| נשלח ב-27/12/2009 08:40 |
|
| |
סאטמאר מאנטריאל: נייער מנין און שול
דעם שבת האט זיך געעפנט א נייער מנין פון בערך 20-25 יונגעלייט, אינעם בנין הישיבה קטנה דסאטמאר אין מאנטריאל. בעיקר זענען די יונגעלייט תלמידים פון ישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג, און ישיבת תורת משה מאנטריאל, וועלכע האבן חתונה געהאט די לעצטע דריי יאר. אזוי ווי רוב יונגעלייט וואס האבן חתונה געהאט די לעצטערע יארן האבן נישט קיין זיצן אין בית המדרש, וועלכע מען האט געבויט פאר 25 יאר צוריק, און זיי דארפן שטיין ביים דאווענען וואס איז זייער אומבאקוועם, זענען זיי יעצט געגאנגען דאווענען אין ישיבה קטנה, פרייטאג צו נאכט און שבת צופרי, שלש סעודות איז עס נישט אפן.
פארשטייט זיך אז די שקרים וואס די אהרונים פארשפרייטן כאילו די זאליס זענען ארויס, זענען פוסטע ליגנטס וואס שטימען נישט מיטן מציאות, עס איז דא היינט איבער 160 זאליס אין מאנטריאל, און ישיבה קטנה איז דא פלאץ מערסטנס פאר 35. עס איז נישטא קיין שום סיבה די זאליס זאלן ארויסגיין און זיי פלאנען דאס נישט צו טאן, זייער ליסטע האט געווינען די וואלן, דער ביהמ"ד איז נישט בנשיאות מהר"א, אויף דעם האבן זיי געפייט, און דאס האבן זיי דערגרייכט, זיי זענען רוב, און זיי שפירן זיך זייער באקוועם אין בית המדרש, די זאליס זענען שטארק באחדות, זקנים עם נערים.
אבער אין די זעלבע צייט האבן די אהרונים יא געעפנט א געהעריג בית המדרש "ברך משה" אויף פארק עוועניו, אבער א חלק אהרונים, וועלכע האבן נישט פארגינען פאר די עסקנים, האבן צוליב קנאה שנאה אנגעהויבן א שמוציגע מערכה קעגן דעם בית המדרש, און פירן א שמוציגע העצעריי קעגן די מתפללים פון ברך משה, בלויז ווייל זיי פלאצן פאר קנאה אז זענען נישט געווען אזוי טויגליך אליין צו עפענען א בית המדרש, און זי פארגינען נישט די אנדערע עסקנים.
לכאורה וועלן זיך במשך די קומענדיגע יארן עפענען נאך אפאר סאטמאר בתי מדרשים אין מאנטריאל, פשוט ווייל ס'איז נישט קיין אינטש פלאץ אינעם יעצטיגן בית המדרש, אבער קיינער וועט נישט "ארויסמארשירן" פון יעצטיגן בית המדרש.
דאס האט לעקסינגטאן געשריבן:
זאליס מארשירן ארויס פין מאנטריאל ביהמ"ד
די וואך האבן די זאליס ארויס מארשירט פינעם צענטראלען בית מדרש אין מאנטיראל אין זיך געפענט א נייעם שיל פין אן ערך 35 זאליס [פאקטן: 20 יונגעלייט פון 160 זאליס האבן געמאכט א מנין אין ישיבה קטנה נאר פאר מעריב און שחרית שבת] זייער שיינער איד איז הגה"צ ר' משה מנחמ'ס איידים הרה"ג ר' יושע לערנער שליט"א.
[פאקטן: אפשר א גוטער פלאץ דערווייל איז עס נישט אמת.]
דעס קומט נאכדעם וואס די זאליס האט געקלעמיט זיג ביי די וואלן פאר 3 יאר צוריק אז זיי האבן געווינען [פאקטן: יא די זאליס האבן געווינען ר' מרדכי קאהן איז ראש הקהל]
די וואך האבן זיי קאפטעלירט אין ארויס פין בית מדרש. [פאקטן: סתם שקר דער בית המדרש איז געווען געפאקט ווי געווענליך בדרך אגב האלב פון די מתפללים זענען סאטמאר יונגעלייט וואס האבן שוין געדאווענט אין אנדערע קהלות ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין זיץ אין ביהמ"ד] ס'וועט זיין אינטערסאנט צי זעהן ווי ס'וועט זיך אויס שפילן מיט רב אין ר' משה מנחם אין וויפיל פראקציעס ס'וועט זיין אין מאנטיראל ? [פאקטן: ביי די זאליס, איין רבי, איין רב, איין דיין, ביי די אהרונים, מינימום צוויי פראקציעס]
נישט פארגעסן אין מאנטיראל וואינען 220 סאטמערע יודען. [פאקטן: שוין לאנג איבער 300 מעמבערס אין קהל יטב לב]
אזוי קוקן אויס אלע זאלי זיגן " אלעס בלייבט ביים אלטען".[פאקטן: ענדליך עפעס איין אמת, אלעס בלייבט ביים אלטן, דאס איז דער סלאגאן וואס דער רב הקהלה הרה"ג ר' דוד מייזליש האט געענטפערט פאר די אהרונים וועלכע האבן געבונטעוועט מען זאל אויפנעמען מהר"א אלס ממלא מקום פון ברך משה רבי'ן זי"ע, א ל ע ס ב ל י י ב ט ב י י ם א ל ט ן. אין מאנטריאל וועט מען ר' אהרן נישט אויפנעמען! און ער ב"ה מצליח געווען שוין 3 יאר צו האלטן די קהלה נייטראל, ווי יעדער פילט זיך באקוועם, אפילו מען האט געמוזט אויפגעבן דעם רבי'ן, די אהרונים האבן דעמאלט פארפירט ביי קהל, אז זיי קענען נישט דאווענען אין א שול, וואס איז נישט בנשיאות ר' אהרן, אבער זיי האבן זיך פיין צוגעוואוינט, שוין דריי יאר וואס זיי דאווענען אין א סאטמאר'ע שול וואס "מורה מורינו אהרן בן מורה מורינו משה" איז נישט ממלא מקום פון זיין טאטן, און זיי האלטן זייער פיין אויס. אין מאנטריאל, גייט קיינער נישט ארויס, מען צוטיילט זיך נישט, און אפילו די אהרונים וואס האבן יא געמאכט א געהעריג בית המדרש, איז דאס נאר פאר שבת, נישט אויף אינדערוואכן.
תוקן על ידי משה_ברוך ב- 28/12/2009 03:54:26
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2009 09:15 |
|
| |
שוין 10 וואכן וואס די אהרונים האבן געעפנט א בית המדרש "ברך משה" און צוליב קנאה שנאה רודפ'ן די אהרונים זייערע אייגענע עסקנים, וועלכע זענען מער טויגליך ווי די פאר שוויצערס וואס האלטן זיך אלס בעלי בתים פון די אהרונים. דאך פארשטייט יעדער אז זיי האבן נישט "ארויסמארשירט" און קיינער איז נישט אינטרעסירט זיי זאלן ארויסגיין, פארקערט די אהרונים האבן אפילו נאכגעגעבן מוותר צו זיין אויף זייערע רבי, אבי מען זאל זיין באחדות. און אפילו זיי האבן א שבת בית המדרש, דאווענען זיי א גאנצע וואך געהעריג ווייטער אין צענטראלן בית המדרש. איז דאך סתם היפאקריטיש אז די אהרונים זאלן שרייען "געווינען" ווען אפאר קווינס תלמידים האבן געמאכט א מנין פאר צוויי תפילות, צוליב מאנגל אין פלאץ.
אזוי קוקן אויס אלע אהרונישע געווינסן...
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2009 09:17 |
|
| |
מודעה פון אהרונישע בית המדרש ברך משה

|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2009 12:37 |
|
| |
אזוי אין נישט וויניגער קוקן אויס אלע אהרונים איבער דע גאנצע וועלט מיט זייער שקר אין בלאף,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,,, מזהעט דעם אמת וואס שטייט אין אלע חסידישע ספרים אז דע חסידים גייען פינקליך נאכן מנהיג אין דא זעהט מען דער מציאות אז זיי אלע לעבן טאג אין נאכט אין שקר,,פארדרייען,,בלאפן,,,ליצנות,,,,א,ז,ו,אמאל איז דא איינער וואס ווייזט אויף דער שקר אין אמאל נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2009 03:11 |
|
| |
איך הער אז כ"א כסלו האט ר' דוד מייזליש געהאלטן א שארפע דרשה קעגן די אהרונישע "ברך משה" שול, אבער זיי האבן זיך בכלל נישט צוקראצט און גייען ווייטער אן געהעריג.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|