בית פורומים כל העולם כולו

זאליס ב"פ: רביה"ק זי"ע נישט בעל הבית!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/12/2009 15:25 לינק ישיר 

הער פאפיטעס האט דא אריין געווארפען א פלאקאן, קעגען הרה''ג ר' מרדכי באב''ד שליט''א,  און ער שרייבט אויך קלאר אז אויב ר' מרדכי באב''ד גייט פסק'ען אנדערש וואו שניאור קליין וויל, גייען די זאליס נישט פאלגען ב''ד! וואו אויך שרייבט ער מיט זילזול קעגן הרה''ג ר' מרדכי שליט''א,

 

און איין ווארט! א טיפיקעל זאלי!

 

דער טרויעריגער בארימטער מסור ומלשין, מענדל שווימער האט אריין געטראגען א קלאגע און געריכט קעגען מוסדות סאטמאר און בארא פארק,

 

תלי''ת און זכות פון רבותינו הק' האט דער קארט געזאגט אז היות ר' אהרן וועלץ וויל קימען צו דין תורה, און האט אונטערגשריבען שטרי ברורין, דארף דאס סיכסוך געברענגט ווערן פאר א בית דין,

 

דאס אליינס, אז מען דארף גיין צו דין תורה, דאס אליינס האט אריין געווארפן אלע זאליס, און א טיפע דעפרעסיע, און יאוש באנאזאם, ווייל יעדער בל דעת פארשטייט, אז ביי דין תורה, נעמט מען אן די חיקי התורה, און עס העלפט נישט קיין פאליטישע מאנעווערס, די דיינים צאלען נישט קיין רענט פאר די זופניק ברידער'ס, און זיי נויטיגען זיך נישט און קיין מצות און וויין אויף פסח פון אברהם יעקב פריעדמאן, און זיי האבן גאנץ א קליינע פראבלעם מיט וואס אברהם יעקב פריעדמאן לייגט אריין און די נ''י פאסט, דעלי ניוס, זיי גייט נישט אן אז דער רבי ר' זלמן, איז דער ערשטער אויף די ניזוויק ליסטע, דארט ביים ב''ד איז די תורה הק' וואס דער באשעפער האט אונז געגעבן אויפן בארג סיני, דער פוסק,

 

און די אלע נארישע פאשקעווילען, פון דער לישכע ב''ד, מיט נארישע צוואות, מיט שמתות וחרמות, נזיפות און קללות, איז דארט קיין ארטיקעל,

 

דעריבער האבן רוב נארמאלע זאליס, (אויב עס איז דא אזא זאך) געוואלט אויף געבן דעם קאמף, און פראקאלאמירען אז דער אונוואזיע איז ביטער דורך געפאלען, און עס איז צייט זיך צו בויען אליינס, און אויף הערן יענעם צו בגנב'ען בגזל'ען בחמס'ענען, אזוי זיי האבן געטאן מיטן ביהמ''ד, זיי האבן זיך אליינס געבויעט א שוהל, וואס מען האפט אז עס וועט בקרוב פערטיג ווערן,

 

עס געפינט זיך אבער א פאר בייזע ריחות, מאכט ליב האבער, בעלי תאווה, בעלי כבוד ושררה, בעלי נקמה, וואו דער שניאור קליין, וואס זיין פינסטערע שינאה, און תאוות הכבוד טרייבט אים ביז צו משיגעת, און גרייט אלעס אויף דער וועלט, צו ווייזען, און אנלערנען, און פיקסען, ביזדערווייל אן ערפאלג,

 

און ער שטייט און העצט, און טרייבט די זאלי'ס און בארא פארק נישט אויף צו געבן, נאר ווייטער זיך שלאגען,

 

און אזוי זיי זען, אז ביים ב''ד איז נישט דא קיין מעשיות, דער ב''ד, פארשטייט אויך אז די מוסדות האבן א בעל הבית, אז די מוסדות איז בנשיאות כ''ק רבינו שליט''א, און דער ב''ד איז אביסעל אומבאקוועם, מיט דעם ווילדען שניאור, וואס ער מאכט אפ פון וואס זיי מעגן יא רעדן, אדער נישט רעדען,

ווערט זייער אזוי אויך צוקלאפטער געמוט, מער צוזעצט, דער יאוש ווארעם, עסט זיך אריין טיפער און טיפער   און זייערע הערצער, די האס און אנגעווייטאגטקייט, קעגען דעם ווילדען שניאור, מערט זיך און די זאלי לאגער, דאס פארלאנג פאר נייע מוסדות, הערט זיך דארט מער און מער,

 

און דער ווילדער שניאור, זעט זיך נעבאך וואו א איינצעלער סאלדאט אויפן פראנט, נישט בחנם האט ער דעם שבת נישט געקענט אהיים שפאצירען, פון א קידוש, דער קאפ האט אים געשווינדעלט, פון די שארפע אלקהאלישע געטראנגקען, וואס ער האט פארזיכט, און גרויסען, און א פריוו צו הייבען זיין דערשלאגענקייט, און צו זיינע צרות, האט אים יעדער סאטמארער חסיד, באגריסט מיט א ווארימער גוט שבת, און זיך גוט אונטער געשמייכעלט, פון דעם וואקעלדיגער שניאור,  

 

וכל קרני רשעים אגדע ....



תוקן על ידי ראפאגאש ב- 28/12/2009 15:27:14




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 15:40 לינק ישיר 


ווער עס ווייסט גוט איז דער שניאור (בן ר' אברהם) קליין פון ב"פ נישט קיין פארטרעטער נישט פון די זאלוינים און אוודאי נישט פון אדמו"ר מהרז"ל !!! ער טוהט זאכן על דעת עצמו און ער לאזט זיך נישט הערן פון קיינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 15:44 לינק ישיר 

הייסט דאס אזוי מר' שכל, די זאליס וואלטען זיך גערן געפענט נייע מוסדות, נאר? דער שניאור קליין,שטייט און וועג, ער לאזט נישט, ער וויל נאר פייטען? שטימט דאס זאגסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 15:50 לינק ישיר 

 
דו שרייבסט אז די זאלוינים וואלטן גערן זיך געבויט אין ב"פ, האב איך פאר דיר נייעס כאפ אַ שפאציר אויפן 52 סט. קוק ארויף אויף די ריזן ביהמ"ד וואס ווערט געבויט לשם ולתפארת, גיב אכטונג זאלסט נישט אראפפאלן...

(ביטע נישט אטאקירן פריוואט קיין ניקס)

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 28/12/2009 17:32:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 17:04 לינק ישיר 

שכל'דיג, האב שכל און טראכט פאר די שרייבסט עפעס.

האסט געעפענט א אשכול מיט א פראגע, וואס פון די פראגע זעהט מען אז די האסט אן אהנונג אין די סאטמארע פייט אזוי ווי איך קען זיך אויס אין די פאליטיק אין אוזבאקיסטאן! אלזא וואס ווילסטו?

די נער איינער! שניאור פארטרעט נישט די זאלי'ס? ווייסט אפשר ווער עס פירט אהן די גאנצע קעיס מצד די זאלי'ס? ווייסט אפשר ווער ס'זיצט ביי די דין תורה מצד די זאלי'ס?  הייסט עס ער איז בכלל נישט דארט פאר זיי? טא פאר וועם יא ? וואס זוכט ער בכלל דארט?? און אפשר זאגסטו מיר ווער ס'פארטרעט יא די זאלי'ס אין ב"פ? ווייל דער יענער איז נאך צו קיין זיצונג נישט אנגעקומען...

ווען די ווערסט שוין גיוואור ווער משה ו. קליין איז, דאן הייב דיך אהן אינטערעסירן ווער משה גבאי איז, און אזוי ווייטער, ביז די קומסט אהן צו די חלק פון די בארא פארקע פאקטן.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 19:50 לינק ישיר 

פאפיטעס כתב:
ר' מרדכי באבד האט גרויסע חשכות, ער וויל ווערן רשכבה"ג, זיין פלאן איז אריין צו שלעפען גאנץ סאטמאר זאל ווערן געפסק'נט ביי אים.

דאס וועט נישט פאסירען, כפי הוראות דייני דקהלתינו ובראשם מרן הראב"ד שליט"א, אז דאס קען נאר געפסקנ'ט ווערן דורך דייני דקהלתינו, באבד איז נישט קיין דיין פון סאטמאר.

איז טאמער באבד וועט אונז הייסן טרעטן אויף די הוראה ודעת תורה פון דייני דקהלתינו, וועלן מיר דאס נישט טאן, נאר פאלגן די הוראה פון רבני דקהלתינו.


ווען איך שרייב ווען די תגובה
וואלט מיר דער חכם שוין לאנג באשריגען מיט זיינע 7 ניקס ''נו כבוד התורה''

נישט מער נישט ווייניגער, ער שרייבט אז זיין ראב''ד'ל איז דער וואס הייסט מסרב זיין לדי''ת מיטן משכילישען אויסרייד
אז נאר א דיין וועלכע איז אויף די פעיראל פין קהל אין האט זיך שוין געלזאט הערן שמיציגע לאזונגען קעגן דער תובע נאר ער קען פירן די די''ת........

הודאת בע''ד כמאה עדים.

אין ער פירט אויס: איז טאמער באבד וועט אונז הייסן טרעטן אויף די הוראה ודעת תורה פון דייני דקהלתינו, וועלן מיר דאס נישט טאן, נאר פאלגן די הוראה פון רבני דקהלתינו
דער חכם שעמט זיך נישט, אין אויב הג''ר מרדכי באבא''ד וועט זיי שיקען צו די''ת וועט עס הייסען ''געטרעטן אויף די תורה''

לאמיך דיך פרעגן, אויב ר' מרדכי באבא''ד גייט ארויף אויף ענקער פעיראל, וועט ער כשר ווערן?

אדער נאר גאביוף איז כשר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 19:51 לינק ישיר 

איצט אין בארא פארק קראכט נאכמאל די זייפן בלאף וואס די זאליס האבן כסדר פארקויפט אז וועגן דעם גייען זיי נישט צו דין תורה ווייל רבינו שליט"א וויל נישט אונטער שרייבן שטרי בירורין.

1) קודם ווי אזוי זענען זיי געגאנגען אין בארא פארק צו דין תורה, בשעת רבינו שליט"א האט נישט אונטער געשריבען שטרי בירורין דארט?

2) איצט ווען ר' אהרן וועלץ שרייט אז ער איז נאר איין אייגעשטעלטער אין די מוסדות, און רבינו שליט"א איז דער בעל הבית, ד.מ. אז רבינו שליט"א וועט מיזן אונטער שרייבן שטרי בירורין, שרייען די זאליס קולות ביים בי"ד להדם, אז רבינו שליט"א איז נישט קיין צד דא, ער איז נישט דא ארייין געמישט, און ער טאר קיין שטרי בירורין נישט אונטער שרייבן, און טאמער בי"ד האלט אים פאר א צייט דעמאלס לאזן די זאליס איבער די דין תורה.

פארוואס שרייען זיי אזוי: ווייל טאמער רבינו שליט"א איז דא א צד, און דארף אונטער שרייבן שטרי בירורין, מיינט דאס אז רז"ל וועט אויך דארפן אונטער שרייבען, און דאס וועלן די זאליס נישט צו לאזן, ביי זיי איז דאס ארגער ווי עסן חזיר בעצם יום הקדוש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/12/2009 22:14 לינק ישיר 

רבי יונה, איך האב פאר אייך נייעס,

די זאליבאנער וואלטען ח''ו קיינמאל נישט נישט געקימען צו דין תורה און בארא פארק, דאס ביי זיי א סאך א סאך הארבער, וואו די שלוש עבירות החמירות, נאר וואס קען מען טאן אז דער שופט האט געהייסען,? דער גוי האט פארשטאנען וואס די עבריינים האבן נישט פארשטאנען, אז יודן האבן א סיכסוך גייט מען צום ב''ד,
 
נישט וואו די ניו טעסטעמאן, די תורה חדשה פונעם גרויסען רבי ר' זלמן לויטעט אז מען מיז גיין און ערכאות, און מרים יד זיין בשט נפש און תורת משה רבינו ע''ה, רח''ל


תוקן על ידי ראפאגאש ב- 28/12/2009 22:15:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2009 22:50 לינק ישיר 

נאך מער די פליפ פלאפיקייט פון די זאליבאנער איז אזוי שרעקליך, אז מען זיצען און וויינען פאר געלעכטער!

ביי די סיכסוך און ווילאמסבורג, האבן די זאליבאנער מחדש געווען א חידוש און חושן משפט, וואס די גרעסטע גאונים האבן פארזען, וואס? אה! הערט!

אז אויב למשל קהל בגנב'עט עמיצען, זאל זיך נישט מאכען, קענען מען דאזיגע  סיכסוך, נאר דן זיין ביי די באצאהלטע דיינים, אויב דער דיין באקימט נישט באצאהלט פון קהל'ס קאסע, ווערט ער אויטעמאטיש פסול צו פסק'ענען די דאזיגע דין תורה! איר הערט? עס איז דאך ממש ל''ע! לאמיר גיין מיט די דאזיגע שיטה!

בארא פארק, די הנהלת המוסדות האט צו טאן מיט א יחיד, וואס האט זיך פארגליסט צו ווערן מנהל המוסדות, ער הייסט מנחם מענדל בן חיים צבי שווימער, ( ביים כלל ישראל ווערט ער אנגעריפן ''מסור שווימער'')

איז לשיטת הזאליס, ווער וואלט געדארפט פירן דעם דין תורה? הרה''ג ר' משה פריעדמאן שליט''א, הרה''ג ר' אפרים שמעון לייכטאג שליט''א, הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א, הרה''ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט''א, הרה''ג ר' אלטר אליעזר האראוויטץ שליט''א, הרה''ג ר' אלעזר ניסן שטראהלי שליט''א, די זענען אויפן פעראל פון קהל יטב לב, ניין? דאס איז לשיטת האזאליס! אזוי פארשטייט שאול פערלשטיין, קיטשי וואלי, משה וואלף קליין, שמשון יעקב גאלד, און אלע אנדערעע זאלי קעפ,

ביזדערווייל? הערט און שטוינט!

דער שניאור קליין דער יושב ראש פון די זאליבאנער, זעצט זיך אריין אונעם אוטו, אונאיינעם מיט איינער פון די גרעסטע עסקנים פון די זאליס און בארא פארק, הרב חיים דוד כ''ץ הי''ו, און היידא! מען פארט! וואו אהין? און א ווייטע שטאט א סאך נאכן דשארש וואשיגטאן בריק, מען דארף דערנאך נעמען דעם פאליסייט, ביז עקסיט 9W דער שטאט דאכט זיך רופט זיך מאנסי, וואס איז דארט? 

דער ווילדער שניאור איז געוואר געווארן אז דארט איז דא א פאר יונגלייט וואס שפילן ב''ד, דער הויפט פון די דאזיגע יונגעלייט, איז עפעס א באגאבונד וואס ריפט זיך הרב משה גאביאף, אין  דארט קען מען פאר א פאר דאללאר באקימען פערטיגע 3 הזמנות מיט א כתב סירוב, מיט א רשות הליכה לערכאות, אויף איינמאל, מען דארף נישט ווארטען ביז דער נתבע ענפערט, דאס איז אויך א חידוש און חו''מ, אז פאר א פאר דאללאר, קען מען באקימן דעם פארטיגען פעקעש דיל, מען דארף נישט דירוך גיין די געווענדליכע בתי דין פראצעדור,

וכאן הבן שואל, 18 מינוט פון בארא פארק, געפינט זיך א בית דין וואס דארטן זיצען די שרי תורה, פונעם לעצטען יאר הינדרעט, עס איז דא דארט א ריזיגע סיין, מיט די ווערטער ''לישכעס בית דין'' וואס זיי באקימען א פעטען געהאלט פון א קאפעראציע מיטן נאמען קהל יטב לב 152, און איינער פון די דיינים וואס זיצען דארט א גאנצען טאג מעיטף בטלית, איז טאקע איינער וואס האט מחדש געווען דעם וואנדערבארען חידוש, אז נאר עמיצער וואס באקימט וועכנטיליך א טשעקעל פון קהל, קען פסקענען א דין תורה וואס עמיצער האט מיט קהל, זיין נאמען איז הרב חיים דוד הכהן כץ, און דער זעלביגער געפינט זיך איצט און מאנסי ביי דעם גאביאף קארפעראציע, און איבט אויס א אפנארמאלע דרוק, אז מען זאל אים גיבן רשות צו גיין צום גוי און קארט,

דער הרב משה גאביאף הי''ו איז בכלל נישט אויף קהל'ס פעראל, א סאטמארע יונגעמאן וואלט פון זיין הכשר קיין גלאז וואסער נישט גטרינקען, אוודאי אים נישט געפרעגט קיין שאילה,

אלזא? וואס טיט זיך מיט די טענה קאוד נימער תהליכי הקהלה? דייני קהלתינו?

וואו לייגט זיך דאס אויפן שכל,? מען מיז דאך זיין א געבוירענע זאלי דאס צו פארשטיין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2009 20:56 לינק ישיר 

די דיון אין בארא פארק איז נישט איבער די רבנות, עס איז נאר איבער די בארד, ווער עס איז די בארד.
 
בעל הבית אויף די מוסדות איז די בארד, אזוי ווי ביי קהל איז קהל בעל הבית.

טאמער קומט אריין די ענין פון רבנות, קען מען נישט דן זיין דעראויף, אזוי ווי הרבנים דייני דקהלתינו שליט"א האבן שוין געשריבען, און אויך הרה"צ רבי אברהם לייטנער זצ"ל האט עס געזאגט אין א דרשה, און דאס איז שוין געפסקנט געווארן דורך דייני קהלתינו פאר די לווי', ווער ממלא מקומו איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 04:20 לינק ישיר 

שניאור קליין האט היינט געזאגט אין בארא פארק, אז די זאליס גייען איבער לאזען די דין תורה.

מען וועט נאך זיצן איינס אדער צוויי, אבער זיי וועלן עס איבער לאזן, ווייל די בי"ד וויל דן זיין אויף די רבנות.

איצט איז די שאלה וואס גייט די בי"ד טאן ווען די זאליס לאזן איבער די ד"ת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 22:20 לינק ישיר 

איינמאל מהאט אונטערגעשריבן שטרי בירורין קען בית דין דן זיין אפילו אן זיי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2009 23:46 לינק ישיר 

די זאליס אין בארא פארק זענען שטארק צוקאכט,
ס'איז אוי לי ואוי לי, דער בית דין ריקט זיך נענטער צו די
אישו פון מי בראש, דאס רבנות אישו קומט ארויף אויפן טיש
און די זאליס ווערן ווילד, זיי וואלטן ארויס געלאפן און אפגעלאזט
די גאנצע דין תורה, אבער דא האלט מען שוין נאכן אינטער שרייבן
שטרי בירורין, און דער בית דין דארף זיי בכלל נישט אויף צו געבן א
פסק, איז קענען זיך דער בית דין רישן אויף א שרעקליכן טעראר
ווי דער נעוואריגער בית דין האט געליטן, ווייל כך דרכם, דאס קענען
זיי גיט, און איך האף אז דער בית דין איז גענוג שטארק מקיים צו זיין
דעם ולא תגורו.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 01:31 לינק ישיר 


יענקעלע11
די זאליס זענען נישט אזוי צוקאכט אין ב"פ, (און פליז זיי דו נישט אזוי צוקאכט...)
זיי האבן זיך זייעהר שיין אנגעהויבן צו בויען



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/1/2010 02:12 לינק ישיר 

שכלדיג כתב:

יענקעלע11
די זאליס זענען נישט אזוי צוקאכט אין ב"פ, (און פליז זיי דו נישט אזוי צוקאכט...)
זיי האבן זיך זייעהר שיין אנגעהויבן צו בויען


און דארט זענען זיי געבליבן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > זאליס ב"פ: רביה"ק זי"ע נישט בעל הבית!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.