ"ט לפ"ק


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 01:05:14



ווער האט געשטעלט גרעניצען???
קום נאר צו א בי''ד, לאמיר הערן וואס פאר א גרעניצען די ''תוה''ק שטעלט'


דער זעלבער וואס האט באשטומט גרעיניצן תשמ"ה האט באשטימט גרעניצן תשנ"ט 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/12/2009 14:59 לינק ישיר 

בית דין

אויב די זעסט גיט,
האט נאך דין תורא נישט גענטפערט, אויף גארנישט וואס מען פרעגט עם,
זעט אויס אז יעצט האט מען אנגענימען די שיטה פון הימלער ימ"ש,

וזה לשוני און א אנדערע אשכול,
הימלער שר"י האט אויפגעטון א מורא'דיגע אויפטרעף, ביי די אויפשטייג פון נאציזם,
ער האט געשריבן מיט זיין טרויריג בארימטע רציחה, 
אז די אלע בלבולם וואס די נאציז האבן פראוועצירט קעגן די אידן
דאס דארף מען איבער זאגן און איבער שרייבן און איבער קייען און איבער חזרן,
ווילאנג דער זאגער וועט דאס אליין גלייבען,
בבחינת כבר היה לעולמים כלש"ק,

מיר געדענקן נאך גיט, ווען דער זעלבער דין תורא האט פאר צען יאר ציריק, איבער געזאגט,
כאטשיק אזויפיל מאל ווי ער זאגט יעצט איבער דין תורא, האט ער במקום הזה געזאגט שווארצע כאלאטעל, 
איך פארשטיי זייער גיט אז ער דארף געבען שטרוי פאר זיינע פערד,
און ער דארף זיי פארקויפען, וואס אימער עס פעלט זיך אויס לפי הרוח ולפי הזמן,
אז זיי זאלן נישט ווערען אויסגעטירקענט,

אבער די ענטפערסט עם ציריק אזוי תמימות'דיג, כאילו ער פרעגט טאקע דא פארוואס מען גייט נישט צי דין תורה,
וויל איך דיר זאגן האסט נישט פארשטאנען וואס ער זאגט,
ער זאגט אזוי ,
איך וויל, אז הוא אמלוך הוא ולא אחר, וכל אשר ימרה את פיו ימות,
וואס טי איך אז עס גייט נישט,
זיי נישט באזארגט,
וואס איך וועל טרעפן פאר מיינע אויגן, וועל איך ניצן פארדעם צוועק,
וועל איך טרעפן, א נפטר פון 41 יאר וואס האט איבער געלאזט יתומים און שטוב,
וועל איך טרעפען, אזא זאך וואס הייסט שחיטה, וואס דאס איז פון די גרויסע יסודות און אידשקייט,
איך וועל עס אויסניצן די מאקסמום וואס עס קען מיך גרויס מאכען,
איז דא א מלחמה קעגען ציונים,
אויב קען איך ארויס נעמן פון דעם עפעס פאר מיר, וועל איך עס ניצן, און אויב נישט, האט עס נישט מיט מיר,
אויב קען מיך די קארט ברענגען צי דעם צוועק, זאל זיין קארט,
אויב קען מיר א דין תורה ברענגען צי מיין מאכט, זאל זיין דין תורה,
אויב איך וועל איבער זאגען דין תורה טויזענט מאל וועט עס מיך ברענגען צי מיין מאכט, זאל זיין אזוי,
וועל איך זיין דער גרעסטער אויפטיער קעגען די גזרה פון חיטיטי שיכבי, הרי טוב,
אויב נישט זאל מען אויפגראבן וויפיל עס גייט,
קען מיר ברענגען כבוד, אז איך האב א וועד הצניעות, זאל זיין א וועד הצניעות,
קען איך בענעפעטירן, פון אריין ברענגען די ערגסטע פארדארבענע פראגראמען, וועט זיין אזוי,
נישט הדלקה ל"ג בעומר וועט מיך מאכען פאר גרויסע שטארקע ר"י, וועט מען דעס ניצן,
וועט הדלקה יא ברענגען אז איך בין די שטערקסטע און גרעסטע זאל זיין יא הדלקה,
ווער עס האט נאך, קען עס אראפ ברענגען,

 


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 25/12/2009 15:07:12




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/12/2009 19:34 לינק ישיר 

ר' גולם
איך זעה נישט וואס די האסט מיר עפרעגט אין איך האב דיר נישט גענטפרט?

מיז צד מהר''א מוותר זיין אויף זייערע נכסים אין רעכטן?
האבען זיי דען נישט געשיקט קיין הזמנה פאר צד מהרז''ל 3 מאל פין בד''ץ נאוואראדיק
האבען צד מהרז''ל נישט מסרב געווען מיט די אימפארשטענדליכע אויסרייד, אז די פסק ''ווער ס'איז קהל קען נאר פסק'נן די דיינים וועלכע זענען אויף קהל'ס פעיראל אין האבען שוין אנגערופן די נתבעים מיט מיעסע לשונות אויף חטאים וואס זיי נישט באגאנגען, אפי זיי האבען קיינמאל נישט פארגעהאלטען אין נישט אויסגעהערט די טענות פין צד מהר''א?

קענסט בויען גאנצע בנינים אין הסברים אבער לייקען נישט קיין פאקטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 15:53 לינק ישיר 

אזוי ווי איך האלט אז עס איז ניצלאז אריין ציגיין און וויכיחים,
אזוי ווי שוין אויבן דערמאנט,
דערפאר האב איך דיר טאקע נישט געפרעגט, און אויך נישט געווארט אויף דיין ענטפער,
אויב די וועסט איבער קוקען וואס איך האב געשריבען אויבן, וועסטו זען,
אז די ערשטע צווי ווערטער פון מיין תגובה איז, בית דין,  
דאס מיינט אז מיינע וערטער זענען געווען געוואנדן צי מר בית דין, און נישט צי דיר,
איך פראביר און מיין תגובה איבער ציווייזען, מר בית דין, ער זאל אויך פארשטיין מיין פאלאסעפי איבער דעם ענין,
אזוי ארים וועט ער פארשטיין, און זיך איינשפארען אסאך צייט פון זיך צי טענה'ן מיט דיר,

און יעצט וועגען דיינע קשיות, וואס די פרעגסט,
וועל איך דיר ענטפערען אזוי,
אויב ביסטו איינע פון די איינגעשטעלטע, וואס זענען געשטעלט,  אהער צישטעלן פרישע שטרוי פאר די ......,
געב ווייטער די שטרוי פארן עולם און פארקויף עס זיי, ווילאנג זיי קויפן עס אפ, מיט מיר האט עס נישט קיין שייכת,
אויב ביסטו פון די וואס קויפן  אפ די שטרוי, און קייען עס, ווילאנג עס איז נישט דא קיין פרישע שטרוי,
ווי קום איך אריין און פיקטשער דא, קויף וואס די ווילסט, קיי וואס די ווילסט, און אזוי ווי די מישט מיך נישט אריין, און וואס די עסט אויף פרשטיג, מיש מיך אויך נישט אריין און וואסערע שטרוי די עסט, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 16:29 לינק ישיר 

איך וועל דיר ענטפערן על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
און מיר וועלן זען ווי תורא'לע גייט נעלם ווערן,
מיז צד מהר''א מוותר זיין אויף זייערע נכסים אין רעכטן?
די תביעה איז דא נישט געווען וועגען נכסים,
האבען זיי דען נישט געשיקט קיין הזמנה פאר צד מהרז''ל 3 מאל פין בד''ץ נאוואראדיק?
יא זיי האבן יא געשיקט,
האבען צד מהרז''ל נישט מסרב געווען מיט די אימפארשטענדליכע אויסרייד,
ניין זיי האבן נישט מסרב געווען מיט  אימפארשטענדליכע אויסרייד, 
אז די פסק ''ווער ס'איז קהל קען נאר פסק'נן די דיינים וועלכע זענען אויף קהל'ס פעיראל
דעס איז גראדע א פסק וואס ק"י רב האט ארויס געגעבן ביי לאנדסמאן,
ליתר שאת האבן זיי פארגעשלאגן, נאך אנדערע צווי בתי דינים, 
אין האבען שוין אנגערופן די נתבעים מיט מיעסע לשונות אויף חטאים וואס זיי נישט באגאנגען, אפי זיי האבען קיינמאל נישט פארגעהאלטען אין נישט אויסגעהערט די טענות פין צד מהר''א?
אויב איינער גייט און ערכאות, און געט אריין תביעות און געריכט, מיט גאנצע בלעטער מיט טענה'ס,
קען דאס בית דין אפליינען פון די קארט פאפירען, און קענען פסקנען, וויסנדיג זייערע טענה'ס,
 

למעשה האסטו דיך דא אפגעשטעלט,
וואס איז מיט די בריוו וואס נאווארדיק האט געשריבן, נאך ענקער אריין געבן אלע תביעות און געריכט,
אז זייער היתר איז נישט געווען אויף דעם, נאר אויף א עיקל, און יענעם בריוו נעם'ן זיי אראפ זייער גאנצע היתר,
טראץ דעם זענט עטץ ווייטער אנגעגאנגן מיט קארט יארן אן קיין שום היתר,

ביטע אויב קענסטו מסביר זיין, וואס די חילוק פון לאנדסמאן
וואס איז דעמאלטס געווען א דרשה און דאכד זיך מיר אויך א בריוו פון קר"י רב, אז קיינער קען נישט פסקנען, און סאטמאר, נאר אייגענע דינים, בפרט ווען יענער בית דין גייען די רעבעצענ'ס מיט אייגענע האר,
און זיי זענען דעמאלטס געווארן אפגעפסקנט אלס בית דין חציף,

ביטע ווייז אויף אז איר זענט נישט קיין היפעקריטן, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסדי השם כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext