בית פורומים אידישע געדאנק

געט אפ אייער שטימע,

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/12/2009 07:38 לינק ישיר 

ניין
קודם כל האלט איך אז מען דארף פרעגן נישט נאר די וואס שרייבן דא נאר אויך די וואס קומען דא נאר אריין פון צייט צו צייט צו געבן א בליק וואס עס איז נייעס
אפגערעדט פון די מענטשן וואס האבן קיינמאל נישט קיין צייט (יא עס איז נאך דא עטוואס עפלויעד פיפאל אין אמעריקע) און נאר ווען עס קאכט זיך עפעס שטארק קומען זיי דא אריין
איך האלט נישט אז עס איז גערעכט צו פארמאכן פאר זיי די פורום זיי האבן אויך א רעכט צו געניסן פון די דעמאקראטישע רעכטן על פי תורה

און וועגן אונז שרייבערס זעה איך נישט קיין סיבה בכלל אז מען זאל דאס דארפן פארמאכן, חסידים פון רבינו מהרי"י מסאטמאר שליט"א האבן זיך נישט מיט גארנישט צו שעמען, בנוגע די ארוינישע באלאני'ס וואס זיי פרובירן ווי א קאזע צוריקגיסן אלע זייערע שמוץ אויף אונז, איז דאס נישט קיין סיבה אז די פורום זאל זיין פארמאכט

אויב עפעס דארף אן ארויני זיך שעמען צו לאזן האלטן אפן די פורום אבער די זאך איז אז זייערע אפפאל קומט נישט אפיר אין די עפנטליכקייט דוקא דא דורך די פורום, עס קומט ארויס דורך גענוג אנדערע וועגן און די פורום ווי מען שמועסט עס נאר געשמאק איבער איז נישט קיין שום פראבלעים

כתבתי בקיצור מען קען נאך מאריך זיין דערין, אינטערשטע שורה איך וואוט
ניין מען זאל דאס נישט פארמאכן
יישר כח

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2009 07:47 לינק ישיר 

נייטראל

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2009 19:43 לינק ישיר 

100 %

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 00:13 לינק ישיר 

כדי לסביר את האוזן,
כהיום, קענסטו פארשטיין, אז ווען עס איז דא צוויי צדדים, מתנגדים זה לזה
,
די גרעסטע הצלחה פאר איין זייט, און די גרעסטע דורכפאל פאר די אנדערע זייט איז,
ווען עס ווערט א אינערלעכע מחלוקה ביי איינע פון די צדדים, און זיי ווערען פארנימען מיט זיך,

און יעצט קלערט אריין,
איר, אלץ קהילה מיטגליד פון מהרי"י,
ווי אזוי וואלסטו געשפירט ווען די הערסט אז צוויי קינדער ביי מהר"א הייבען זיך אן ארום רייסן צווישן זיך,
און ביידע האבן אסאך ספארטערס,

די זעלבע פארקערט די גרעסטע הצלחה פאר  קהילת מהר"א,
וואלט געווען אז מען זאל זיך קריגן ביי מהרי"י,

נישט ווייל מען פרייד זיך אז מען שלאגט זיך ביי יענעם,
נאר פשוט, אז איינער ווערט צישפליטערט,, און דער אנדערע נישט
איז אטאמאטיש דער וואס איז געבליבן גאנץ די געווינער,

פארדעם געט מען אכט ביי יעדן, אז אפילו ווען עס ווערט עפעס א מחלוקה, אינעוויינוג,
ברענגט מען אויף דעם כבוד המלכות, אז מה יאמרו הבריות,
און אויב די מחלוקה פלאקערט נאך נישט אויף אזא פערזענלעכע פארנעם,
וועלען זיי קומען אל עמק השוה, מפני כבוד המלכות,

און יעצט פארשטיי,
סאטמאר איז נישט בלויז א חסידות ווי אלע אנדערע, א רבי מיט חסידים,
סאטמאר איז נתייסד געווארען פאר א פעסטונג צי אידישקייט,
עס האט בכלל נישט גענדעלט צי אנדערע חסידותער ווי למשל סקווער מינקאטש, בעלזא, וכדומה,
ווי עס איז דא אזא זאך ווי קפידה'ס, מנהגים, און אזוי ווייטער,
און ווי יעדער האט א ספעציעל געפיל צום די גזע פון די חסידות,
און סאטמאר איז דאס נישט געווען,
פרעגט נאר די וואס האבן געמאכט די מחזורים און די זמירות'ן דברי יואל,
זיי זאגן אז זיי האבן געהאט זייער א שווער ארבעט, ווייל די אלגמיינע סאטמערע חסידים,
האבן נישט נאכגעקוקט דעם רבין,
א גרעסערע חלק פון די מנהגים האבן זיי געפארשט בעיקר ביי די מינקאטשער חסידים,

וואס נאכן קריג האבן זיי זיך מסתופף געווען ביים רבין זי"ע,

וואס זיי זענען געווען געוווינט צי די דעם פון מינקאטש אויס,
די אלע מנהגים וואס די אינגערע דור און סאטמאר ווייסט פון רבין,
איז אריין געקומען און סאטמאר נאכן רבין'ס פטירה, מיט די ארויסקום פון די זמירות און מחזורים,
די ענין פון האבן א געפיל צי די גזע איז נאך היינט און סאטמאר נישט קיין ארטיקעל,
אין סאטמער האט מען נישט פארקויפט קיין געפיל צום גזע,
יא עס איז געווען די אידן פון דערהיים אויס פון סיגעט און סאטמאר, האבן געהאט א געפיל צי דעם,
אבער מען האט דאס נישט צישפרייט און די חסידות,
און עס איז קיינמאל נישט געווארן א חלק פון די מהות פון חסידות,
צי סאטמאר האט זיך אנגעשלאסן אלע סארט אידן,
ווייל דארט האט מען נישט פארלאנגט מער ווי פשוט אידישקייט אן קיין פשרות,
פארדעם איז סאטמאר אויסגעוואקסן דער יסוד פון יהדות החרדית אן אמעריקע,
און א ריקען ביין פאר די יהדות החרדית און ארץ ישראל,
סאטמאר האט אויך גענאסן הערצה, פון אלע סארט קרייזן ליטווישע ספרדים,

פאר די זעלבע סיבה,
ווייל סאטמאר איז דא געווען אויף צי טון פאר אידישקייט,
נישט קיין חילוק צי פאר די קרייז צי פאר די קרייז,
אפילו ווען זיי האבן נישט מסכים געווען מיט סאטמאר, 

וויסנדיג אז נישט קיין פאליטישע חשבונות שפילט דא א ראלע,
פון די אנדערע זייט האט זיך אויף געבויט א גרויסע התנגדות צי סאטמאר פון די חסיד'שע גאס,

די פשוטע סיבה איז, 
ווייל די רבי איז סוכ"ס געווען א חסיד'שע רבי,
און דאס איז געווען און די בחינה פון הלל מחייב את העניים,
און דעס אז די רבי האט געזאגט און געשריבן נשתכח דרך הבעל שם,
האט שרעקליך אויפגעברויזט די אלע אנדערע חסידסער,
דארט האט מען דאך בעיקר פארקויפט, כלומרשט דרך הבעל שם,

בעלזא וואס איז אמאל יא געווען פארעלעל מיט סאטמאר און די ענין פון קנאות,

דאן איז אבער געווען קפץ עליו די מחלוקה פון סאטמאר און בעלזא נאך די ערשטע בחירות,

למעשה האט זיך אהער געשטעלט א שטארקע התנגדות צי סאטמאר,

ביי די אמעריקאנער גאס און די בראשית יארן און אמעריקע,

ביי די ציונת'טישע גאס סיי פרייע, און סיי מזרחיסטן,

ביי די חסידישע אגודה'סטן, שפעטערדיגע פרומע ציונים,

ווען סאטמאר האט זיך אנגעהויבן צי שלאגן צווישען זיך און די מ' יארן,

האבן זיך די אלע סאטמערע ליב האבער געפרייט, און זיי האבן עס בכלל נישט באהאלטן,

פארוואס, פשוט, פון היינט און ווייטער, קענען זיי שוין ציריק שרייען טול קורה מבין עינך,

ווי אויך האבן זיי געשריגן קוקט נאר, דאס איז ענקערע פירות,

רוב ריבו סאטמארע אידן האבן פארשטאנן די נחיצות פון זיך האלטן אינאיינעם,

און אזוי איז עס איז ווייטער אנגעגאנגען,

די זאך, איז נאך נוגע היינט אויך,

פארפאלן די מלחמה קעגן ציונות, וואס איז נאך היינט דא, האט פיל מער א בעסערע אפקלאנג,

ווען יענע זאלן נישט קענען ציריק טייטלן טול קורה מבין עינך,

פארדעם וואלט בעסער געווען אז מען וואלט זיך נישט געדארפט ווען קריגען,

אבער אז איז אזוי ווי עס איז, פארוואס זאלען מיר נישט פארשטיין,

אז סוכ"ס די דרויסנדיגע וועלט וואס האבן נישט אזוי ליב סאטמאר,
און קוקען ארויס צי קענען טענה'ן טול קורה מבין עינך,
זיי וועלען נישט אננעמן די תירץ אז דאס איז נאר ארונים,
אזוי ווי מיר האבן געברענגט דעם טייטש אנפאנג פון די אשכול,
תשב באחיך תדבר  ווען די רעדסט אויף דיין ברידער, אפילו די ווייזט אויף אז ער איז א שייגץ,
זאלסטו אבער וויסן אז בבן-אמך תתן-דפי. די פארשעמסט דיך אליין, ווייל ער איז דאך בן אמך,
איי זאל א יעדער וויסען ווער ער איז,
זאגט דער פסוק ניין אלה עשית והחרשתי איך מיז זיין שטיל עכ"פ אינטער א שלאס,
פארוואס טאקע ?
דמית היות - אהיה כמוך,
ווייל דער פון אינדרוסען וואס ווארט שוין אויף די געלעגנהייט, צי זאגן טול קורה מבין עינך,
ער וועט נישט אננעמן דעס וואס די ווילסט עם אויף ווייזען אז יענער איז א שייגץ,
ער וועט עס ניצן נאר אויף וואס עס לוינט זיך עם,

אלזא האב איך דא פראבירט ציריק צי ברענגען די געפילן וואס די עלטערע סאטמערע האבן,
די וואס געדענקן נאך וואס סאטמאר האט געמיינט און די וועלט,
און פארוואס דארף זיך א היימישער מענטש שפירען שלעכט,
ווען עס גייט ארויס אינזערע מטמוניות אויפן גאס,

יעצט אויב דאס האט אויס געמאכט ביי אייך,

געט אפ אייער שטומע

האלט איר אז מען זאל ארויף לייגען א שלאס אויפן פארום?

יא

ניין

נייטראל

האט איר סתם הערות אויף די נושא לייגט עס ארויף,

תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 31/12/2009 00:19:52

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 05:23 לינק ישיר 

איך זע נישט אין דעם פורום א גרעסערע שאדן פאר א מענטש וואס ליינט דער בלאט יעדע וואך, דא קען מען כאטש זאגן ס'איז קינדערישע געשרייבעכטץ, אויב ווילאנג די בלאט מאכט ליצנות פון ערליכע אידן בכלל זייערע שקרים זע איך נישט א פעלער אין דעם פורום, אויב ס'איז שוין דא ווי צו מקיים זיין עם עקש תתפתל ווילסטו דעס אויך פארמאכן?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 17:30 לינק ישיר 

דא רעד מען בכלל נישט וואס יענער טוט,
מיר האלטן נישט די תורה, לויט יענם'ס שפלת,
פארשטייט זיך, אז יענעם'ס שפלת קען האבן א השפעה אויף אינז, אימדירעקט,
אבער לכתחילה, מעסטן מיר נישט, ווי אזוי מיר דארפן זיך אויפפירן, לויט יענם'ס שפלת, 
לענינינו,
אויב פארשטייט מען אז א זאך איז א עולה, איז נישט קיין טענה אז יענער טוט שוין די עולה,
נאכדעם, איז אינו דומה ווען נאר איין צד טוט עס, ווי ווען ביידע צדדים טיען עס,
אויב טוט עס נאר איין צד קען עס מיט די צייט זיך אויסקלארן אליין ווער דער טראבל מעקער איז,
דער דרויסנדיגער טענה'ט דמית היות - אהיה כמוך, אז די ביסט די זעלבע ווי יענער,
נאר ווען ביידע זענן אויפן פראנט,
אויב די וועסט גיט קוקען, וועסטו זען, אז נאך א יעדע שטינק וואס די ארונים מאכן אן,
איז און די בלאט דא פארשידענע מהלכים ווי אזוי זיי ארבעטן,
1) לצנות,
2) מען ניצט אלע יג' מידת שהתורה נדרשת בהן און מען לערנט ארויס אז כבר היה לעולמים,
3) זייער צד שכנגד טוט די זעלבע,
איך וועל אנכאפן איין זאך וואס איז לעצטנס פאר געקומען,
ווען זיי האבן געפירט א מערכה מיט כולל שומרי החומת,
איז געווען ביי זיי א נייעס, אז זייער צד שכנגד פירט א מערכה קעגען כולל זיבנבערגן,
און עס איז געגאנגן אזוי ווייט אז ווען עס איז געווען א דינער פאר כולל זיבנבערגן, 
און עס איז געווען ב"ה א סקסעס,
האבן זיי נישט מער און נישט ווייניגער געטאנצן פון נצחון,
נישט זיבנבערגן און נישט קהל מהרי"י האבן געוויסט דערפין ביז מען האט עס געהערט פון זיי, ל"ע,
און מיט אזא זיכערקייט, אז זיבנבערגן וויל עס נישט מודה זיין, ווייל זיי האבן מורה, נעבך,
כלפי מה דברים אמירים,
די וואס גלייכן... סאטמאר זייער שטארק,
ווילען הערן אז ביידע זענען די זעלבע,
און די ארונים בנוגע זייער שמוץ, וועלן אלץ פראבירן,
אויב זיי קענען עס נישט ארויף ווארפען אויף א צווייטן אינגאנצן,
וועלן זיי ארבעטן כאטשיק עס ציברענגן עס זאל אויסזען פארלעל, מיט זייער אנדערע צד, 
מיר קענען דאס אסאך רעדיצירן,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:05 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:

וואס די זאגטס וועגן זיבענבירגען,
די לייקענסט שמש בצהרים?
האט מען נישט אראפגעריסן די צעטליך פין פין זיבענבירגען?
האט מען זיי נישט געלאזט אויסרופן אין מהרזל''ס בתי מדרשים ווי אלע יארען?
האט מען זיי געלאזט שטעלן א טישעל נאכען דינער ווי אלע יארען?
אין די זעלבע מיט חיבת ירושלים...

וואס די שרייבסט וועגן די בלאט, עס איז זייער זעלטן אז דער בלאט זאל האבען נעגעטיווע באריכטען, אנדערש ווי דער איד ווועלכע האט כמעט וועכענטליך ארטיקעלן פין 1 ביז 10 קעגן מהר''א.
די סיבה דערפין איז פשוט ווייל אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, אין ער ווייל אריינבאקען אין זיינע מענטשן אז יענער איז דער גנב יענער איז דער משכיל יענער איז דער הולך בערעות יענער גייט אין בג''ץ יענער איז דער מסרב לדין.....

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 18:09 לינק ישיר 

אז די ווילסט ווויטן איז געזינטערהייט
פארדריי נישט דעם אשכול

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 18:31 לינק ישיר 

רשכבהגולם כתב:
אז די ווילסט ווויטן איז געזינטערהייט
פארדריי נישט דעם אשכול

נאר די מעגסט פארדרייען
ווייל די מאכסט א משל וואס שטימט נישט מיט די נמשל?

אז איך וועל אויספירן מיין תגובה מיט א נמשל פאר דעם אשכול וועסטו זיין צופרידן אפי' ס'וועט נישט שטומען?

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 19:08 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:

וואס די שרייבסט וועגן די בלאט, עס איז זייער זעלטן אז דער בלאט זאל האבען נעגעטיווע באריכטען, אנדערש ווי דער איד ווועלכע האט כמעט וועכענטליך ארטיקעלן פין 1 ביז 10 קעגן מהר''א.
די סיבה דערפין איז פשוט ווייל אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, אין ער ווייל אריינבאקען אין זיינע מענטשן אז יענער איז דער גנב יענער איז דער משכיל יענער איז דער הולך בערעות יענער גייט אין בג''ץ יענער איז דער מסרב לדין.....

דין תורה מען קען זיך קייכן פון דיין טיפישע ארוינישקייט, אין די בלאט וואס עס גייט נישט דורך ממש קיין איין וואך ווי די בלעטער זענען נישט איבערגעפילט מיט לענגערע מיאוסע ארטיקלען און ביישרייבונגען קעגן די גאנצע סאטמארע קהילה אינדערצייט וואס אין דער איד איז נישט דא מער ווי איין מאל אין 10 וואכן א אויסגעדראשענע ארטיקל קעגן די ארוינים.

דאס איז נאר איינס אויף די ליסט פון זאכן אין קעגנזאץ צו דער מציאות

די ארוינים קוקן נישט אויף די זאלוינים בכלל
דער בלאט מאכט זיך בכלל נישט וואוסענדיג פון די אנדערע זייט
ר' זלמן לייב קען נישט קיין אלף בית
די זאלוינים גייען טעגליך אין קאורט
אלע בעקערי'ס נעמען אריזאנא ווייץ (פארגעס נישט מען האלט שוין 2 יאר נאך די פראקלאמאציע פון דעם קדוש'ל)
ר' זלמן לייב האט נישט מער ווי 10 מענטשן
uj care ברענגט ארויס 80 פראצענט פון וויליאמסבורג
און נאך א לאנגע ליסט פון זאכן וואס עס איז "קלאר" און פשוט פאר יעדע ארויני

וועקט אייך אויף ר' איד

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 20:26 לינק ישיר 

די תורה געב אפ דיין שטומע

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 21:45 לינק ישיר 

נערמאלער כתב:

וואס די שרייבסט וועגן די בלאט, עס איז זייער זעלטן אז דער בלאט זאל האבען נעגעטיווע באריכטען, אנדערש ווי דער איד ווועלכע האט כמעט וועכענטליך ארטיקעלן פין 1 ביז 10 קעגן מהר''א.
די סיבה דערפין איז פשוט ווייל אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, אין ער ווייל אריינבאקען אין זיינע מענטשן אז יענער איז דער גנב יענער איז דער משכיל יענער איז דער הולך בערעות יענער גייט אין בג''ץ יענער איז דער מסרב לדין.....

דין תורה מען קען זיך קייכן פון דיין טיפישע ארוינישקייט, אין די בלאט וואס עס גייט נישט דורך ממש קיין איין וואך ווי די בלעטער זענען נישט איבערגעפילט מיט לענגערע מיאוסע ארטיקלען און ביישרייבונגען קעגן די גאנצע סאטמארע קהילה אינדערצייט וואס אין דער איד איז נישט דא מער ווי איין מאל אין 10 וואכן א אויסגעדראשענע ארטיקל קעגן די ארוינים.

זאל יעדער זעהן ווער איז דער בעקער..... ליינט ביטע אפ זיין תגובה!
צו דיין איבריגע תגובה וועל איך מיך שפעטער צריקערן

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 21:52 לינק ישיר 

[quote]
וואס די שרייבסט וועגן די בלאט, עס איז זייער זעלטן אז דער בלאט זאל האבען נעגעטיווע באריכטען, אנדערש ווי דער איד ווועלכע האט כמעט וועכענטליך ארטיקעלן פין 1 ביז 10 קעגן מהר''א.
די סיבה דערפין איז פשוט ווייל אויפן גנב'ס קאפ ברענט דאס היטל, אין ער ווייל אריינבאקען אין זיינע מענטשן אז יענער איז דער גנב יענער איז דער משכיל יענער איז דער הולך בערעות יענער גייט אין בג''ץ יענער איז דער מסרב לדין.....

דין תורה מען קען זיך קייכן פון דיין טיפישע ארוינישקייט, אין די בלאט וואס עס גייט נישט דורך ממש קיין איין וואך ווי די בלעטער זענען נישט איבערגעפילט מיט לענגערע מיאוסע ארטיקלען און ביישרייבונגען קעגן די גאנצע סאטמארע קהילה אינדערצייט וואס אין דער איד איז נישט דא מער ווי איין מאל אין 10 וואכן א אויסגעדראשענע ארטיקל קעגן די ארוינים.
שקר במיתא דעבידא לגלי', ברענג מיר ביטע נעגעטיוו פין די בלאט ''די וואך'' אין איך וועל דיר ברענגן פין דער איד

דאס איז נאר איינס אויף די ליסט פון זאכן אין קעגנזאץ צו דער מציאות

די ארוינים קוקן נישט אויף די זאלוינים בכלל
זיי קוקען יא, נאר דאס איז ביי זיי נישט דער עיקר משא''כ ביי מהרז''ל איז דער עיקר ציל קעגן מהר''א
דער בלאט מאכט זיך בכלל נישט וואוסענדיג פון די אנדערע זייט
זיי מאכען זיך יא וויסענדיג פין צייט צו צייט למשל ביי די בזיון ס''ת פין די רעביצין
ר' זלמן לייב קען נישט קיין אלף בית
*
די זאלוינים גייען טעגליך אין קאורט
ניין? ווער קלאגט אין ביה''ח? ווער קלאגט אין ב''ב אין ציוניסטישע געריכט? ווער האט געקלאגט אין ב''פ? אא''וו
אלע בעקערי'ס נעמען אריזאנא ווייץ (פארגעס נישט מען האלט שוין 2 יאר נאך די פראקלאמאציע פון דעם קדוש'ל)
כ'האב עס קיינמאל נישט געהערט פין זיי,
אבער כ'ווייס נישט אויב ס'נישט אמת, כ'האב נישט געטשעקט ביי אלע בעקערייען, אבער כ'ווייס נאר פין איין בעקעריי וואס נעמט עס נישט אריין, טראץ די נערישע ליגנערישע עלילות דערויף.

ר' זלמן לייב האט נישט מער ווי 10 מענטשן
ביים טיש האט ער דען מער?
uj care ברענגט ארויס 80 פראצענט פון וויליאמסבורג
כ'האב עס קיינמאל נישט געזעהן ווי זיי זאגען עס
און נאך א לאנגע ליסט פון זאכן וואס עס איז "קלאר" און פשוט פאר יעדע ארויני
לייג אויך צו אז מהר''א טענה'ט אז גאנץ מאנהעטן איז זיין (ס'וועט זיין א גיטס)

וועקט אייך אויף ר' איד

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2009 22:56 לינק ישיר 

מען בעט דעם עולם נישט צי העלפן דעם תורא'לע פארדרייען דעם אשכול,
ביטע ענטפערט עם נישט דא, נאר בנוגע לענין,
איר קענט עם טרעפן איבעראל און דעם פארים,

תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 31/12/2009 22:58:41

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 17:36 לינק ישיר 

ניין!!                                                                                                                                                       וואס מיינט עטס? עטס זענטס די איינציגסטע באזוכער דא? געט ביטע א קוק אויף די מספר צפיות, איר דארפט האבן א מינומום 10,000 יא וואוטערס עס צו קענען פארמאכן. און, לגופו של ענין, ווער עס האט אזוי מורא אויף די "עבירה" פון וואשן שמוציגע וועש אינדרויסן, וויל איך סתם איינמעלדן אז לשה"ר און ראיות אסורות איז לכאו' א גרעסערע עבירה.                                                                                                                                       חוץ מזה, איז טיילמאל קריטיש וויכטיג צו האבן דעם פארום וואס האט שוין לכאו' צוריקגעהאלטן אסאך שפיכת דמים, מפחדם שלא יתפרסם.    אויב שוין יא, זאל מען ענדערש מונע זיין פון גיין בידים מפרסם זיין ווען ס'איז דא עפעס א גוטע שמוץ אויף די אהרונים אין די גאנצע -אריינגערעכנט פרייע און גוי'אישע- וועלט (עין ערך אפשפארן די רעבעצין).                                                                                        

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > געט אפ אייער שטימע,
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext