בית פורומים אידישע געדאנק

בני יואל לאדנט איין דעם רבי'ן שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2009 17:12 לינק ישיר 
בני יואל לאדנט איין דעם רבי'ן שליט"א

ווי שוין באקאנט וועט רבינו שליט"א וויילן דעם שבת צוגאסט אין קרית יואל, געווענטליך איז די רבי'ס אכסני' אין שטוב פון הרבני הנגיד הרה"ה ר' מענדל שווימער הי"ו

היינט זענען די ראשי קהלה פון בני יואל אריבערגעקומען צום רבי'ן און אים געלאדנט אז ער זאל קומען זיין זייער גאס! ווען די רבי האט געפרעגט "וואס הייסט ענקער גאסט?" האבן זיי געזאגט אז זיי ווילן אויסשטאפירן די הויז פון רביה"ק זי"ע, היות עס איז דערווייל סיי ווי נישט ניצבאר פאר א ביהמ"ד זענען זיי גרייט אויסצושטאפירן דאס פלאץ אז דאס זאל דינען אלס אכסני' פארן רבי'ן!

די רבי שליט"א האט זיך באדאנקט אבער האט אפגעזאגט און האט צוגעלייגט, "מען דארף זיין זייער נידריג זיך צו קענען באניצן מיטן מקום קדוש פאר אייגענע צרכים"!

סוף דבר וועט רבינו שליט"א איינשטיין ביי ר' מענדל.

איך פראביר זיך פארשטעלן די שוים אויף די לעפצן פון די אהרוינים און פון זייער מנהיג בפרט, אויב וואלט רבינו שליט"א אנגענומען די איינלאדענונג.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 17:32 לינק ישיר 

גיניג אשאד אז ר' גז''ל האט ציריקגיוויזן די אנלאדינונג, ער וואלט גיקענט זען פירסט הענד וואז זיין ברידער פארמאגט, משה גבאי מיט זיינע קלוניס רעדן אן דעם ר' גז''ל אז רבי אהרן האט גארנישט, דארט דאווענען נישט מער ווי 50 60 מענטשן, איי וואלט זיס גיווען ער זאל זיך אראן ציען דארט אין די בעק, אפשר וועט ער נאך זוכה זיין צי הערן א אידיש ווארט, סי קימט דאך שובבי''ם, אפשר וועט ער נאך תשובה טין. איך וואלט גיהאפט אז וועט ריקאנסידערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 17:37 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
 אפשר וועט ער נאך זוכה זיין צי הערן א אידיש ווארט, סי קימט דאך שובבי''ם, אפשר וועט ער נאך תשובה טין. איך וואלט גיהאפט אז וועט ריקאנסידערן.

 
איך הער אז מגייט נישט אריין לאזען בחורים אין קינדער צי דעם קדוש'ס שובבי"ם תורות סגייט קימען אזאליכע הסבירים ווי די שארט קארט אין די הסבר פין כ"א כסלו דע יאר וועגען בחורים אין מיידליך ביי חתונות ????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 17:48 לינק ישיר 

מע וועט זיך דערמרנען פין די שובבי''ם תורות פין בעל דברי יואל זי''ע.... צי ווייסטי פין וואס דער הייליגער בעל דברי יואל האט גירעדט ביי זיינע שובבי''ם תורות? אויב נישט פרעג דיין טרטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 18:01 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
מע וועט זיך דערמרנען פין די שובבי''ם תורות פין בעל דברי יואל זי''ע.....


פארגעלייך נישט זיין שמוציג מויל אין קאפ צי להבדיל אלף אלפי הבדלות צי אינזער רבי ז"ל וואס ער וויל אויסרייסן זיין נאמען ה"י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 18:05 לינק ישיר 

בני יואל איז נישט מוותר, זיי לייגן איין וועלטן אז די רבי זאל פארט איינשטיין דארט. שארמאשער רב האט געלאזט רופן ר' מענדל אים צו בעטן אז ער זאל מוותר זיין און לאזן דעם רבי'ן איינטיין אין די הויז פון רביה"ק.

עס הייסט יעצט אז די רבני בני יואל פלאנען אריבערצוקומען צום רבי'ן זי איינבעטן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 18:32 לינק ישיר 

טאקע א פלא, פארוואס האט מען נישט ביז יעצט געקויפט עפעס א אייגן הויז פאר איהם אין מאנרא. אפי' ר' אהרן אין וומ"ב האט כאטש עפעס א שטיקל רעספעקטפול אייגן הויז וואס ער האט געירשנט פון זיין טאטען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 18:40 לינק ישיר 

ווער_איז כתב:
מע וועט זיך דערמרנען פין די שובבי''ם תורות פין בעל דברי יואל זי''ע.....


פארגעלייך נישט זיין שמוציג מויל אין קאפ צי להבדיל אלף אלפי הבדלות צי אינזער רבי ז"ל וואס ער וויל אויסרייסן זיין נאמען ה"י


נעבעך אזוי זעט מען אויס אז מע לערנט נישט דעם רבינס שובבי''ם תורות, עניני קדושה הייסט ביי זיי מנוולות, האט מען ביי רבין זי''ע אויך ארויס גישיקט די בחורים?, איך בין דשאסט נייגעריג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 18:40 לינק ישיר 

סקאטמאלען נאר א אהרויני קען פרעגן אזא קשיא

אויב איז דא געלט פאר א "שטיקל רעספעקטפול אייגן הויז" וועט די רבי מיט די געלט בויען נאך א שול!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 18:41 לינק ישיר 

גערעכטער1 ביי מיר איז קיין ספק נישט אז די האסט קיינמאל אין דיין לעבן נישט אויסגעהערט דעם סאטמאר רב ז"ל'ס שובבים תורות

עס איז צום שטוינען פון ר' זלמן לייב'ס מדות און איינגעהאלטנקייט, עס איז ברור אז ווען די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט ר' אהרן דארט איינגעשטאנען בקול רעש גדול

איך גלייב אז די ארוינים וועלן טון כל תצדיקי שבעולם אז דאס זאל נישט צושטאנדקומען, אריינערעכנט שמוצן אויף הייד פארק. און אויך שרייען חי וקיים אז עס באדערט זיי בכלל נישט.


תוקן על ידי נפל ב- 27/12/2009 18:43:37




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 18:41 לינק ישיר 

פארפאלן חיי שעה גיט גיענטפערט, דער עולם האלט זיך איין פין לאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 18:44 לינק ישיר 

נאר איך? צי רבי יקותיאל הערש ווערצבערגער אין רבי אברהם שלום עפשטיין אויך נישט. אין וואס איז מיט אלע אנדערע טויזענטער אהרונים, האבן זיי אויך קיינמאל נישט גיהערט קיין שובבי''ם תורה פונעם רבין זי''ע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 18:44 לינק ישיר 

דארפסט זיך נישט איינהאלטן, אונז קיצלט זייער ווייניגע וואס ענק האלטן איבער סיי וועלכע נושא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 18:46 לינק ישיר 

די וואס האבן זיך צוגעהערט זענען נישט מדמה צווישן די שלש סעודות תורות פון סאטמאר רב און די שארט קאט מיט טשעט דרשות פון ר' אהרן, אויב די ביסט דאס מדמה איז קיין ספק אז 'די' האט נישט אויסגעהערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2009 18:48 לינק ישיר 

אוי נייפעלע נייפעלע, ווי מער איר רעד פין דעם פארשלאסענעם ווערצהויז איז פשוט א נחת, ר' גז''ל יא אריין מופן צי נישט אריין מופן, הו קערס, אבי איר האט גיכאפט א פליק פינעם קארט ווי איר זענט אריין נגד התורה, דאס מיינט דער פסוק בורה כרה ויחפריהו,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2009 18:51 לינק ישיר 

דערווייל איז נאך דא א מחלוקות הפוסקים ווער עס איז אריין אין קארט.

וואס עס איז זיכער אז אין וו"ב זענען די אהרוינים אריין אין קארט נישט איין מאל נאר צענדליגער מאל, אןו געכאפט פליקעס פון קארט נישט איינמאל נאר צענדליגער מאל, לפי זה וועלט מען געדארפט טייטשן דעם פסוק "בורות כרה".

נחזור לענינינו, די האלטס אז אויב די מעשה וואלט געווען פארקערט וואלט דיין רבי אפגעזאגט? וועלט ער אויך געזאגט אז מיט אזא מקום קדוש באדינט מען זיך נישט פאר אייגענע צרכים אדער וואלט ער זיך געכאפט דערויף ווי אויף א שטיקל שמאלץ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > בני יואל לאדנט איין דעם רבי'ן שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext