בית פורומים אידישע געדאנק

געט אפ אייער שטימע,

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/12/2009 22:55 לינק ישיר 
געט אפ אייער שטימע,

עס איז דא א געזאגעכטס,
מען הענגט נישט אייגענע שמיץ וועש אויפן גאס,


איך מיין, און איך האף, אז מען דארף דאס נישט מסביר זיין פאר קיינעם,
אז דא און חדרי חרדים, איז פאר אינז סאטמערע אידן אויפן גאס,
און די זאכן וואס ווערט דא דיסקאסירט, ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיין סאטמארער חסיד,
אפילו אויב איינער פארשטייט, אז וואס קען שוין זיין שלעכט, מען טענה'ט זיך פשוט ארום,
ליינט אפ מיין וויילען קאמפיין מעסיטש, דערנאך געט אפ אייער שטומע,

עס איז דא א טייטש,
תשב באחיך תדבר בבן-אמך תתן-דפי.
"תשב באחיך תדבר" ווען די זעטצט זיך רעדן אויף דיין ברידער,
געדענק אז "בבן-אמך תתן-דפי" די רעדסט אויף דיין מאמע'ס קינד,
דאס מיינט צי זאגן די פארשעמסט דיין מאמע,

אלה עשית והחרשתי דמית היות - אהיה כמוך אוכיחך ואערכה לעיניך.
"אלה עשית" אויב איז די מדובר בבן אמך,
והחרשתי, דארף איך זיין שטיל,
פארוואס? ווייל,
דמית היות - אהיה כמוך,
דער פון אידרויסען, וועט זיך נישט וועלען מישען, וועט ער זאגן מן הסתם זענען ביידע איינוג שילדיג,
און אויף וועם וועט גיין די דברי דופי, עס וועט גיין בבן אמך,
 
איך מיין אז יעדער פארשטייט כלפי מה דברים אמירים,

דא און חדרי חרדים איז דא אזא זאך אז מען קען ארויף לייגען א שלאס אויפן פארעם,
דער מנהל קען אריין לאזען וועם ער וויל, אויב ווער עס האט נישט קיין רשות כניסה קען גארנישט זען,
מען דארף אריין גיין מיט א פעסווארד,

ביטע געט אפ אייער שטומע
יא מיינט, יא מאכן א שלאס,
ניין מיינט, נישט מאכן א שלאס,




תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 27/12/2009 22:57:58




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 04:33 לינק ישיר 

מיין ווויאט איז יא
עס איז מיר שוין לאנג לבי נקפי פאר די סיבה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 12:48 לינק ישיר 

אבער דיין ברודער אין כל העולם כולו האט דאך זייער פורום ברייט אפען, ממילא וועט די שמוץ וועש גראך פון דארט ארויס ליקן, ומה הועילו חכמים בתקנתם? אשר ע"כ האלט איך אז אזוי לאנג דער אנדערער פורום איז ברייט אפען זאל אונזער אויך בלאבן אפען,

2'טנס, דער פורום איז דאך א נייטראלער חסידישער פורום, עכ"פ אזוי הייסט עס אפציעל, פארוואס זאל מען צוליב די סאטמארע זאלויניס עס אפשפארן, מאכטס ענק איין אייגענעם פנימי פורום, און לאזטס אונזער פורום במנוחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 17:16 לינק ישיר 

דאס האט נישט דוקא, צי טון מיט סאטמאר,
דאס איז אבער קלאר, אז דא שרייבען בעיקר,
דער סארט ציבור וואס איז אפגעזינדערט, פון די אלגמיינע אידישע גאס, (יהדות החרדית)
וואס ביי יענע איז דער שפראך אדער היברעיש אדער ענגליש,
אפילו א גרויסע טייל פון זיי רעדן אידיש, באניצן זיי זיך ביים שרייבן בעיקר מיט היברעיש,

און עס איז פארשטענדליך,
אז די אלע אנדערע קרייזען קיקען ארויס, צי קענען טייטלען מיט די פינגער טול קורה מבין עינך,
פארוואס זאלן מיר זיי דאס אריין געבן און מויל,

גערעכט, מיר מיטשען זיך ארום מיט אינזערע פראבלעמן,
אבער עס איז נישט אזוי שווער צי פארשטיין, 
אז קיינער וועט נישט געבן קיין חרב ביד פון א אייגענע שונא,
פארוואס זאל מען נישט האבן אביסל זעלבסט ריספעקט,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 17:29 לינק ישיר 

לדעתי אויב שפארט מען אפ דעם פורום וועט דער גאנצער פורום נישט צי לאנג מאריך ימים זיין, דאס דארף בלאבן אפן פאר יעדן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 17:32 לינק ישיר 

לדעתי וועט דער מנהל אריין לאזן א יעדער וואס האט א רשות כתובה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 17:33 לינק ישיר 

און א יעדער וואס קען מאכן דעם פארים אינטערסאנט,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 18:08 לינק ישיר 

רשכבהגולם: האסט א פוינט מיט דע זאך אז יעדער קען זעען אינזערע פראבלעמען אין סאטמאר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 18:30 לינק ישיר 

יא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 21:47 לינק ישיר 

יא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 23:34 לינק ישיר 

איך שטום יא,
איך האלט מיך אסאך ציריק פון שרייבן,
וועגן דע פראבלעם,

פאר די וואס זאגען,
אז ווילאנג די אנדערע פארום איז אויפן, קען מען דעס נישט צימאכן,
קודם, לפי עני"ד האט דאס נישט קיין שייכות,
און אפילי יא,
אדרבה, אפשר עפענט איר און יענע פארום אויך אזא אשכול,
און פרעגט דעם דעת הקהל,
 


תוקן על ידי יוספ7 ב- 28/12/2009 23:35:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 00:43 לינק ישיר 

ניין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 00:54 לינק ישיר 

ניין!

נ.ב. אפשר וואלט געווען א פשרה צו מאכן א 'תת פורום' און יוצא זיין ביידע צדדים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 01:00 לינק ישיר 

וואס מיינט 'תת פורום' ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 01:38 לינק ישיר 

יא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 02:08 לינק ישיר 

ווער עס האט נישט קיין מיינונג איבער דעם,
זאל אויך וועלען, אויב עס איז נישט שווער,
יא,
ניין,
נאטראל,
אזוי וועט מען וויסן ווען מען קען פארמאכן פאל'ס,
און נישט דארפן ווארטן, אויב איינער וויל נאך אפשר אפגעבן זיין שטומע,
א דאנק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געט אפ אייער שטימע,
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext