בית פורומים אידישע געדאנק

ענפער פין בי"ד ב'קרית יואל פאר די בתי דינים אין פאר בי"ד אורח מישור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/12/2009 07:25 לינק ישיר 

וואס איז דער חילוק?
פאר 20 יאר צוריק האט ר אהרן באקומען א הזמנה פון יוסל וואלדמאן ביי לאנדערסמאן'ס בי"ד
יעצט האבן דריי רבנים אין קרית יואל באקומען א הזמנה פון דוד עקשטיין ביי אורח מישור'ס בי"ד

וואס ס'דער חילוק?

ר' אהרן האט געזאגט אז ער איז נישט קיין בי"ד! און פלעין נישט געענפערט קיין הזמנה !

___________________________________________________________

 די דריי רבנים, אויסער דעם וואס זיי האבן געענפערט בטוב טעם ודעת נישט קיין חילוק צו זיי זענען דרייסיג יאר יונגער פון זיי, האבן זיי אויך ארומגעשיקט דעם בריוו פאר אלע בתי דינים היושבים על מדין די בכל אתר ואתר אלע ערליכע בתי דינים זאלן זען אויב מ'האט דא טאקע געטון כנגד התורה, זיי האבן זיך נישט אפגעזאגט זייער פסק און געגאנגן ווייטער..     

הכלל, ווער לאכט זיך אויס פון א הזמנה?
און ווער ענפערט אויף א הזמנה?

...............................

 


 

    



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 07:29 לינק ישיר 

'בית דין' ווארט אויף א ענטפער



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 16:09 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:

וואס איך זאג איז זייער פשוט, אז דער בית דין הגדול פין ירושלים האט ארויס גיגעבן א איסור אויף די בני יואל איז זיכער אז זיי האבן גיטין על פי תורה, אין איך בין זיכער אז אויב וואלט איר גישיקט א הזמנה לדין וואלטן זיי זיכער גרייט גיווען צי גיין צי דין תורה אין וואלטן נישט גיטענהט אז זיי שטייען העכער די תורה, אין בכלל ביסט א שקרן ווייל מע האט גיווארענט די בני יואל אין דעם מסור דמתא נישט איינמאל ער זאל זיך אפלאזן פין זיינע מסירות אין מעשים רעים, מען האט גיהאלטן דרשות אין זיי גיבעטן נישט ציטין וואס זיי טיען, אין נאר נאכדעם האט מען ארויס גיגעבן א איסור גמור אויף בני יואל וואס איז קיינמאל נישט בטל גיווארן, אין שטייט עד היום.


שקר גמור ומוחלט!!!!


1) קיינער פין דע רבנים וואס האבן אינטער געשריבן די לעצטע 25 יאר אקעגען מענטשען וועגען אינזערע פאליטיק האבן קיינמאל נישט געשיקט קיין הזמנה אדער א התראה אזוי ווי דע בי"ד אין קרית יואל יעצט

2) די שרייסט מהאט געווארנט ברבים ווער האט געווארענט איינער פין די בעלי דינים האבן געווארנט אין געסטראשעט ווי איז געהערט געווארן אזא זאך ?
 
(די כאפסט אליין נישט אז מיט דיינע ווערטער זעט די גאנצע וועלט די אמת וואס סאיז פארגעקימען דעמאלטץ אז דער ברך משה אנגעהעצט פין זיין בנו הסבלן איז געווען אינטער די גאנצע זאך אין וואס ער האט געוואלט האט יעדער געשריבן נישט מיט זייער אייגענע מיינונג נאר יענעס מיינונג ממילא האט דע גאנצע זאך נישט קיין שום ווערט)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 17:55 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:

שקר גמור ומוחלט!!!!

1) קיינער פין דע רבנים וואס האבן אינטער געשריבן די לעצטע 25 יאר אקעגען מענטשען וועגען אינזערע פאליטיק האבן קיינמאל נישט געשיקט קיין הזמנה אדער א התראה אזוי ווי דע בי"ד אין קרית יואל יעצט

2) די שרייסט מהאט געווארנט ברבים ווער האט געווארענט איינער פין די בעלי דינים האבן געווארנט אין געסטראשעט ווי איז געהערט געווארן אזא זאך ?
 
(די כאפסט אליין נישט אז מיט דיינע ווערטער זעט די גאנצע וועלט די אמת וואס סאיז פארגעקימען דעמאלטץ אז דער ברך משה אנגעהעצט פין זיין בנו הסבלן איז געווען אינטער די גאנצע זאך אין וואס ער האט געוואלט האט יעדער געשריבן נישט מיט זייער אייגענע מיינונג נאר יענעס מיינונג ממילא האט דע גאנצע זאך נישט קיין שום ווערט)

גולם וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין?, די רבנים האבן נישט גידארפט ווארענען, די ווארענונג איז גיקימען פין קהל וואס האט על פי ההלכה א דין פין א בית דין, אין די רבנים האבן גיגעבן זייער חוות דעת אז דער מוסד בני יואל איז אסור ווייל זיי זענען אקעגן קהל אין אקעגן דעם מרא דאתרא, אין אויב האלטן די בני יואל אז די רבנים פין דעם בית הגדול שבירושלים ובראשם דער מנחת יצחק זצ''ל זענען נישט גירעכט האבן זיי גיקענט זיי ריפן צי דין תורה, אין זיי וואלטן זיכער נישט גימאכט קיין נארישע פשעטליך פארוואס זיי זענען העכער די תורה אין דארפן נישט גיין צי דין תורה, נאר זיי וואלטן זיכער געגאנגען צי דין תורה אין אויפגיקלערט זייער חוות דעת,

אין לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן פאר די פארשטאפטע זאלי/בני המן  קעפ דעם חיליק פין די לאנדעסמאן הזמנה צי די יעצטיגע סכסוך, קיינער קען נישט שיקן א הזמנה פאר א קהל אדער פאר א מרא דאתרא אז ער פירט נישט גיט, אז לדעתו דארף מען אזוי טין אדער אזוי טין, איינער וועט וועלן די מקוה זאל זיין אפן ביז 1 אזייגער ווען קהל וויל שוןין פארמאכן די מקוה 11 אזייגער וועט ער ריפן צי דין תורה?, אדער איינער וועט וועלן אז דער קינדער באס זאל סטאפן פאר זיין הויז אין נישט אינמיטן דעם בלאק וועט ער ריפן צי דין תורה?, סיארבייט נישט אזוי, אז סיגיפעלט דיר נישט די הנהגה גיי דיר ווייטער אין פארטיג, יאשקע וואלדמאן האט גיהאט א טענה פארוואס מען ווארפט ארויס זיינע קינדער פין די מוסדות איז דאס נישט קיין ממונות תביעה נאר א הנהגה תביעה אין אויף דעם איז נישט שייך קיין דין תורה אויף דעם איז דא א הנהלה, דיינים אין א רב/רבי אין אויב גיפעלט דיר נישט זייער הנהגה קענסטי וייטער גיין, אין דער בית דין חצוף פין לאנדסמאן וואס איז גיווען שונאים פארן ברך משה אין האבן גיהאט א חיצפה צי שיקן א הזמנה אויף הנהגה אין פארדעם האט מען מגלה גיווען קלונם ברבים, אבער אין וויליאמסבורג אין אצינד אין קרית יואל איז נישטא קיין הנהגה תביעה, סאיז דא א ממונות תביעה א תביעה אויף בנינים, א תביעה צי די הנהגה האט טאקע אזוי גיזאגט, יעדער חסיד פין ברך משה זי''ע האט גיהאלטן אז אויב איז קלאר אז דער ברך משה ווארפט ארויס רבי בערל פריעדמאן שארף רבי בערל גיין, די טענה איז נאר גיווען אז דער ברך משה האט דאס נישט גיזאגט, דאס איז נישט גיווען זיין רצון, אין די גאנצע רבנות פין ר' זלמן לייב איז נישט גיווען זיין אמתע רצון נאר משה גבאי האט דאס דאס גיפירט אין מע האט קיינעם נישט צי גילאזט צים ברך משה, נו, דאס איז א רעכטע תביעה, אין אויף דעם איז דא הלכות אין שלחן ערוך, אין פארדעם דארף מען גיין צי דין תורה, אין קרית יואל איז אויך אזוי, די תביעה איז א קלארע ממונות תביעה א תביעה אויף נכסים, אין אויף דעם דארף מען גיין צי דין תורה,

דער לעצטער פאראגראף איז די גרעסטע חיצפה וואס גולם שרייבט, אפשר האבן נדב ואביהו אויך גיהעצט משה רבינו? אין ווער האט גיהעצט דעם דברי יואל ווען ער האט גיאסערט די בחירות, די שייגאץ וואס די ביסט, ווען דער ברך משה איז גיווען גיזינט אין שטארק אין קלאר מיט אלעמען, האט מען עם גיהעצט, אבער בסוף ימיו ווען סאיז קלאר גיווען אז קפצה עליו זקנה, ווען ער האט נעבעך גימיינט יעדן טאג אז איז אין קרית יואלער ישיבה, אין האט נעבעך נישט געוויסט וואס ער וויל, מען האט מיט עם גידרייט ווי מיט א דריידערל, דעמאלטץ האט מען עם נישט גיהעצט? ר' זלמנס רבנית איז יא גיווען זיין עכטער רצון, יא?, גולם, פערדישקייט האט אויך א גבול!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 18:40 לינק ישיר 

די קענסט שרייבן ווי לאנגע מגילות די ווילסט אבער פאקט בלייבט פאק דע אלע רבנים דע יארן האבן גארנישט געשיקט פאר זיי האבן ארויס געגבען אין דע בי"ד האט יא אין דער מסור האט זיך אויסגעלאכט פין בי"ד האט בי"ד געטיען וואס סשטייט אין שלחון ערוך אז מדארף טיען!!!!

אין וואס די זאגסט וועגען בני יואל איז דער גולם 100 % גערעכט יעדער ווייסט אז די ברך משה האט עס פארלאגט פין זיי אין קיינער האט עם נישט געוואלט אפזאגן איז עס באמת נישט געווען  זייער מיינונג נאר די מיינונג פין אינזער רבי וואס איז ליידער געווארן אנגעהעצט פין זיין בענאק אין זיין חינוך עצמאי שנור סאיז אויך נישט געווען זיין אמתע מיינונג ווי יעדער האט געזען זיינע לעצטע יאר'ן אויף דעם עולם.
 
ביי דע ווע ווען איז געווען קפץ עליו זקנו (ווי זיין געטרייער זין האט געזאגט ברבים) פארטאגס גראד נאכדעם ווי ענק האבן געוואלט ארויסנארן דע רב הצעיר טיטל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 19:39 לינק ישיר 


זייער זייער נאריש, ווייל דאס וואס די שראבסט נאכאמאל אין נאכאמאל דאס ווארט בי''ד מיינט נאכנישט אז דער שארמאשער מיטן טשאדער אין ר משה בער זענען א בי''ד, אפשר שראבסטו ווען איז גיווען דאס לעצטע מאל וואס זיי זענען גיזעצין ביי א דין תורה?, זיי זענען דריי שונאים פין רבינו שליט''א אין הצד השווה שבהן איז אז דרכן להזיק, אפשר זאגסטי מיר ווי סעשטייט אז "דריי" פריוואטע מענטשן האבן יא א רעכט מזיק זיין איינעם מיט הוצאת שם רע אן עם ריפן צי דין תורה?, קהל האט א רעכט ווי א בית דין דאס שטייט קלאר אין שלחן ערוך, אבער זיי דריי האבן נישט קיין שום רעכט נישט צי ווארענען אין נישט צי פסקענען,

זעט אויס אז די שראבסט א תגובה אימגיליינט, דער בית דין הגדול שבירושלים האט נישט גיגעבן א אייגענעם פסק נאר זיי האבן מחזק גיווען דעפ פסק פין קהל וואס האט א כוח פין א בית דין, אין זיי זענען  זיכער בארעכטיגט צי געבן זייער חוות דעת, אבער די דריי מגלי פנים בתורה שלא כהלכה אין די מלבין פני חברו ברבים'ניקעס  וואס אין להם חלק לעולם הבא, האבן זיכער נישט גיהאט קיין שום רעכט להלכה אן עם מזמין זיין לדין תורה, אין רבי דוד עקשטיין האט זיכער גיהאט א רעכט זיך אויסצילאכן פין די דריי אין להם חלק לעולם הבא'ניקעס.  

 אין איך וועל שראבן נאכאמאל אז די ביזט א שייגאץ מיט מבזה זיין דעם הייליגן ברך משה זי''ע, אין נישט נאר עם ביסטי מבזה נאר אלע גדולי ישראל וואס האבן אינגישריבן דעם איסור אויף בני יואל שראבסטי אז זיי האבן גישריבן א איסור נגד ההלכה נאר ווייל דער ברך משה האט דאס פארלאנגט, איז דען נאך דא א גרעסערער חציפות פון דעם, אפשר איז די בחירות אין מדינת ישראל באמת יא א חוב קדוש נאר די אלע רבנים וואס האבן ארויס גיגעבן דעם איסור זענען גיווארן גיהעצט פינעם דברי יואל זי''ע?, אין אפשר איז וויזניץ יא גירעכט מיט זייער שיטת הגאונים, איי אלע רבנים האבן גישריבן אז מע דארף אנעמען שיטת רבינו תם דאס איז נאר ווייל זיי האבן נישט גיקענט אפזאגן דעם דברי יואל אבער למעשה איז וויזניץ גירעכט, אין יעדער (כלשונך) ווייסט אז דער דברי יואל האט באמת אויך נישט אזוי גיהאלטן ער איז נאר גיווארן אנגיהעצט פינם ראצפערטער רב ז''ל, אלזא זענען אלע פסקים פין דברי יואל בטול ומבוטל....


אגב, ווער איז דאס "יעדער" וואס די האסט אזוי ליב צי ערוועינען, איז דאס "אלע" חסידים פין ברך משה? אדער "אלע" שונאים פין ברך משה?, אינטרעסאנט איז אז "אלע" אדער בעסער גיזאגט 98% פין די חסידי ברך משה זענען היינט צי טאג אדוק אין חסידים פין אינזער הייליגן רבין שליט''א, "אלע" חסידים וואס האבן אלץ קלאר גיוויסט דעת קדשו ורצונו פין אינזער רבין דער ברך משה זי''ע האבן אנגינימען זיין עלסטן זין אלץ ממלא מקום אין ממשיך דרכו, אין "אלע" שונאים וואס האבן עם גישאלטן טאג טעגליך אין האבן קיין השגה נישט גיהאט אין אפילי נישט גיוואלט וויסן זיי מיינונג, אין זיין רצון, אין זיי פארקויפן אינז היינט זיין מיינונג, סאיז זייער אינטרעסאנט, ווען ער האט אויפגינימען אינזער רבי אלץ רב הצעיר האט ער גיוועפט אבער ביים עיקר שכחתי הכתרה פאר ר' זלמן לייב וואס ער איז צענדליגע מאל סטאק גיבליבן ביי דרשה אין דייטשלאנד ביי די נאציס ימ''ש אין האט נישט גיוויסט פארוואס ער איז דארט ביז ר' יונה האלפערט האט ארויס גישלעפט עפעס א פארגישריבן צעטיל פין זיין ביזעם טאש, (אוי איז דאס נעבעך גיווען א ווייטאג פאר די חסידי רבינו צי ציקיקן דעם ברך משה ווי מע מאכט פין עם חוזק אין מען איז עם נעבעך מבזה בפני עם ועדה, אין די שונאי הרבי האבן גיקוואלן אין גיהוליעק מיט ניצחון ווי איינער האט זיך אויסגידיריקט אז זה היום שקיוויני לו (עפ''ל), עכ''פ דאס איז יא קראנט,  דעמאלטס האלסטי האט ער יא גיוויסט וואס ער זאגט, נאר ביים אויפנעמען רבינו שליט''א אלץ רב הצעיר וואס איז גיווען קאנסיסטענט מיט זיין רצון פין אלע יארן דאס איז שוין גיווען ווייל קפצה עליו זקנה,





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 19:43 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:

זייער זייער נאריש, ......


נאכאמאל פאקט בלייבט א פאקט אין דאס זענען די פאקטן צי די אין איך ווילן יא צי נישט מאכט נישט אויס א פאקט בלייבט א פאקט

די קענסט שרייבן ווי לאנגע מגילות די ווילסט אבער פאקט בלייבט פאק דע אלע רבנים דע יארן האבן גארנישט געשיקט פאר זיי האבן ארויס געגבען אין דע בי"ד האט יא אין דער מסור האט זיך אויסגעלאכט פין בי"ד האט בי"ד געטיען וואס סשטייט אין שלחון ערוך אז מדארף טיען!!!!

אין וואס די זאגסט וועגען בני יואל איז דער גולם 100 % גערעכט יעדער ווייסט אז די ברך משה האט עס פארלאגט פין זיי אין קיינער האט עם נישט געוואלט אפזאגן איז עס באמת נישט געווען  זייער מיינונג נאר די מיינונג פין אינזער רבי וואס איז ליידער געווארן אנגעהעצט פין זיין בענאק אין זיין חינוך עצמאי שנור סאיז אויך נישט געווען זיין אמתע מיינונג ווי יעדער האט געזען זיינע לעצטע יאר'ן אויף דעם עולם.
 
ביי דע ווע ווען איז געווען קפץ עליו זקנו (ווי זיין געטרייער זין האט געזאגט ברבים) פארטאגס גראד נאכדעם ווי ענק האבן געוואלט ארויסנארן דע רב הצעיר טיטל?



תוקן על ידי ווער_איז ב- 28/12/2009 19:47:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 19:55 לינק ישיר 

אוי!!! פאר רויטע פונטס האב איך זייער מורא!!!! די האסט מיך גיווינען!!!! ווייל די שראבסט איבער דיין נארישע תגובה צוויי מאל, במילא וועל איך דיר נישט איבער שראבן מיין ענטפער, אויב ווילסטי באמת וויסן דעם ענטפער ליין נאכאמאל איבער מיין פריריגע ענטפער, אין אפילו נאך דיין שרייבן צים דריטן מאל מיט אפילו גרעסערע אותיות קענסטי אויך נאכאמאל ליינען מיין ערשטן ענטפער, דאס פארענטפערט דיינע אלע קאשעס, סיי ווי גרויס די שראבסט דאס,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 22:52 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:

זייער זייער נאריש, ווייל דאס וואס די שראבסט נאכאמאל אין נאכאמאל דאס ווארט בי''ד מיינט נאכנישט אז דער שארמאשער מיטן טשאדער אין ר משה בער זענען א בי''ד, אפשר שראבסטו ווען איז גיווען דאס לעצטע מאל וואס זיי זענען גיזעצין ביי א דין תורה?, זיי זענען דריי שונאים פין רבינו שליט''א אין הצד השווה שבהן איז אז דרכן להזיק, אפשר זאגסטי מיר ווי סעשטייט אז "דריי" פריוואטע מענטשן האבן יא א רעכט מזיק זיין איינעם מיט הוצאת שם רע אן עם ריפן צי דין תורה?, קהל האט א רעכט ווי א בית דין דאס שטייט קלאר אין שלחן ערוך, אבער זיי דריי האבן נישט קיין שום רעכט נישט צי ווארענען אין נישט צי פסקענען, 
 

 קהל האט א דין בי"ד נאר אין זייער אייגענע קהילה ווען א מעמבר פון קיט"ל 10 גארפילד רד וועט נישט פאלגן קהל קענען זיי אים לייגן אין ח ווייל ער פאלגט נישט בי"ד

בני יואל האט זיך געגרינדענט ווען מענטשן האבן באקומען אפיציעלן בריוו פון קהל אז זיי ווערן אויסגעשלאסן פון די קהילה און זיי האבן נישט קיין דריסת הרגל אין קהל'ס בתי מדרשים, זיי זענען אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון זייער כח בי"ד

די בי"ד אין קרית יואל האבן א כח בי"ד אפי' זיי פירן נישט קיין דין תורות זיי זענען א כשר בי"ד לויט אלע דיעות אויסער מיילך דייטש זיי קענען ע"פ תורה פסק'נען  צו דאס איז איבער א מחלל שבת אדער איבער א מוסר ישראל לעכו"ם וואס מ'דארף נישט אויסהערן דעם בעל עבירה מ'קען פסק'נען דורך גביית עדות שלא בפניו

די בי"ד איז געגאנגן לפנים משורת הדין און געשיקט אן התראה 3 טעג פארן מסור און ער איז נישט געקומען, און די רבנים געפסקנט מסור,

זיין הזמנה האט דעם זעלבן תוקף ווי דע הזמנה פון א מחלל שבת וואס שיקט א הזמנה צום בי"ד פארוואס מ'האט אים דן געווען סקילה פאר חילול שבת דורך גביית עדות שלא בפניו,

ביידע הזמנות קען מען לייגען אין מיסטקאסטן, אזוי שטייט אין שו"ע (די מקורות קעסטו טרעפן אינעם בריוו פון בי"ד)   

 



תוקן על ידי כלהנערים ב- 28/12/2009 23:00:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 23:05 לינק ישיר 




קהל האט א דין בי"ד נאר אין זייער אייגענע קהילה ווען א מעמבר פון קיט"ל 10 גארפילד רד וועט נישט פאלגן קהל קענען זיי אים לייגן אין ח ווייל ער פאלגט נישט בי"ד, 
 דאס איז דיין אייגענע נארישע סברה, אין קרית יואל וואס איז גיגרינדעט גיווארן דורך דעם דברי יואל זי''ע איז נאר גיווען איין קהילה מיט די טובי העיר פין דעי קהילה, אין אלע קהילות וואס האבן זיך גיעפענט שלא ברשות זענען משועבד צי די דאזיגע טובי העיר על פי הלכה.

בני יואל האט זיך געגרינדענט ווען מענטשן האבן באקומען אפיציעלן בריוו פון קהל אז זיי ווערן אויסגעשלאסן פון די קהילה און זיי האבן נישט קיין דריסת הרגל אין קהל'ס בתי מדרשים, זיי זענען אויטאמאטיש אויסגעשלאסן פון זייער כח בי"ד,
 ווייטער נארישע סברות, אז מע ווארפט איינעם ארויס קען ער אוועק מופן אין עפענען א אייגענע קהילה אבער נישט אין שטעטל וואס האט שוין ראשי קהילה אין טובי העיר,

די בי"ד אין קרית יואל האבן א כח בי"ד אפי' זיי פירן נישט קיין דין תורות זיי זענען א כשר בי"ד לויט אלע דיעות אויסער מיילך דייטש זיי קענען ע"פ תורה פסק'נען  צו דאס איז איבער א מחלל שבת אדער איבער א מוסר ישראל לעכו"ם וואס מ'דארף נישט אויסהערן דעם בעל עבירה מ'קען פסק'נען דורך גביית עדות שלא בפניו
די דריי אינטערגישריבענע זענען לכולי עלמי מגלי פנים בתורה שלא כהלכה, זיי זענען אקעגן א מרא דאתרא אין דער בית דין הגדול שבירושלים האט שוין גיפסקעט אז זיי זענען גיאסערט, זיי האבן נישט קיין דין בית דין זיי האבן נאר א דין פין א נותן יד לפושעים אין א מלבין פני חברו ברבים ואין להם חלק לעולם הבא,

די בי"ד איז געגאנגן לפנים משורת הדין און געשיקט אן התראה 3 טעג פארן מסור און ער איז נישט געקומען, און די רבנים געפסקנט מסור, יעצט וואס איז זיין תביעה?  
איך האב נישט קיין שים תביעה, איך בין זייער ציפרידן, דע קרעטשמע איז אפגישפארט, דער אפעלעט קארט שליידערט ארויס ענקערע פארלאנגען, אין יעדער ריפט ענק אן ביים נאמען הולכים לערכאות, א תביעה האט רבי דוד עקשטיין שליט''א אז דריי בעלי בתים האבן מחליט גיווען אז ער האט דעם דין מסור פאר די חוצפה פין גיריפן ווערן אין קארט דורך הולכי לערכאות, אין ער האט גיריפן די מלבינים צי דין תורה, ווי א איד דארף זיך אויפירן.
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 23:16 לינק ישיר 

דו דערשרעקסט דיך נישט פון ווער_איז'ס רויטע ווערטער, איך דערשרעק מיך נישט פון דיינע,

צום ענין,

אויב דו רעדסט פון שו"ע, אין שו"ע שטייט אין מעמידין פרנס על הציבור אא"כ נמלכין עם הציבור, ענקער גאנצע קהילה מיט אלע טובים איז אינטער איין גרויסע קוועסשנמארק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 23:21 לינק ישיר 

אין פיר אוס דער ציבור וויל זייער שטארק האבן ר' זלמן לייב אלץ רבי אין וועגן דען האט ער צוויי אהאלב מענטשן ביי זיינע טישן, סי האט זיך גאנץ קלאר ארויס גיוויזן וואס אין וועם דער ציבור וויל. אין גלייבסטי נישט כאפ א שפאציר קיין הופפער צי שלש סעודות, ווי סעזיצן ביים טיש ביים רב בערך 5 מאל אזוי פיל מענטשן ווי ביי דיין נמלכין עם הציבור רבי. אין ווער רעד נאך ביי אינזער רבי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 23:45 לינק ישיר 

ביי א געלעגנהייט וועט מען רעדן וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג, אין קרית יואל האט זיך ביי אלע פאליטישע וואלן ארויסגעשטעלט אז צד מהר"א האט געהאט מער מיט זיבן אכט הונדערט שטימעס מער ווי דעם אנדערן צד, ווען דו וועסט ארויסנעמן די זעקס הונדערט בחורים פון מתיבתא מיט צוויי הונדערט המספיק מיט סקול דיסטריקט וואס מ'ברענגט זיי מיט די ווילטשעירס.. וואס לעגאל קענען זיי אלע שטימען אבער ביי קהל וואלן קענען זיי נישט, וועט זיך ארויסשטעלן א ציפעדיגע בילד... 


תוקן על ידי כלהנערים ב- 28/12/2009 23:47:39




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 23:53 לינק ישיר 

די מתנגדי ר אהרן איז בכלל נישט געלימידטעד צו ר זלמן לייב'ס חסידות, אויסער ר זלמן לייבס ביהמ"ד אין קרית יואל איז דא דארט נאך 60 בתי מדרשים וואס האלטן נישט פון ר אהרן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 00:04 לינק ישיר 

אפשר רעכענסטי אויס וויפיל רויטע סעזענען דא אויף יעדע צד, אדער וועלעכער צד סעקויפט מער פיצה, וועלעכער צד האט מער פאציענטן ביים דאקטאר, וכו',  אפשר זאגסטי מיר וואס האט דאס ציטין מיט די וואלן, צי וועילן דארף מען זיין רעדשיסטערט, מען דארף זיין א סיטיזען, מען דארף זיין העכער 18 יאר, אין בעיקר מען דארף גיין שטימען, די אהרונים ווייסן במילא אז זיי גייען גיווינען במילא איז דא אגרויסער פראצענט וואס גייט נישט שטימען, אבער ביי די בני יואל/זאלי פארטיי זעט מען דעם שארמאשער מיט ר' שייע יאנקל שטויבער וכדומה ווי זיי לויפן בדחילי ורחימי שטימען. אדרבה ווייז מיר איין שיינעם איד פין די אהרונים זאלן גיין שטימען. סאיז זייער קינדיש אין נאריש אנצילייגן אויף די אינטערהונדערט בחורים פין די מתיבתא וואס זענען העכער 18 יאר אין זענען אמיריקאנער סטיזענס אין וואוינען נישט אין קרית יואל וואס סך הכל איז דא נישט מער ווי אינטער הונדערט אזעלעכע, אין וואס איז מיט די 4 - 5 באסעס וואס קימען פין קווינס ישיבה זיי רעכענט מען נישט?, היינט צי טאג מיט די אלע איבערזיכטן פין די סאסמאנס-זאליס-בני יואל-אין סתם שונאים איז נישט מעגליך צי פעלטשן (כעידותו של יעקב מאיר פערענץ). אבער ווי געזאגט די וואלן איז גאר א קליינער ראי', ווען ביי אינז אין די מוסדות איז דא איבער דריי מאל אזוי פיל קינדער ווי ביי די סאסמאנס מיט בני יואל קאמביינד, ווען ביי אינז אין עצי תמרים שיל דאווענען דאפעלט אזוי פיל מענטשן ווי ביי די בני יואל מיט סאסמאן קאמביינד, (שוין נישט גירעד פין בית המדרש הגדול), ווען ביי די גרויסע ריזיגע מחאה ווי עס האבן זיך באטייליגט אלע שונאי רבינו שליט''א איז מיט די וויליאמסבורגע שונאים ציזאמען נישט גיווען קיין 300 מענטשן דאס ווייזט ווער סעהאט א גרעסערן עולם. אין איך רעד שוין נישט ביי כ''ו אב סעודה צי ביי כ''א כסליו סעודה אדער ביי ל''ג בעומר וואס דארט זעט מען אז די זאליס ציזאמען מיט אלע שונאים האבן אפשר א פערטל צי גאר א פיפטל מענטשן ווי די חסידי רבינו שליט''א.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ענפער פין בי"ד ב'קרית יואל פאר די בתי דינים אין פאר בי"ד אורח מישור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.